נישט חלילה איך גיי מיר פארהערן מיט א טאהשען ליידיג גייער מיט א רעפעטאציע פון לאו חכים טובא ולאו טיפוש זוטא!
נאר א קליינע נקידה עס איז אלעמאל געווען ווילדע יונגען וואס האבן קאמאנדעוועט, און געווילדעוועט אויף די אייגענע האנט, און שאדן געמאכט יודישע פארמעגענס,
אבער 2 זאכן
1 זיי האבן ע''פ רוב געהאט א סיבה, ווייל דער געשלאגענער איז געווען אן עזות פנים, א מחוצף אן אויסווארף אד''ג,
2 עס איז א''פ רוב געווען סתם ווילדע אקציעס, נישט קיין סאדיסטישע אויסגערעכענטע טעראר,
דע סדרנים, בני יואל, זאליבאנער, האבן געשלאגען און געפייניגט יודן על לא דבר, סתם ווייל זיי האט זיך פארגליסט צו אומפארטירן דעם מן הארץ פון איזריאל, און אים פראקאלאמירן פאר א רבי,
און סאטמאר האט געשריגען מוחל טובות, עס איז אונז זייער גוט צו האבן א רבי א צדיק אמת, א גאון הגאונים, א איש קדוש, א איש המעש, מיר דארפן נישט דעם מן הארץ ער קען זיך געזינטערהייט בלייבן און סיגוט, אדער און האצעפלאטץ,
דערפראר האט מען געשלאגען, געהארגעט און געמסערט,און טעראזירט, סאטמארע חסידים, מיט איר גרויסן הייליגען רבי'ן שליט''א,
און די אלע ווילדע זאכן וואס די יחידים טוען היינט, (אויב זיי זענען אנ''ש) איז סתם ווילדקייטען, עס איז נישט קיין אויסגערעכענטע סטראטעגעשיע טעראר, אזא שטייגער וואו פארברענען ילד שעשיעים, אדער א אוועקפירן א עלטער זיידע אונמיטן די חופה פון אן אייניקל, לייגן א ליכט אויף א גאז פייפ, אד''ג
 |
|
|