מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.
מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.
מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.
מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.
איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין.
==================
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1208307&forum_id=771
פגישה משולשת: בעלזא-גאב"ד העדה-תו"א
בכניסה לשמחת השבע ברכות בבית טשרנאביל, התקיימה פגישה מרתקת: גאב"ד העדה החרדית והאדמו"ר מתו"א היו בדרכם החוצה כאשר הבחינו בכ"ק האדמו"ר מבעלזא נכנס. שניהם נגשו אליו ואיחלו לו בחום ברכת מזל טוב לרגל השמחה במעונו, בלידת נכדו.