איך וועל נישט ענטפערן פאר "פייף בארה"
וועט איר פרעגן פארוואס?
ווייל ער האט מגלה געווען דעת קדשו און זיין מכתב גלוי,
אז ער איז בכלל נישט דא צי ענטפערן אויף וואס מען שרייבט & פאר ווער עס שרייבט ,
נאר זיין ציל איז, אזוי ווי עס איז דא ארונים וואס ווערן פארגיפטט פון די אידישע געדאנק נייעסן,
(און זעט אויס אז צירוק האלטן פון עס ליינען קען מען נישט)
איז ער דא פארדעם,
אז ווען ער זעט א נייעס וואס קען שאטן פארן ארוני ווען ער ליינט דאס, געט ער צי עפעס כדי אוועק צי נעמן די השפעה,
(א בחינה, ווי איינער חלשט ווארט מן אויף גארנישט, נאר מען גיט גלייך אביסל וואסער צי דערמינטערן, ווייל אויב מען ווארטן קען עס ערגער ווערען,)
אזוי איז אינזער פייפער דא, צי גיסן וואסער אויף די וואנדן וואס די היזיגע שרייבערס האבן פארארזאכט און די ארונישע מוחות, וז”ל בהמכתב גלוי, (איר וואלט געקענט באשטיין ווען עס זאל בלייבן ביי אייער גיפט וואס איר ווארפט אריין, און פארטיג. דעריבער איז טאקע מיינע תשובות לגמרי נישט געוואנדן צו ענק. עס איז אין א בחינה פון "לכם ולא לו", מיינע תשובות זענען בלויז אפצו-ווישן דעם גיפט וואס קען מעגליך איבערבלייבן נאך ענקערע אטאקעס.)
במילא אפעליר איך דא צום עולם אז ווען איר ענטפערט פאר אינזער פייפער ביטע האט אויך אינזין נאר אוועק צי נעמען זיין ציל פון אקטוויזירן, און נישט עם צי ענטפערן,
און יעצט וויל איך דא אויך ענטפערן פאר לכם ולא לו,
טייערע ארוני
איר לייקענט נישט אז פון אייער צד איז מען זיך משתמש מיטן ידים ידי עשיו
דורך גנב'ען און רויבען פון א ציבור וויפל עס גייט נאר אריין,
מיטן מצער זיין א ציבור דורך פארשפארן דעם בית המדרש בית רבינו זי"ע
מיטן טערארעזירן א ציבור מיט שאדען מאכן לאלפים די מוסדות באסעס,
מיטן טערארעזירן א ציבור מיט שאדען מאכן לאלפים פריוואטע קארס,
מיטן טערארעזירן א ציבור מיט מאכן פאני קאללס,
איז דאס דרך התורה?
איז פאר אזעלעכע מענטשן וואס די תורה האט זיי נאך נישט צירוק געהאלטן פון גארנישט האט די תורה געזאגט יתן למכהו לחי,
יא און גלות ביי גוים זאגט דער נביא יתן למכהו לחי,
אבער ווען מען לייט פון אייגענע ברידער וואס די תורה איז זיי גארנישט מחייב זאגט די תורה,
וכל המיצר לציבור ומצערם מותר למסרו ביד השלטון להכותו ולקנסו ולאסרו"
און אנדרע פלעצער שטייט גאר מצוה למסרו,
מיינט איר טאקע אז די תורה זאגט אז אלע עבירת מעגן מען עובר זיין
און ווען דער באטרעפנדער באשיצט זיך איז ער א מסור?
די תורה איז דרכיה דרכי נועם און זאגט נישט חלילה חוטא נשכר,
נאכאמאל פאר איך ענדיג איך שרייב דא נישט צי פייפער נאר ווי ער ריפט עס לכם ולא לו,