הרה''ג ר' בערל כ''ץ מופט וועגן פריצות פין עטרת אברהם
איינער שיקט מיר אין אישי
אז ער הערט אז הרה''ג ר' בערל כ''ץ אב''ד קהילות מהרי''ץ דשינסקיא - וומ''ס האט זיך לעצטענס אוועקגעצויגען פין זיין הערליכע דירה ווי ער וואינט שוין לאנגע יארען, אין עס פארקויפט,
ציליב די הארץ עסעניש וואס ער האט געהאט יעדע נאכט פין דעם געמיינט זאל וואס איז ממש לעבן זיין געוועזענע דירה
עס איז ברייט באקאנט די שתדלנות וואס ר' בערל האט געפירט ביי די העכסטע פענסטער פין די זאלי לאגער אפי' ביי דעם שטריק זעלבסט, אבער די געלט הונגער וואס דער זאל ברענגט האט אים אייביג איבערגעשריגען, דעם ליידאק, ווען קיין יראת שמים איז ליידער נישטו דארט.
ספעציעל ביי אזעלכע געלט גיינציגע מענטשן
די רעדע איז דא פין א זאל וואס מ'האט געבויט פין ציבור'ס געלט, ווי מ'האט ציגעזאגט צווישען אנדערע עס צו מאכען פאר א ביליגע זאל, אין מ'האט עס געבויט אין הארץ פין שטאט, אין א שטארק באווינטע געגנט,
אין עס ווערט באניצט דורך געמיינע פריצות'דיגע עלעמענטן יעדע נאכט ''וואס קומט פין אלע געגנטער חוץ וומ''ס''
(צו בעסטע וועג צו באשטעטיגען איז צו פרעגן סיי וועלכע שכן פין יענע גאס,.)
מיר איז אינטערסאנט פארוואס ר' בערל האט נישט געקענט דינגען ש' וו' אדער קו''ג זאלען ארומלויפן צו רבנים (דא וואלטען זיי נשיט געדארפט ניצן קיין שקרים ווייל די אמת איז ליידער גענוג ביטער)
 |
|
|