די חוצפה אין די היפאקראזיע פין התאחדות איז א מיליאן נאך מער ווי מען מיינט.
פאר ארום 2 חדשים צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די מוסקאווי קאטשקעס איז הרב יואל ווייס פין די קרית יואל שחיטה געווען אין די פארום אין לענקעסטער פענסלוועניע ביי די העטשערי
האט דער פארמער דעמאלס געוויזן פאר הרב יואלי ווייס די העשטרי פין קאטשעקס וואס גייט גיין אין אפאר חדשים ארום צי התאחדות. ( דער פראדוצר גייט אז מען קויפט די קאטשעקס אפאר חדשים איידער ס'איז גרייט צי די שחיטה )
הרב יואלי ווייס האט דעמאלס געקאנטאקט וויילאנד מיט התאחדות זאגן אז די קאטשעקס זענען מוסקאווי אין נישט פעיקעין
התאחדות דעמאלס געזאגט אז זיי זענען מסודר אין ס'איז נישט קיין פראבלעם אין לעמשה האבן זיי עס גע'שחט'ן.
אין יעצט איז ארויס געקומען דער עגל הזהב.
ווי איז יואלי ווייס געווען ביז יעצט
ווי האט נאר דער פורים רב געזאגט שושן פורים ביים טיש
יואלי ווייס איז דא, ווי איז יואלי ווייס, יואלי ווייס דברי פי "חכם" חן
נשלח ב-7/3/2010 21:17
ווייסט איינער ווי מען קען ביי די סאכדעס כשר'ן כלים ?
נשלח ב-7/3/2010 21:37
כשר'ן דארף מען נאר נאך א ריקאל, משא"כ אויב איז די פלייש קיינמאל נישט ארויס אין גאס!
נשלח ב-7/3/2010 22:30
נייס טריי פון די אהרונליך דא אויף היידפארק...אבער סארי ענקער ספין איז גוט פאר די פארווערטס-בלאט ליינער אדער פאר ענקערע קיעלעך....
דער פראבלעם מיט ענקער שחיטה (אוי, שיר פארגעסן "המוהדרת"...) איז נישט אז מען האט געשאכטן ספק טריפה, ווייל פראבלעמען אין טעותים קען זיך אלץ מאכן! און סאיז נישט דאס ערשטע מאל. סאיז שוין געשען ביי אנדערע אין די לעצטע 20 -30 יאר. ענקער שייגעץ שטיק איז געווען דאס באהאלטן דאס לייקענען נאכדעם וואס ענק האבען שוין געוויסט אז סאיז א פראבלעם און מאכיל נבילה וטריפה געווען טויזענטער אידן...
וואס האט וויילאנד געטון? זי איז גראד ארויסגעקומען נאך אין זעלבן טאג אן קיין בושה