אחת, קעגן וועמען האט דער בעלזער מחרף ומגדף געווען?
רבינו הקדוש בעל דברי יואל
מרן בעל מנחת יצחק
מרן בעל עטרת יהושע
מרן רי"מ דושינסקיא
ועוד וואס זענען דאן געווען פון חברי הביד"ץ
קעגן וועמען האבן די בני המן מחרף ומגדף געווען?
רבינו הקדוש בעל דברי יואל (אויסער בכלליות וואס זיי צוברעכן זיין קהלה, איז בפרטיות זיי לאכן זיך אויס פון זיין סידור קידושין בריוו, און קומען מיט א מהרש"ג וואס איז אגב אויך נישט אזוי לטובתם)
מרן בעל מנחת יצחק
מרן בעל עטרת יהושע
מרן רי"מ דושינסקיא
ועוד וואס זענען דאן געווען פון חברי הביד"ץ
וואס די אלע האבן אונטעגעשריבן קעגן בני יואל
נו מה שנא דדמיך סמיק טפי
(בדוחק וועט מען ענטפערן הא לן והא להו)
והשנית, בדרך צחות
מיר האבן זיך טאקע אפגעטיילט פון בעלזא, ווייל זיי האבן געוואלט צוברעכן די כח פון עדה החרדית, אבער אז מיר זענען געוואר געווארן עטליכע וואכן צוריק פון די שרי הלישקע אז במקום שיש קהלות נפרדות מעג מען, נו וואס האט בעלזא חוטא געווען?
אגב, פארוואס עפעס זאל פאר אונז אנגיין וואס פאר אידן אין ירושלים באדערט? אז ירושלימ'ער אידן וועלן זיין צופרידן וועלן מיר עס קענען איינקעשן אין די באנק?
ווען אמעריקאנער אידן ווייטאגן וויאזוי די ירושלימ'ער אידן גייען אין בג"ץ און זענען מבזה בשאט נפש דעם הייליגן רבי'ן זי"ע זיצן די ירושלימ'ער אידן רואיג און פרעסן זיך אן אויפ'ן חשבון פון אנקל סעם.
סאו זאלן זיך די ירושלימ'ער עסן דאס געזונט און דער סאטמארער רבי שליט"א וועט טאן וואס ער איז מחויב צו טאן ע"פ תורה.
נ.ב. איך ווארט נאך אויף אן ענטפער ווען טשעפען גדולי קדושי עליונים איז יא א פראבלעם און ווען נישט?
נשלח ב-8/3/2010 20:32
יענקי123
איין זאך האב איך הנאה צו זעהן פון דיין גאנצע 'תמימות-נאטראל-קנאות' אשכול
אז דו ווייסט אויך גאנץ גוט אז אויב מ'וויל עפענען א אשכול איבער א נושא פון קנאות
- צום ערשט זאל ר' זלמן ארויסגיין פון די בג"ץ הציוני און צוריקציען פון זיין קלאגע אין געריכט אין מדינת ישראל
- צום ערשט זאל ר' זלמן נישט ארויסגיין אין קרית יואל קעגן א איסור פון די קדושי עליון בעל מנחת יצחק וכו'
נשלח ב-8/3/2010 20:56
די זעלבע סיבה פארוואס די עדה החרדית ובראשם מרן בעל מנחת יצחק זי"ע הבאן געאסרט די בני המן, פאר די זעלבע סיבה האבן זיי געאסרט בעלזא.
בני המן האט געוואלט צוברעכען די כוח פון סאטמאר.
בעלזא האט געוואלט צוברעכען די כוח פון די עדה החרדית.
בני המן האט מבזה געווען רביה"ק בעל דברי יואל, ורביה"ק בעל ברך משה זיעועכי"א.
בעלזא האט מבזה געווען רביה"ק בעל דברי יואל, ורביה"ק בעל ברך משה זיעועכי"א.
זאלן די זאליס מסביר זיין פארוואס ביי בעלזא שפירנגען זיי.
און פארוואס מיט די בני המן טאנצען זיי און פריידן.
נשלח ב-8/3/2010 22:44
איך טראכט שוין ערענסט אז יענקי123 איז אן אהרוני וואס האט געזוכט ס'בעסטער וועג ארויסצוברענגען ווי נידעריג די זאלי'ס ובראשם זייער רבי זענען, און וואספארא היפאקריטן זיי זענען.
יענקי123 עס קומט דיר א קלאפ אין פלייצע. בעסער ווי דאס האסטו נישט געקענט טוען, אזוי גוט ארויסגעברענגט די נידעריגקייט פון רז"ל און זיינע אנהענגער. אייזן!!
איר זענט בסדר.
נשלח ב-8/3/2010 22:52
יענקי123 כתב:
אפשר קענסטע מיר דערציילן וועלכע חברי הבד"ץ האבן זיך געטראפן מיט דעם בע....?
יענקי123
די ערשטע וואס האט זיך געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א (נאך דו מחלוקה האט אויסגעפלאצט) איז געווען דער "בעל מנחת יצחק זצ"ל, וואס האט דאן געחתמת די הסכם שלום צוזאמן מיט בעלזא וואס איז נתפרסם געווארן און "בטאון העדה ווי אויך און "מחנה החרדי". (און איז צושטערט דעווארן אדורך דו באוויסטע אינשי דלא מעלי (וד"ל)
דער היינטיגער גאב"ד העדה"ח האט זיך אויך כמה פעמים געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א (איידער ער איז געווארן גאב"ד)
וואס איז מיט די גדולי ישראל וואס דו ריפסט (גדולי ושרפי מעלה) וואס האבן געחתמת און דערנאך איבער געבעטן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א?
פוסק בדור "בעל שבט הלוי שליט"א
אב"ד קרלסבורג שליט"א (ר' יחזקל ראטה שליט"א)
אב"ד אודוורי שליט"א
און נאך.
דא איז א טיילווייזע ליסטע פון רבנים וואס האבען זיך געטראפן מיט אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין/מיט רבני ודייני בד"ץ קהל מחזיקי הדת בא"י.
הרה"ג ר' מאיר ברנדסדורפר זצ"ל
הרה"ג ר משה הלברשטאם זצ"ל
הרה"ג ר' נפתלי הלברשטאם שליט"א
בעל שבט הלוי הרב וואזנר שליט"א
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
כ"ק אדמור מתולדות אברהם יצחק שליט"א
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א
יענקי?
אויף די פסק פין די אזוי געריפענע בי"ד (לישקע) דקהל יטב לב (וואס אנערקענט למפרע אז בעלזא האט געהאט אלע רעכטן צו עפענען אן אייגענע קהילה) קאכט זיך אויך און ירושלים?????????????????????
נשלח ב-8/3/2010 23:07
איך פארשטיי שוין די היתר אויף בעלזא, איין זאך פארשטיי איך נישט... לויט די אלע פשעטלעך איז דאך "גענוי די זעלבע" היתר דא אויף בני יואל, פארוואס קענגן בני יואל זענט איר ממשיך די מלחמה?
נשלח ב-8/3/2010 23:25
בכדאי צו זיין אביסל קלארער און וויסן ווער יענקי123 איז, און ווייט זיין "אומפארטייאישקייט" גייט, וועל איך אראפברענגען עטליכע אויסצוגען פון אלטע תגיבות וואס ער האט געשריבן אין עטליכע פורמים.
1) ווען איינער האט אום געבעטן עפעס א אינטערסאנטער בילד פון תו"א רבי האט ער גענטפערט:
"איך קען ברענגען די טייפ ווי ר' אהרן זאגט עפרא לפומיה "
2)דער נייטראלער וואס האט 'גארנישט מיט סאטמאר' האט געפינען פאר וויכטיג צו שרייבן אין א אשכול אז:
"דער הייליגער בעל ויואל משה איז גליקליך צוזעהן ווי די שטאט קרית יואל האט זיך אזוי שיין אנטוויקלט און ס'איז דארטן דא אזויפיל בתי מדרשים וואס גייען אין די שיטה הקדושה."
3)רעדענדיג איבער די בויען פונעם נייעם בנין אין ירושלים עיה"ק האט ער געשריבן:
"ר' אהרן שליט"א איז געקומען מיט גרויס פאמפע דראמפע וכו' וכו' אבער... נישט מ'בויעט און נישט מגייט בויען סשטייט און ס'רירט זיך גאר נישט."
4)ווייטער שרייבט ער דארט:
"גלייב מיר איך האב ביידן סיי די ארוינים און סיי די זאליס אין בוידעם, (כאטש איך גלייך די זאליס מער ווייל ר' זלמן לייב האט נישט גיזאגט אויפן צדיק הדור דער הייליגער קאשויער רב עפרא לפומיה)."
5)רעדענדיג איבער דאס התקשרות פון אדמו"ר מתולדות אהרן מיט רבינו שליט"א פארענטפערט ער תו"א רבי:
"למען השלום איז ער מוכן אפילו צוקומען צו ענקער צדיק הדור טראץ וואס ער האט געשפעט פון אים און אים גערופן ערב שבת צען מינוט פארן זמן און כאטש ער האט געזאגט אויפן אמתן צדיק הדור דער הייליגער קאשויער רב זצוק"ל עפרא לפומיה.
דוכט זיך מיר אז אזעלכע ווערטער זאגט מען נישט אפילו אויף גאנץ פראסטע אידן נאר אויף די ראשי משכילים אדער אויף אזעלכע רשעים וואס האבן געוואלט מעביר זיין על הדת ערליכע אידן.
נישט אומזיסט האבן אלע ערליכע רבנים און רבי'ס אפגעאטעמט ווען מען האט געהערט אז ער איז נישט דער איינציגער סאטמערער צדיק הדור און ער מוז זיך זוכן צושטעלן צו אלעמען ווייל ער האט שוין היינט א קאמפעטישן און ער וועט שוין נישט קענען שטיין העכער אלע רבי'ס און רבנים אזווי א טראקטור ווי ער פלעגט דאס טהון ווען ער האט געמיינט אז ער איז דער מושל בכיפה און אלע דארפן אנקומען צו אים."
ווילאנג זיי וועלן נישט איבער בעטן מרן רביה"ק בעל דברי יואל וברך משה זי"ע, און די עדה החרדית.
דאס זעלבע איז מיט בני המן זיי זענען ווייטער אסור חזיר טרייף.
ווילאנג זיי וועלן איבער בעטען מרן רביה"ק בעל דברי יואל וברך משה זי"ע, און אפשפארען זייערע גע'אסר'טע מוסד און קהלה.
נשלח ב-8/3/2010 23:27
נפל כתב:
איך פארשטיי שוין די היתר אויף בעלזא, איין זאך פארשטיי איך נישט... לויט די אלע פשעטלעך איז דאך "גענוי די זעלבע" היתר דא אויף בני יואל, פארוואס קענגן בני יואל זענט איר ממשיך די מלחמה?