רייכער ארטיקל פון "חומת הדת" פרשת כי תשא.
איבער דעם כריתת ברית פון די צוויי שוואגערס,
ר' אהרן טייטלבוים און ר' ישכר דוב רוקח
אויף וועם זאל מען ענדערש שרייען: אויפן ארץ ישראל'דיגן שוואגער וואס האט געשיקט א משלוח מנות צום אמעריקאנער שוואגער אדער פארקערט?! אדער דארף מען אויף ביידן שרייען?!
אפשר גאר אויף ביידן נישט?! פילייכט קען מען אלעס מקיים זיין מיט איינמאל.
אלזא, ווי אזוי?
ווי זאגן מענטשן? דערפאר איז נישט אפגעפרעגט דאס וואס דער ארץ ישראל'דיגער שוואגער האט געטון שוין מיט קנאפע דרייסיג יאר צוריק, דאס זעלבע חזר'ט זיך איבער ביים היזיגן שוואגער.
דער דארטיגער שוואגער האט איבערגענומען א חסידות ירושה קהילה וואס זייער עיקר יסוד איז געווען א הייליגע אין אלע הינזיכטן:
תורה, קדושה, חסד, מלחמת ד', חסידות וטהרה, און זייענדיג זייער ווייט פון די אלע מושגים סיי בדעות און סיי למעשה האט ער נישט געקענט (און אויך נישט געוואלט) נאכקומען דאס שלימות'דיגע אידישקייט וואס די פריערדיגע האבן איינגעפלאנצט. זיך גיין מודה זיין על האמת און אויסקלאפן "רבותי! איך קען נישט! איך וויל נישט!"- מאן דיכר שמיה, האט ער גענומען זיין דורכפאל און זיין נידריגקייט און געשטעלט פאר א שיטה.
אין דער צייט וואס אסאך ראשי ישיבות און רבנים בשעת זיי האבן ליידער נישט עומד געווען בנסיון ביים ענין פון נעמען געלט, בחירות וכדומה, האבן זיי כובש געווען פניהם בקרבם און געזאגט "ליידער קען איך נישט עומד זיין בנסיון, איך בין מחשיב די וואס זענען יא עומד בנסיון", אין דער זעלבער צייט האט דער נידריגער שוואגער באשלאסן "ניין! איך וועל זיין דער דורכפאל? איך וועל ווערן ווייניגער ווי מיינע פריערדיגע? ניין! מיין דורכפאל איז א בנין! א לכתחילה! אזוי מוז מען, און די אנדערע- די מער קנאי'שע, מער ערליכע זיי עסן שטאפ גענז" וכו' וכו'
דער סארט עמלק אז אויב איך קען נישט וועל איך לוחם זיין קעגן די וואס קענען יא, איך וועל נישט זיין אויף א נידריגן שטאפל, דאס האט מחדש געווען די תשעה קבין גאוה וקליפה וואס האבן זיך געפינען זייער פלאץ בתוך תוכיות פונם ארץ ישראל'דיגן שוואגער. דער גער'ער רבי הגה"צ ר' אברהם מרדכי זצ"ל האט נישט געלאזט זיך שלאגן מיט רבנים וואס שטייען קעגן די אגודה טראץ וואס ער איז נישט געווען צופרידן פון זיי, ער האט גע'טענה'ט "מיט רעכטס שלאגט מען זיך נישט ווי אזוי זיי קוקן נאר אויס".
דער אויבנדערמאנטער שיטה איז א חוצפה יסגי פון טומאה קעגן קדושה וואס האט נישט קיין ווערטער, יעדער איד וויל זיין אן איד, אז ער פאלט נעבעך אדורך, ער געבט א קרעכטס דא, א קרעכטס דארט, גלוי וידוע וכו' ומי מעכב שאור שבעיסה, יהי רצון וכו' דאס זענען די געפילן פון א פשוט'ן פשוט'ן גלות איד פון עיקבתא דמשיחא. עס פאלט קיינעם נישט ביי אז אויב איך קען נישט עומד בנסיון זיין וועל איך שטויסן און ממאס זיין די תורה ומצוות און ברענגען ראיות מיט הוכחות און הוצאת שם רע אויפן אמת'דיגן דרך. דער חידוש האט מחדש געווען די יעניגע קליפה, קיינער פון די ארץ ישראל'דיגע רבנים האבן אזוינס נישט געטון, זיי האבן געוואוסט "ליידער קען איך נישט, אבער איך קוק ארויף די פרומע מחנה", "נאך א מזל אז זיי עקזיסטירן!" האבן די מער ערליכע פון צווישן זיי געקענט זאגן.
די חוצפה יסגי פון דעם פארפוילטן שוואגער האט זיך נישט אויסגעדריקט בלויז אויף קליינע מנהגים וואס האט אים נישט געשמעקט, און אויך נישט קיין מצות פרטיות וכדו', ער האט גאר פארמאסטן זיך צו שלאגן מיט די יסודות הדת- דער הויפט מלחמת ד' בדורנו, דער גרעסטער עמלק מימות עולם, דאס איז די קליפת הציונות. מיטן ציבור וואס האט פארטראטן דעם דאזיגן לעבנסוויכטיגן מלחמה האט ער זיך פארטראטן ארויסצוגיין. ממש אן עמלק.
ער האט דורגעבראכן מויערן צום ציוני'סטישן גאס וואס קיינער פון די אנדערע האבן נישט דורכגעבראכן. חוץ פון די ליצנות וואס ער האט געמאכט פון די גאנצע מלחמה לד' האט ער זיך אויך געוואגט צו נעמען געלטער פון נענטערע מקורות צום עצם הציונות, א זאך וואס אפילו די אגודי'סטן האבן זיך בשעתו נישט געוואגט.
צווישן זיינע אלע מעשים תעתועים האבן בולט געווען דריי הויפט פעולות: א. טעראר, ב. אפלאכן און מבזה זיין גדולי ישראל- פריערדיגע און לעבעדיגע, ג. פורץ זיין גדרי חינוך.
א. זיינע טעראר נעצן האבן זיך אויסגעשפרייט אויפן גאנצן יישוב הישן. מיטן כח הזרוע האט ער געריסן שטיקער פון יעדן ערליכן איד וואס האט פראבירט זיך קעגנצושטעלן דעם כח עמלקי. ער האט איינגעשפאנט זיינע יונגעלייט, בחורים, עסקנים און שרייבערס זיי זאלן אונטערדריקן מיט אלע מעגליכקייטן דעם כח פון מלחמת ד' בעמלק, דעם כח פון האלטן א טאן פון אן אש קודש וואס לאזט קיין שום חדשות אריינקומען.
ב. ער האט אפגעלאכט פון אלע גדולי ישראל וואס זענען אים געשטאנען אין וועג, אפילו די אייגענע זענען פארדרייט און אויסגעשטאטעט געווארן זיי זאלן שטימען לויט זיין שיטה. גדולי ישראל וואס לעבן שוין נישט האט ער אפגעלאכט מיט ליצנות. רביה"ק וואס אלע האבן געציטערט פאר קדושת מלחמתו - צו זיי האבן יא געהאלטן ווי אים צו נישט, זענען זיי געשטאנען אין א זייט און צוגעקוקט מיט יראה און הערצה פארן פייער פון כבוד שמים וואס האט ארויסגעפלאמט פון אים און אפגעשוואכט און אריינגעשמיסן אין די פארביסענע ציוני'סטישע קליפה,"ויראו מגשת אלי". ביז דער שייגעץ האט געעפנט זיין טריפה פיסקל און האט נאך קיינמאל נישט חרטה געהאט.
ג. פורץ גדרי חינוך. דער ערשטער זייט די שרעקליכע חרמות פון אלטע רבני ירושלים, ברענענדיגע גדולי ישראל ווי ר' יהושע לייב דיסקין וחביריו וואס האבן געווארנט דאס הארבסטע קעגן לערנען גוי'אישע שפראכן, דער ערשטער וואס האט געוואגט צו פורץ גדר זיין איז אט דער פארפוילטער יונג. אסאך, זייער אסאך האבן פורץ גדר געווען מיט לערנען די טמא'נע עברית, אבער זיי האבן זיך נעבעך איינגערעדט אז עס רירט, חלילה, אן עפעס א שייכות מיטן הייליגן שפראך- להבדיל הבדלות עד אין שיעור - לשון הקודש. אבער ענגליש?
נאר דער איינער שייגאץ! דער קל שבקלים!
וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט יענע קהילה? זיי זענען געבליבן א קהילה וואס דער גאנצער שלהבת קה איז פארלאשן ביי זיי. ווי עס איז נאר דא עפעס חדשות קלעבט דאס צו זיי ווי א שניי אויף א טרוקענער באדן. זייער תורה איז אויסגעוועפט פון איר קדושה, כולל יונגעלייט זיצן און לערנען אויף קאמפיוטערס, (און די פארהייראטע פרויען לערנען אינם כולל אפטיילונג אין סקול...) דיינים האבן נישט קיין שום צורה משכמם ולמעלה, זיי עסן פון די גאס ווי דעם איינפאכסטן פערזאן מן השוק אן קיין שום העכערקייט, טעיפס ארבעטן ביי די שענסטע פון זיי, (אויב פאר א מגיד שיעור אין ישיבה איז אויסגעוועלט געווארן הרב... בלויז צוליב די מעלה אז ער האט א שטימע, און דאס אליין איז גענוג פאר זיך צו קענען דערהייבן די בחורים, איז דער ווואונדער נישט אזוי גרויס...) אלעס איז איין שטיק היינטיגקייט,ענטשולדיגט - מארגנדיגקייט...
זייער כשרות איז אויף די נידריגסטע ניווא פון דעם היינטיגן ציבור. נישט קיין פלייש, נישט קיין פסח, אלעס איז כשר. אין די מדינה זענען זיי אייינס מיט אלעם, אן אפשטעל פאר גארנישט. זיי קענען ארויסגיין מאכן פראטעסטן קעגן "אגד", אבער נישט ווייל זיי פארן שבת, נאר ווייל זיי זענען נישט דורכגעפארן זייערס א גאס מכח דעם וואס די עסקנים פון מהדרין האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן א כשר'ע באס.
ביי פראטעסטן קעגן חטוטי שכבי זעהט מען זיי נישט, ווייל דער פארפוילטער מנהיג האט איינמאל געמאכט א ביליגן נידערטרעכטיגן ליצנות, און ווען ער האט געענדיגט מלקק זיין די עצמות פון זיינע פלייש אום שבת ביים שלחן ה... ככלב, האט ער געזאגט "נעמט ארויס שנעל די ביינער ווייל באלד קומט ר' דוד שמידל",עפ"ל.
די הייסטע קאכעדיגסטע זאכן פון כלל ישראל, פון די "נשמה" פון אן איד ברענט נישט אין זייערע חסידים. א ניייע מין אידישקייט- וואס האט גארנישט מיטן בארג סיני איז דארט אוועקגעשטעלט געווארן.
ווען דער מנהיג האט זיך געזען מיט זיין נידריגן שיטה, ער האט זיך דערזען ווי ווייט ער האט זיך פאר'מיאוס'ט ביים גאנצן ציבור - אפילו ביי זיין סארט, האט ער באשלאסן אז ער וועט אוועקשטעלן א פרישן מין אידישקייט. מען גייט זיך זעצן לערנען פלייסיג, מען גייט "מאכן" תלמידי חכמים, מען גייט דאווענען ווארעם, מען גייט זינגען אסאך, ארויסגעבן טעיפס, אויסשרייען "אינמיטן נאכט" שטייט אויף צו סליחות, שאפן מצבים, התעורות, התחזקות, חבורות,התוועדות, התרוממות, זיך אריינטוהן אין די אייגענע ד' אמות, זיך בויען אייגנארטיג און אהערשטעלן א פענסי געלונגענע, מסודר'דיגע ארמיי- חסידות. די וועלט זאל זען און פלאצן!
א ביהמ"ד גאר הויך, די גאנצע געגנט זאל דאס מוזן איינערקענען. געבויט פונקט ווי דעם ביהמ"ד פון דערהיים!
אויסגעקוועטשט געלט פון יעדן עני ואביון פון זיי, און די חסידות שטייט שוין!, ווי אזוי? א משל סימבאל פון א חסידות- אויסגעוועפט פון יעדן אמאליגקייט, אלעס איז פסיכאלאגיע, פילאזאפיע, חקירה, מחשבה, פראגראמען, זיך פוצן און גלאנצן, געלט- פון וואו מען קען, שיטות, וואס עס קוקט נאר אויס שיין! א צורה פון גופים וואס זעהען אויסערליך אויס ווי אידן, און דאס פנימיות האט ווייניג שייכות מיט קדושת התורה והמצות רח"ל. עס באדערט נישט פאר זייערס א חסיד וואס עס דארף באדערן אפילו פאר א פשוט'ן איד!
אבער איין עיקר יסוד האט דער יונגאטש אוועקגעשטעלט: אויב דו פילסט אז דו קענסט נישט נאכקומען דעם שלימות פון ערליכקייט פון דיינע פריערדיגע, -דאן שטויס דאס אוועק, און זעץ זיך לערנען, דאווענען, פארדריי דעם קאפ מיט סעודות, התחזקות, הסייסדות, התרוממות הנפש, מיט קדושה עילאית, וכל שום חניכא. טויש איבער דאס אידישקייט. מאך נייע זאכן וואס דיינע פריערדיגע האבן נישט געמאכט. ווייז אז דו טוסט אויף! שטויס ארויס מחלוקת, לשון הרע, -אלעס וואס פאר א פלאכן איד שטערט, און מאך איבער א נייער איד.מאך ווארעמע טישן, נעם זיך רייטן אויף די געפילן פון מענער, פרויען א.א.וו. געפילן פון דעם יונגווארג- זיי זאלן זיך פילן אין די מלחמות.
ככל החזון הזה חזר'ט זיך ליידער איבער אין שטעטל קרית יואל. דער מנהיג קל, דער עונש פון עקבתא דמשיחא האט איבערגענומען א הנהגה אויף א ציבור וואס טראץ זייער שווערן איבערגאנג זענען זיי געבליבן נאמנים צום שיטה וואס רביה"ק האט זיי געלערנט. א קהילה וואס זייער עיקר איז תורה, עבודה, גמ"ח, קדושה, יר"ש, מלחמת ד', פארבינדן צום הייליגן עבר ביזן בארג סיני, און וועלכע אידישקייט פונקט נישט? אבער דאס קלות און פרעכהייט פון אט דעם מנהיג קל פארטראגט נישט אזא עבר און ער וויל אראפווארפן דעם עול פון די גאנצע כח הקדושה.
פראבירט האט ער מיט אלע דריי וועגן וואס זיין שוואגער האט געטון: א.טעראר. מען דארף נישט מאריך זיין וויפל בלוט ער האט פארגאסן פון נערים וזקנים טף ונשים. ב. אפלאכן און מבזה זיין גדולי ישראל- פריערדיגע און לעבעדיגע. פריערדיגע, מיטן אפלערנען זיי מיט א מגושם'דיגן בליק און תולה זיין אין זיי אלע זיינע עבירות און הפקירות. לעבעדיגע, מיט מבזה זיין במחשבה, דיבור ומעשה באופן נורא.
המשך יבוא בעזהשי"ת
תוקן על ידי אגוטןטאג ב- 08/03/2010 23:12:04
תוקן על ידי אגוטןטאג ב- 08/03/2010 23:14:06