בית פורומים כל העולם כולו

רוזלטאט פין די מחלוקה אין סאטמאר, במ"ל ארעסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/3/2010 23:33 לינק ישיר 

וועגן די ערשטע תגובה וואס אריגינעלער האט אנגעהובין אין דער גלאטער אייזעל האט פארדרייט מיט שטותים

די מציאות איז אז ווען סאטמאר זאל זיי איינס א שטייגער ווי ביז תשנ''ט וואלט מען זיכער געקענט אפשטעלן אזא רציחה, עס איז קלאר אז זייער אסאך חוטאים אין מהרסים שיינען אויף פין די ציטיילונג פין סאטמאר,
פרעגט יעדן עסקן פין די וומ''סב'גער עירוב אויב זיי וואלטען פראבירט צו מאכען א עירוב פאר תשנ''ט, וכו' וכו' זיי וועלן אלע קלאר ענטפרן אז סאטמאר איז ציטיילט קען מען טוהן וואס מען וויל.
וואס דארפט איר מער ווי דעם אז זינט די פאליטיק איז נאכנישט געווען קיין געהעריגע גרויסע פראטעסט קעגן די מדינה, ווייל אז ארונים פירן עס, דרייען זיך די זאלי'ס ארויס, אין אז די זאלי'ס פירען עס מאכען זיי זיכער אויפצושטעלן רעדן נאר זאלי'ס אין מאכען זיכער אז די ארוינים זאלען נישט זיי דארט באקוועם, כידוע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2010 02:23 לינק ישיר 

זאג נאר דו האלטסט אז אויב מהר"א ט"ב וואלט געווען רב הצעיר וואלט ער מרחק געווען דו שלעזינגערס ?

דו האלטסט אז אויב וואלט מהר"א ט"ב געווען רב הצעיר וואלט ער מרחק געווען יאסי בראך?


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 03:28:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/3/2010 02:47 לינק ישיר 

וואס איז פשט אזא מסור יענקל פעקטע וואס איז אן אפענער מסור אין ער זיצט ביי ר' זלמן לייב אויבן אן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/3/2010 15:42 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
זאג נאר דו האלטסט אז אויב מהר"א ט"ב וואלט געווען רב הצעיר וואלט ער מרחק געווען דו שלעזינגערס ?



זעסט נישט אליינס?!
זייט ער איז ביי אונז האט ער נאך קיינעם נישט גע'מסר'ט!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 18:45 לינק ישיר 

וואס האט געברענגט דיין באשלוס אז די שלעזינגערס זענען מוסרים? ווייל האסט אזוי געליינט "שווארץ אויף ווייס" אין א פאשקעוויל?

אבן מקיר תזעק - שלעזינגער מסירות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:22 לינק ישיר 

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
ביי די זאליס איז דער נתבע, דער מסור!
די בני יואל האבן גערופן ר' דוד עקשטיין אין געריכט
איז דאך ר' דוד עקשטיין דער מסור, נפתלי שלעזינגער
האט גערופן משפחת ר' יצחק ז''ל אין געריכט,
זענען זיי די מוסרים, עטליסט זיי זענען קאנסיסטענט!!!

אביש וויינבערגער האט געמסרט 26 בחורים, אבער ער איז ח''ו
נישט קיין מסור, יאשקע וואלדמאן דער מסור דמתא האט שוין
צענדליגע מאל גע'מסר'ט אידן אין קרית יואל, און סטראשעט יעדן
צווייטן טאג מיט "אילך ואמסור" אבער ער איז פון די יושבי ראשונה
במלכות זאלי, ער איז ח''ו נישט קיין מסור, ווייל ביי זיי איז דער גע'מסר'טער
דער מסור, פונקט ווי ווען זיי האבן געשלאגן רבי עמרם כהן שליט''א אין
ראדני און מען האט אפילו ארעסטירט דריי זאלי שלעגער, אבער רעד
מיט א זאלי וועלן זיי דיר זאגן אז רבי עמרם איז גאר דער שלעגער,
איי אויף אלע בילדער זעט מען אז ער האט גאר געכאפט שלעק,
איז דער ענטפער, נו, טאקע משם ראי', ביי די זאליס איז דער געשלאגענער
דער שלעגער, דער גע'מסר'טער דער מסור, און דער גנב דער רבי.
עולם הפוך ראיתי. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:28 לינק ישיר 

די ווייסט אפשר פארוואס די צייטנגען קעגן די חשובע משפחות בני החסיד ר' שלעזינגער האבען זיך אפגעשטעלט?
פארוואס איז חלק ג' נישט ארויסגעקומען?

באמת א שאד...
ס'געווען אנגעגרייט גיטע סחורה לכבוד די דריטע צייטונג וואס ק' גרופע האט געוואלט ארויסשיקען קעגן די שלעזינגער'ס
דארט וואלט יעדער געזעהן פינקטליך ווער די מוסרים זענען

---------------

בנוגע אביגדור
זעה אויס אז זיין ארוינישע ארבייטער ווי ר' יצחק ברוך ברוין וכו' האבען געהאט מער יר''ש ווי די אנדערע
אזש זיי זענען גרייט צו זיצן אבי נישט איינצוזעצן א צווייטע יוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2010 22:05 לינק ישיר 

ער איז ח''ו נישט קיין מסור, ווייל ביי זיי איז דער גע'מסר'טער
דער מסור, פונקט ווי ווען זיי האבן געשלאגן רבי עמרם כהן שליט''א אין
ראדני און מען האט אפילו ארעסטירט דריי זאלי שלעגער,
עכ''ל פון יענקעלע11

יעצט זאג דו יענקעלע ווער זענען די מוסרים??
און בלי שום בושה איז די קעיס געווארן טריאומפירט אויפן דעקל פון בלאט כסדר

און וויפיל יודן זענען שוין געווען ארעסטירט פון דעם שוידערליכן מסור וואלדמאן? הא?
לא קשיא הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 22:42 לינק ישיר 

ביזט גערעכט וואלדמאן איז 'נישט' קיין מסור טראץ די בריוו פין די רבנים
אבער דער 'ארוני' איז א מסור טראץ וואס די רבנים זאגען אז ער איז 'נישט'
ביזט א רעכטע גלאט אייזעל. א מהודר'דיגע בהשגחת הראב''ד

קענסט איינער ברענגן א ליסט וויפיל יודן די זאלי'ס האבען שוין ג'מסר'ט אין וויפיל יודן זיי האבען פאקטיש איינגעזעצט זייט תשנ''ט?

(איך רעדט נישט ווען א איינצעלנער מענטש האט אנגעמקלט כדי להמית א צווייטען יוד ווי א רוצח, אין יענער האט געטוהן זאכען אויף די אייגענע האנט, איך רעדט פין פעלער ווי ענקער קהל אדער 82 האט עס אפיציעל געשטיצט מסורה (לדוגמא מוו''ק סופער, 82 וואלען אין ק''י, קרוין, וכו')



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רוזלטאט פין די מחלוקה אין סאטמאר, במ"ל ארעסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext