דאס הארץ פון רבינו שליט"א ציעט צו רעכטס, ער זעט א קהלה פון ערליכע אידן תלמידים פון רביה"ק זי"ע מסאטמאר, אויסגעהאלטן אין די שיטה הקדושה, שטיצן אלע ערליכע מוסדות אין ארץ ישראל, שפירט ער אז מען טאר זיך נישט מיט זיי קריגן, און נאך די הוראה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע דער מרא דאתרא פון קרית יואל, וועלכער גיט רשות צו עפענען עקסטערע קהלות אין סידור קידושין אין קרית יואל, איז ער ממלא רצון קדשו.
דאס הארץ פון ר' אהרן ציעט צו לינקס, ער זוכט צו געפעלן אין די ברייטע גאס, ביי די וואס לויפן נאך דעם עגל הציוני, זוכט ער שלום צו מאכן מיט די בעלזער חברה, און אגודיסטן, מיט זיי וויל ער נתקרב ווערן, און כאטש זיין טאטע מיט בערך הונדערט היימישע רבנים האבן אונטערגעשריבן אז מען זאל נישט האבן קיין שייכות מיט'ן י.ד. רוקח קניפט ר' אהרן אן מיט זיי פריינטשאפט.
ווי גליקליך זענען די מענטשן וועלכע האבן אים אפגעלאזט באצייטנס. און ווי גרויס איז דאס סייעתא דשמיא פון הייליגן רבי'ן בעל ברך משה זי"ע וואס האט אונז סוף ימיו בשארית כוחותיו געגעבן אן ערליכן "סאטמאר'ן" אויסוואל.
|
|