| נשלח ב-8/3/2010 16:29 |
|
| |
א שאד - סאטמאר משלוח מנות קיין בעלז
אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין סטמר ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין די וועלט, אבער מיר שפירן אז דער סאטמארער רבי ר' אהרן שליט"א האט אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן שיקן שליחים מיט א משלוח מנות צו דעם בעלזער פון אגריפס.
מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.
מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.
מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.
איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין. מיר האפן אז ס'איז געשעהן א טעות און ס'וועט ווערן פארראכטן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/03/2010 16:32:32
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:33:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 16:59 |
|
| |
אין ירושלים עיה"ק ווייסט קיינער נישט פון קיין הליכה לבג"ץ און אויב ס'איז ריכטיג איז דאס אמת'ע שייגעץ שטיק, אבער דאס איז אזאך וואס יעדער ווייסט און יעדער האט געזעהן בילדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 16:59 |
|
| |
זאג נאר יענקי, אויב זענען ביי דיר ביידע גלייך, פארוואס הערט מען פון נישט קיין מוק אויף דעם הייליגן בעל מרבה ממזרים ופגומים וואס האט אריין געשטאכן א מעסער אין רוקן פון רבותינו הקדושים און האט זיך צו געשטעלט צו די מחריבי קרתא אין קרית יואל טראץ דעם שארפן איסור פון אלע היימישע רבנים בארץ ובגולה, הא?
דו געדענקסט טאקע ווי דער בעלזער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון? אפשר קענסטו מיר זאגן ווער די קדושי עליון זענען? און וואס האט ער אויף זיי געזאגט? ווען די מחלוקה מיט בעלז איז צושטאנד געקומען ביסטו נאך מסתמא נישט געווען אויף די וועלט, און אויב יא, ביסטו געווען אין די ווינדלען, און די יאמערסט אזוי!, האסטו פון עם געהערט א ווארט זייט תשל''ט? האט ער אמאל עפעס צוריק גענטפערט?, אז דער איסור פון תשמ''ט אויף די בני המן האט שוין עקספייערט טראץ וואס זיי האבן קיינמאל נישט געסטאפט מיט זייער הריסה, זייער חוצפה והעזה שטייגט היינט צו טאג פיל פאכיג מער ווי בשעת דער איסור איז ארויס געקומען, אבער ביי אייך האט יעדער איסור א עקספערישאן דעיט, נו, פארוואס האט דער איסור אויף בעלז נישט עקספייעערט? ער שטערט קיינעם נישט, מען הערט פון עהם נישט קיין ווארט, ער טשעפעט קיינעם נישט, אויב מעג דיין רבי געבן די האנט און שמייכלען צו א חבר הכנסת, פארוואס טאר רבינו שליט''א נישט שיקן משלוח מנות פאר א שוואגער? ובפרט אז דער שוואגער האט קודם געשיקט!,
יענקי, איך וואלט דיך אנגערופן "היפאקראט", אבער איך וויל נישט פארשעמען די עכטע היפאקראטן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:01 |
|
| |
יענקעלע11 טייערער, איך ווייס נישט וואס די ביזט אזוי ארויס פון די כלים, ווילאנג דער בעלזער גייט נישט איבער בעטן די גדולי וקדושי עליון וואא האבן געלעבט דעמאלס וואס ער האט געטשעפעט אין טעראריזירט, און ווילאנג ער גייט נישט איבער בעטן די גדולי וקדושי עליון וואס האבן שוין נישט געלעבט דעמאלס וואס ער האט געשפעט פון זיי און געלאכט פון זיי, ווילאנג ער פארעכט נישט אלע גדרים וסייגים וואס צדיקים ושרפי מעלה האבן מיט דמים תרתי משמע מתקן געווען און ער האט מחריב געווען האט ער נישט קיין מחילה, און אפילו דעמאלס דארף ער קומען צום בית דין צדק פון די עדה החרדית זיי זאלן אראפ נעמען פון אים די אלע איסורים.
און וואס די זאגסט מיין רבי האט געגעבן די האנט פאר א חבר כנסת, דערווייל ווייס איך נאך נישט וועלכער רבי דו מיינסט ווייל איך האב נאך דערווייל נישט קיין רבי, מיינע רביס זענען די רבנים ודיינים חברי ביד"צ של העדה החרדית.
איך האף אז דו וועסט זיך שנעל בארוהיגן, און איך האף אז די גאנצע מעשה פון די משלוח מנות איז נאר כשגגה היוצא מפי השליט.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/03/2010 04:59:18
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:05 |
|
| |
וואס די היינטיגע אינטערנעט טעכנאלאגיע קען נאר נישט באווייזן,
קען זיך זיצן א ראציגער בחור צו יונגערמאנטשיק, ביי זיין לעפטאפ און זיין שלאף צימר, א פאלנער זאלי פון וומ"ב צו ווי, מאכט זיך א פרישער היידפארק ניק, און והנה, אין און, ער איז א ירושלמיר וואס אינטערסירט נישט סטמר.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:06 |
|
| |
יענקי האסט נאך נישט געפעסט די טעסט, ווען מען וויל שפילן ירושלמי דארף מען כאטש האבן אן איינונג וואס עס מיינט ירושלמי, מען דארף וויסן ווי זוי די ירושלימע שרייבן, סאטמער שרייבסטו וואו א אומשילדיגער ירושלמי סטמר, אבער בעלזא שרייבסטו בעלזא, און די זעלבע זאך אויפען קעפל פינעם אשכול האסטו געלאזט דיין אמעריקאנער הבארה.
זיי מוחל טרייב לצנות פין אנדערע נישט פין אונז דא, איך גלייב אז די וועסט אינז נישט קענען אנווייזען ווער עס איז געווען רב אין ירושלים פאר'ן מנחת יצחק, און די תנאים וואס מען האט זיך מיט אים אויסגענימען ווען ער איז געגאנגן נאך געלט און חוץ לארץ, און איך בין זיכער אז די ווייסט נישט פארוואס דער בעלזער רב איז געווארן פין איין מיניט אויפן צווייטן ברוגז, ער איז דאך נאך געווען אין בעיקערטאון פאר א באזיך, א קיצור פאר דיין יארגאנג קענסטו פארקויפן אז ער איז ארגער וואו הרב מארגענשטערן אבער נישט פאר אינז, מיר ווייסן די השתללשלות מיר געדעקן ביידע פארוואס זיי זענען פליצלינג געווארן שונאים, זיי האבן ביידע געוואלט ממלא זיין דעם זעלבן מקום, נאר איינער אין ארץ און איינער אין חוץ לארץ.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:24 |
|
| |
וואס איז ארגער גיין און דעם ציוניסטישען בג''ץ, וואס איז ביהרג ועל יעבר, אדער ציריק שיקן א משלוח מנות, פאר א שווגער, וואס איז גראדע א שטיקל ציוני?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:33 |
|
| |
בענאנע טייערער, ס'טהוט מיר זייער לייד אז די ביזט געווארן אזוי געטשעפעט איך האב נישט געמיינט קיינעם צו טשעפען איך האב געשריבן פאקטן וואס טהוט זיך דא אין ירושלים, איין זאך האט איר זיכער אויף געטאן אז די בעלזער בחורים זענען ארום געלאפן פרייטיג צונאכט אין אלע ירושלימער גאסן או צאם געקליבן אלע צעטליך וואס ס'איז געפלויגן וועגן די פרשה, און איך האב הנאה געהאט אז די סטמרער בחורים האבן געהאט שכל זיך נישט צומאכן וויסנדיג פון דעם און מ'האט זיי נישט געזעהן. און מיר האפן אי"ה אז ס'איז געווען א וייטאגליכער טעות די גאנצע מעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:40 |
|
| |
פארוואס א טעות?
בשום אין אופן, אויב עפעס איז א טעות אז מען האט זיך נאכנישט צוזאמגעזעצט מאכן שלום מיט בעלז.
דער בעלזער רבי שליט"א האט געטאן זייער אסאך זיך איבערצובעטן מיט סאטמאר, און איך זע נישט פארוואס מען קען נישט איינגיין אויף א נארמאלן שלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:47 |
|
| |
קוק די תגובה וואס איך האב געשריבן אויבן פאר יענקעלע11 וועסטע וויסן פארוואס סטמר רבי האט נישט קיין שום רעכט צו מאכן שלום מיט דעם בעלזער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/03/2010 05:00:24
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:55 |
|
| |
אזוי גאר? ער האט נישט קיין רעכט?
און וואס וועסטו טאן אויב ער וועט יא מאכן שלום מיט בעלז?
וועסט עפענען אן אייגענעם זאל אין וואדבערי בשכינות פון קרית יואל? וועסט מאכן אן אייגענעם בית החיים? וועסט לויפן אין דעם ציוני'סטישן בג"ץ?
זאג מיר פארוואס ער דארף זיך רעכענען מיט דיין מיינונג. וואס גייסטו אים דעליווערן אויב ער וועט נישט שלום מאכן מיט בעלז און וויאזוי גייסטו נקמה נעמען אין אים אויב ער וועט יא שלום מאכן מיט בעלז?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 18:57 |
|
| |
מורא'דיג, מורא'דיג, מען פרעגט דעם פימפענאטער א נורמאלע פראגע, און ביי עם הייסט דאס אזוי ארויס פון די כלים, יענקי, אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, מאך א שווייג אזוי ווי דו טיסט מיט דיין אנדערן ניק, אבער האק נישט צוריק ווי א אייזל,
די חברי הבית דין צדק בירושלים האבן זיך שוין געטראפן מיט בעלזער רבי'ן, זעט אויס אז זיי האבן זיך שוין איבער געבעטן, יעצט זעה אז דער גרז''ל זאל אויך גיין מפייס זיין די חברי הבית דין צדק אין ירושלים ווי ער האט זיי אריין געשטאכן א מעסער אין רוקן מיט זיך צו שטעלן צו די מהרסים ומחריבים וואס האבן אזוי ביטער מצער געווען זיין אייגענעם טאטן, און אפילו לאחר פטירתו ווילן זיי עם ארויס שלעפן ממנוחתו בבזיונות עצומים, און זיי זענען היינט צו טאג די חברים פון "דיין" רבי, שעמסט דיך מיט עהם, אמת?, איי דונט בלעים יו, ווען ער וואלט געווען מיין רבי וואלט איך מיך אויך געשעמט!!!
איך בין פראוד פון מיין רבי שליט''א, עהם אינטרעסירט בכלל נישט וואס יענקי וכת דילי האלטן, וויאזוי האט דער געלער בדחן געזאגט?, נאכדעם וואס רבינו שליט''א איז געגאנגען באזוכן דעם קלויזנבורגער רבי, אז אהרן פאפט זיך אריין אין אונז, ס'אינטערעסירט עהם נישטאמאל וואס מיר וועלן זאגן, זענען מיר פארטיג, און פארטיג זענט איר ביג טיים!, אז מען לאזט נישט א זיידן גיין צו די בר מצוה פון א אייניקל אין וויליאמסבורג, קען מען נישט גיין צו די בר מצוה פון א אייניקל אין ירושלים, מידה כנגד מידה, פרעג נאר דיין רבי...
אגב, אויב איז דער ענטפער אז דיך אינטרעסירט בכלל נישט אז דער גרז''ל האב געגעבן די האנד פאר א חבר הכנסת מיט אזא חביבות ווייל ער איז נישט דיין רבי, נו, וואס אינטרעסירט דיך וואס מיין רבי טיט?, ער איז דאך נישט דיין רבי,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 19:03 |
|
| |
אפשר קענסטע מיר דערציילן וועלכע חברי הבד"ץ האבן זיך געטראפן מיט דעם בעלזער?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:31:36
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 19:05 |
|
| |
אגב, איך קען א איד וואס "האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון" ווי למשל ר' אברהם לייטנער, וויזניצער רבי שליט"א (הצילנו נא מיד אחי מיד עשיו), ר' יואליש מארגנשטערן, קאשויער רב, הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א, כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, ועוד ועוד, און ער שטייט אויפן אויבנאן אונטער ר' זלמן לייב טייטלבוים ביי יעדן טיש, ואין פוצה פה ומצפצף.
איך קען א איד וואס "האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון" ווי דעם ברך משה אויף וועמען ער האט געשריגן כומעיני און אנדערע מיאוסע לאזונגען, און ר' זלמן לייב האלזט זיך מיט אים און קושט זיך מיט אים.
איך קען א קהלה וואס האט בועט געווען און "האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון", אריינגערעכנט אויף זיין אייגן טאטן, דעם ברך משה זצ"ל, און ר' זלמן לייב עסט קוגל מיט זיי און טרעט אריין אין זייערע געאסרטע בילדינגס.
זייט ווען איז שיטן פעך און שוועבל אויף קדושי עליון א פראבלעם ביי די זאליס?
תוקן על ידי אינדפנדנט ב- 08/03/2010 19:07:27
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:32:30
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2010 19:12 |
|
| |
נו האסט די פולסטע רעכט אים אויך צו מחרים זיין און ווער ס'וועט וועלן וועט דאס אננעמען און ווער ס'וועט נישט וועלן וועט דאס נישט אננעמען, אבער מיר רעדן דא פון פריערדיגן ביד"צ מיטן מנחת יצחק ר' יענקעלע ר' יידעלע תולדות אהרן רבי ז"ל און נאך און נאך וואס האבן געשריבן אז מ'טאר נישט האבן קיין שום מגע ומשא מיט מהרס דער בעלזער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:32:56
|
|
|
|
|