בית פורומים כל העולם כולו

דאפלטע שמחה בבית מאקאווא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2010 14:57 לינק ישיר 
דאפלטע שמחה בבית מאקאווא

היינט נאכט ב' ויקה"פ קומט פאר די שמחת הבר מצוה ביים זין פון הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א (נכד בעל הברך משה זצוק"ל) איידעם פון הגה"צ רבי אפרים לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא בורו פארק. די בר מצוה וועט פארקומען און א ספעציעלע שאטער פארנט פון ביהמ"ד ויואל משה און ירושלים עיה"ק.

קומענדיגע וואך מיטוואך פרשת ויקרא וועט פארקומען די שמחת הבר מצוה ביים זין פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א זין פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איידעם פון הרה"צ רבי שמעון לעמבערגער שליט"א גאב"ד מאקאווא. די בר מצוה וועט פארקומען און א ספעציעלע שאטער פארנט פון ביהמ"ד בעלזא ירושלים עיה"ק.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 15:47 לינק ישיר 

מהרז"ל וועט אופטרעטן מיט א האק אפ 8:30 ארץ ישראלדיג'ע זייגער. פאר רז"ל איז עס זייער גוט שמואל קאמפאט וועט אים קענען אינטער זאגן אן קיין בושות.

תוקן על ידי עירהתורה ב- 08/03/2010 15:47:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2010 15:51 לינק ישיר 

ברוך מאטכע לעבאוויטש גייט רעדן מיט א הוק אפ פון קבר פונעם ברך משה זיצענדיג אין תפיסה

א אינטערעסאנטע הייכע טימצע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 16:44 לינק ישיר 

לעקסינגטאן, שעהם דיך!,
א איד איז נעבעך אין א ביטערע צרה
און דו שעפסט נחת,
דער הייליגער ברך משה זי''ע דארף דיך נישט
צו הילף, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה
ובשבי', המקום ירחם עליהם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2010 19:19 לינק ישיר 

יענקעלע רילעקס אביסל

איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט דו לעבסט

אילו לא באנו אז ער איז געווען דער שליח לדבר עבירה מיט אסאך רשעות שטיק פון דעם לאנגן גבאי צו טעראריזירן רבינו שליט"א, דיינו

אילו לא באנו פארן פארדארבן הונדערטער אומשולדיגע קינדער, דיינו (שריי נישט נחום רז"ב, ווייל ביודעי ומכירי קאמינא)

 

און אז ס'איז ביידע, לאזט זיך נישט מער ווי זאגן דאס ווארט

 

ישמח צדיק כי חזה נקם, דער צדיק פריידט זיך ווען ער זעט א נקמה, ויאמר אדם אך פרי לצדיק, דאס זענען פירות פון א צדיק, איז עס שיין זיך צו פרייען מיט יענעם'ס צרה, נאר וואסזשע דען, אך יש אלקים שופטים בארץ, ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט

 

דו האסט דאך ניש קיין אנונג וואס דער ברי' שפילה האט געטון פאר אונזער קהלה

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2010 10:17 לינק ישיר 

נידערטרעכטיגער וואלןסח.

 

ווער ביסטו צו וויסן חשבונות שמים פארוואס דאס איז געקומען אויף אים? אך יש אלוקים שופטים... האט דיר דער רבש"ע אריינגעשיקט א רעפארט פון אלע זיינע סיבות אויף די עונשים?

 פון וועמען זאגסטו נאך דעם נארישן ווארט, און פארדרייסט א פסוק אין תהלים, צוליב נארישע נקמות?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2010 03:09 לינק ישיר 

יענקעלע די ברויכסט אפשר הילף? סקוקט מיר אויס ווי די דארפסט נייטיג הילף!

איך האב קיינעם נישט געהאלפן איך האנישט געהאלפן דעם ב"מ כהאב אויסגעשמועסט אז ר' זלמן וואלט זיך געקענט פארשפארן די יצאת צדיק דרשה דורכן מכבד זיין דעם ברך משה.. ניין אנטשולדיגטס כמיין ברוך מאטכע'ן

אגב ווי זעסטו פון מיינע ווערטער אז איך שעפ נחת??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 04:42 לינק ישיר 

tאיר זענט ביידע גערעכט, וברוב דברים לא יחדל פשע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2010 17:21 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס איר זענט אזוי צושפרינגען,
מיך האט מען געלערנט אז ווען א איד איז אין א עת צרה
שוינט מען עם, און מען לייגט נישט קיין זאלץ אויף די וואונדן,
איך פיר נישט דעם באשעפערס חשבונות, ווייל נסתרים דרכי השם,
און אויב האט מען קשיות און מען פארשטייט דרכי השם איז דא זייער אסאך קשיות,
נאר דער באשעפער פירט זיין וועלטל, און מיר פרעגן נישט קיין קשיות,
אצינד וועגן ברוך מרדכי, איך פערזענדליך ווייס נישט קראנט אז ער איז געווען
אינטערן הוק-אפ פון פלארידע צו בא'עוול'ען אינזער קהלה הק',
איך געדענק אז אנגעהויבן האט זיך דאס מיט א מסתמא
און אין א קורצע צייט איז דאס געווארן א פאקט, איז מעגליך אז ער האט
דאס געטוהן?, אוודאי איז מעגליך, אבער זיך צו פרייען אויף זיין צרה ווען
איך ווייס בכלל נישט פאר זיכער איז ראנג, זיינע אנדערע באשולדיגונגען
איז ווייטער די זעלבע, אויב איז דאס ריכטיג, איז ער נעבעך א דאפעלטער רחמנות,
סיי וויאזוי האב איך אין עם נישט קיין נקמה, איך שוין עם, איך שוין זיין משפחה,
זיינע קינדער, זיינע אייניקלעך, ער איז נעבעך פארפלעקט לעולם ועד, צו ער איז
זיך אליין שולדיג, צו נישט, נעבעך נעבעך נעבעך,

אגב, דעם גראסמאן האט יעדער געשוינט, כאטש יעדער האט געוויסט אז ער איז
געווען דער מערדער, ער האט גע'הרג'עט א אומשילדיגע פרוי, אבער אידן
זענען רחמנים בני רחמנים, און מיין רחמנות ענדיגט זיך נישט ביי ברוך מרדכי לעבאוויטש,
אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי' המקום ירחם עליהם...

איך בעט אייך, שרייטס נישט אז ווען ער טיט דאס פאר מיין א קינד וואלט איך אנדערשט
גערעדט, ווייל איך באשולדיג נישט דעם געטראפענעם, און ס'איז זייער מעגליך אז
ווען ער טיט דאס פאר מיין א קינד וואלט איך אנדערשט געהאלטן, אבער דאס טוישט
בכלל נישט וואס איך האב געשריבן, א רחמנות אויף עם, א רחמנות אויף דעם געטראפענעם
(אויב איז עס אמת) און זאל דער באשעפער פירן זיין וועלטל, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דאפלטע שמחה בבית מאקאווא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext