רבי יענקל, די שמועה איז נישט אמת.
"מפי השמועה", גייט קהל די וואך ארויסלייגן די נעמען, ומעשה שהיה כך הי':
די כלה האט געקאלט עפעס א היימישע כלה טיטשער פאר איר חתונה, און געבעטן אז זי זאל זאגן פאר קהל אז מ'זאל רחמנות האבן אויף איר, וויבאלד זי איז א אנוסה, זי האט פארציילט אז זי האט געוויינט פאר איר טאטע אז זי וויל נישט זיין א קרבן פאר פאליטיק, און זי וויל נישט אריינגיין אין קיין שאלות צוליב א תאוה פון איר טאטע. אויך איר מאמע איז נישט געשלאפן קיין נעכט און זיך געבעטן ביים טאטן ער זאל עס נישט טאן, אבער פאר יצחק סרוגא (נישט קיין געריבענער נעבעך וד"ל) האט דאס אלעס נישט אינטערסירט. די טיטשער האט איבערגעגעבן די מעסעדש פאר קהל, און קהל האט צוריק געענטפערט אז זיי פארשטייען איר פראבלעם, אבער די נעמען וואס מ'איז מפרסם איז נישט בלויז ווייל זיי האבן "געטוהן א עולה" וואס דאן וואלט זיך די צוגאנג געקענט טוישן ביי א געצווינגענע, נאר דאס איז א מציאות'דיגער זאך אז די משפחות וואוינען אן א כשר'ע קידושין און מ'דארף זיך עפ"י הלכה אפשיידן פון זיי און מ'טאר זיך נישט משדך זיין מיט זיי, וכדו'. דעריבער איז נישט שייך דאס צט טוישן, חוץ אויב זי וויל איבערמאכן די קידושין נאך די חתונה. זי האט געענטפערט אז זי גייט פרובירן, און זי בעיט אז דערווייל זאל מען עס נישט מפרסם זיין, און קהל האט געענטפערט אז זיי גיבן איר א דעיט ביז ווען מ'וועט נישט לייגן זייער נאמען. ווי עס שיינט איז דער דעיט שוין אריבער, און קהל זאגט אז זיי גייען שוין צולייגן די נייע נעמען.
 |
|
|