בית פורומים כל העולם כולו

רוזלטאט פין די מחלוקה אין סאטמאר, במ"ל ארעסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/3/2010 22:16 לינק ישיר 

געלעכטער
 דיין קאפ ליגט ווי אלע זאלי'ס, די ווייסט אפשר ווער ס'איז דער מחבר פין דיין לעצטע שורה?
איינער זאגט מיר אז.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2010 22:20 לינק ישיר 

פון ווי ווייסטו וועם איך מיין ? איך האב נישט געשריבען קיין נאמען ?

איך האב מורא אז דו מיינסט א צווייטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 22:22 לינק ישיר 

עס איז מרגלא בפומיא פין אלע  מנוולים, סיי דא אויפן פארק אין איבראל ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפרן
(פין יענס רעדט איך)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2010 22:28 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט? אז איך נעם איך אן פאר במל שריי סטע אז ער איז א מנוול סא וואס זאל איך טוען איך דארף מיך יעצט פרייען אז ב"ה אז נחום רז"ב האט הצלחה ?
ער איז דאך געאסרט פון ענקער רב אין וומ"ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2010 23:15 לינק ישיר 

אפאר יאר צוריק האט אויף געשטעלט א יוד אין גע'מסר'ט די גאנצע אביגדור יאקאבוויטש פעמעלי
ליידער זיצן זיי אלע אין תפיסה אדאנק אים

דער מסור י.פ. איז א גרויסער פייפער ביי די זאליס אין קיינער זאגט אים גארנישט

ליידער זענען ביי די זאליס נישט נאר וועלקאם די גרעסטע מנווילים אין מוסרים אין די שטאט נאר זיי זענען זיינע אויבן אן זיצער'ס מיט ראשי קהילה

די זאליס זענען שולדיג אין אלע צרות וואס אנז היינט ליידער דא זיי זענען די לידינג ראלל אין מסירה אין ניוויל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2010 15:28 לינק ישיר 

ווי מען הערט האט מען אים שוין ארויס געריסן די בארד אין תפיסה

דאס איז די פירות פין דעם הפקר יונג שלום דייטש פארן איין מסר'ן הרב ארי' לייב גלאנץ
וואס שלום דייטש האט זיכער געמאכט אז מען קען מער קיינעם נישט ארויס העלפן אין תפיסה אין צייט פים נויט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2010 16:30 לינק ישיר 

ווי זיצט ער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2010 17:57 לינק ישיר 

עס איז א גרויס ווייטאג אז א יוד גייט נעבאך זיצען און תפיסה, עס איז א צער פאר די משפחה, א צער פאר גאנץ כלל ישראל, און וואס מען קען טאן אז דער יוד זאל נישט גיין זיצען און תפיסה, אפי' פארקויפן א ספר תורה, איז מען מחייב צו טאן ע''פ הלכה, אזוי עס ווערט געפסקענט און שו''ע,

אבער לאמיר טראכטען א מינוט,

האט דער יוד וואס גייט נעבאך זיצן ה''י, געניצט זיינע כשרונות וואס דער אייבישטער האט אים באשאנקן, וואו למשל, נאך צו מאכן די שטימע פון מענטשען, צו טשעפענען און פייניגען כ''ק רבינו שליט''א???

האט ער דען נישט נאכגעמאכט די שטימע פונעם הייליגן ברך משה זי''ע כמה פעמים, צילוב די נידריגע אונטערעסן פון די הא לן והא להו פראקציע???

האט ער דען נישט אונאיינעם ציט זיין שותף לדבר עבירה ע.ג. ארויסגעלאזט א בליט בילבל אויף הגה''צ אב''ד ור''מ וויליאמסבורג שליט''א,  און א בחינה פון כל הפוסל במימו פוסל וד''ל???

נאך וואס עס איז שווער צו רחמניות האבן אויף אזא בר נש, נאר וואס קענען מיר טאן, מיר זענען ב''ה נישט קיין זאליבאנצעס, איז מיר מיזן טאן וואס די הייליגע תורה פארלאנגט, מען מיז טאן אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל ח''ו נישט גיין און תפיסה, אפי' די הרגישים פארלאנגען אנדערש,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2010 19:42 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:
אוי וויי געלעכטער, געהאט א שווערע וואך, הא?
מאסקאווי קאטשקעס,
טרפה'נע לעבער,
זיך נישט געקענט באטייליגן ביי זיין אייניקלס בר מצוה,
ברוך מרדכי לעבאויטש,
איבערגענומען סידור קידושין,
נייע קהילות נעמען פלייש פון בית השחיטה המהודרת,
משלוח מנות פאר בעלז,
רבי פישעלע הערשקאוויטש שליט''א,
יא, יא, א שווערע וואך, איך שפיר דיין ווייטאג,

אגב, וואס איז דאס א "געזונטער" חלה דעקל?,
קען א חלה דעקל חלילה קראנק ווערן?


  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/3/2010 20:50 לינק ישיר 

ראפאגאש כתב:
עס איז א גרויס ווייטאג אז א יוד גייט נעבאך זיצען און תפיסה, עס איז א צער פאר די משפחה, א צער פאר גאנץ כלל ישראל, און וואס מען קען טאן אז דער יוד זאל נישט גיין זיצען און תפיסה, אפי' פארקויפן א ספר תורה, איז מען מחייב צו טאן ע''פ הלכה, אזוי עס ווערט געפסקענט און שו''ע,

איז מיר מיזן טאן וואס די הייליגע תורה פארלאנגט, מען מיז טאן אלעס אויף דער וועלט אז ער זאל ח''ו נישט גיין און תפיסה, אפי' די הרגישים פארלאנגען אנדערש,


איך ליין דא די הילוך המחשבה און איך שטוין.
  1. ווייסט אז אין די תוה"ק איז דא א דין רודף?????    איך זאג נישט אז עס איז אמת די מעשה, אבער טאמער יא האט אזא איינער א דין רודף וועם עס איז א מצוה איינצוזעצן.
  2. ווען איינער זאל גיין מיט א גאן און הרג'ענען מענטשן וואלט יעדער פארשטאנען אז עס איז לא מעלה ולא מוריד ווי אלט ער איז, און וויפיל קינדער און אייניקלעך ער האט, מ'דארף אים איינשפארן אויב נישט מער... זאל מען ביטע מסביר זיין וואס דער חילוק איז פאר מ'באשולדיגט איינעם דא.
  3. והשלישית, לו יצוייר עס איז א עוולה איינצוזעצן אזא איינעם, איז די שאלה ס"ה וואס עס איז א גרעסע עוולה איינצוזעצן אים אדער טון זיינע מעשים...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2010 21:23 לינק ישיר 

אינדיפנדט

מחליט זיין אז איינער האט א דין רודף, דאס איז א תפקיד פון א רב און א בית דין, נישט יעדער יחיד קען מחליט זיין פאר זיך אז דער צווייטער האט א דין רודף


ב. רודף איז שייך אויף איינער וואס האלט יעצט אין איין טוען מעשים אשר לא יעשו, נישט אויף א מעשה וואס איז געטוען געווארען יארען צוריק

ג. דין רודף גלייב איך נישט גייט אהן אויף איינער וואס איז א געהעריגער גדול בדעת עצמו על פי תורה, א זעכצען יעריגער בחור, וואס אין אנדערע סטעיטס איז נישטא קיין שום ליגעל פראבלעם מיט דעם


(איך רעד בכלליות נישט וועגען די ספעציפישע מעישה דוקא)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2010 21:33 לינק ישיר 
פון אישי:

די פארגאנגענע פרשת יתרו איז געווען געפלאנט אז דער ניקלשבורגער רבי זאל זיין אין ב"פ, למעשה איז דאס אפגערופן געווארן צוליב סיבות (שייכות מיט די געשיכטע), און אנשטאט זענען זיינע ב"פ חסידים געקומען צו אים קיין מאנסי, האט ער ביי ש"ס דערמאנט די זאך ברמז קצת, און געזאגט: וואס קען מען פארלאנגען פון א קינד וועלכער האט אין זיין לעבן קיין טאטן נישט געהאט!!

(זיין פאטער איז אוועק נאך פאר זייין געבורט).
ע"כ פון אישי.
========

עס איז זיכער אז אונז היידפארק שרייבער זענען נישט די וואס זאלן דן זיין אמיתת הדברים און באשטימען עונשים, והוי דן את כל אדם לכף זכות.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/3/2010 22:38 לינק ישיר 

איך קען נישט די קעיס מען זאל נישט געפריווט ווערן
אבער דאכט זיך אז דאס וואס דער ים חזיר נחום באשולדיקט אים איז נישט קיין שום ראיה
אויב יא פארקערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2010 22:45 לינק ישיר 

דער נחום אידעך אזא מין היפאקריט שאין דוגמתו.

ביי די קרית יואלע ועד הצניעות (וועלכע האט נאך אין די היסטארי נישט אנגעקלאגט איינעם איינצוזעצן) שרייט ער אז זיי פארדארבן, זיי גיבן נישט טעראפי וגו', און דא ווייל ער קען קריגן אביסל עטענשאן און כשר'ן זיין חזיר פיסל, איז ער גאר דער וואס זאל גיין בחומר הדין.

איך פארשטיי אים גוט, עס איז אים גוטע פובליסיטי - וואס דאס איז זיין ציהל אין לעבן - אבער: פאר אביסל עטענשאן גייסטו איינעם איינזעצן אויפן גאנץ לעבן??!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/3/2010 23:21 לינק ישיר 

איך וועל נישט אריין גיין אינעם ענין, צו במ"ל האט עס געטאן צו נישט.

אזוי פיל יא!

די הייליגע צדיקים ובפרט רבי לייב שרה'ס זי"ע האבן זיך מוסר נפש געווען ארויס צו נעמען אידן פון די תפיסות.

פארוועם האבן זיי זיך מוסר נפש געווען?

פאר צדיקים, קדושים, ערליכע אידן? ניין זיי זענען נישט אין תפיסה געזיצען.

געזיצען זענען פשוטי עם, בעלי עבירה, גנבים, רוצחים וכו', פאר די אידן האבן זיך די צדיקים מוסר נפש געווען.

נישט קיין חילוק וואספארא איד דאס איז דארף מען זיך מוסר נפש זיין פאר מצות פדיון שבויים.

נאך א זאך איז כדאי צו וויסן, די יסורים קשים, וואס במ"ל מאכט מיט איצט אינעם ביטערן תפיסה רייקערס איילענד, איז צו פארדאנקען די מוסרים די זאליס, וואס זיי האבן גע'מסר'ט דעם חשובן תפיסה עסקן רבי ארי' לייב גלאנץ ני"ו, וואס יעדער ווייסט וואס ער האט געטאן און געקענט טאן אין די רייקערס תפיסה, און א דאנק די רשעות מסירות פון די זאליס, איז דאס אלעס אפגעשטעלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רוזלטאט פין די מחלוקה אין סאטמאר, במ"ל ארעסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.