בית פורומים אידישע געדאנק

עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין האט ארויסגעווארפן זיין ארבייטער !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2010 19:29 לינק ישיר 

ווען איינער הערט צו זיין רב און זיינע דיינים און איז מסדר קידושין לויט זייער קלארע געדרוקטע פסק הלכה, וועט מען עפענען א גאנצע טעראר אפאראט קעגן זיי: מאכן פאני קאלס א גאנצע נאכט פאר די רבנים המסדרים קידושין און אויסשיסן זייערע פענסטערס, שעדיגן די  קארס און נכסים פון די מחותנים און נייע פארפעלקער, מאכן מיאוסע פאשקעווילן קעגן זיי, און קעגן זייערע משפחות און רבנים, מיט עפענען האט ליינס, און אפהאקן פרנסות מיט אכזריות, ווייל זיי האבן געפאגלט דעם קלארן פסק פון זייערע דיינים.

אבער, די זעלביגע שלעגערס און טעראריסטן קענען פשוט נישט פארשטיין און קענען נישט פארטראגן ווען איינער שרייט "שבת" אויף איינעם וואס טראגט אין א שטאט וואס פילע צענדליגער רבנים (וואס לעבן שוין נישט, ולהבחל"ח וואס לעבן נאך שליט"א) האבן גע'אסר'ט צו טראגן אין שטאט, און יענער זאגט אז ער האט א דיין וואס זאגט אז מ'מעג יא טראגן, דאס פארשטייען נישט די קרית יואלע שלעגערס און טעראריסטן, דעמאלס איז דאס פונקט ווי מאשין מצות...

היפאקריטן היפאקריטן היפאקריטן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 19:38 לינק ישיר 

מיר האבן א קלארער פסק דין פון רביה"ק זי"ע מיט די שארפסטע לשונות וואס שייך! יא, די שארפסטע.

קענסט מיר ברענגען אזא פסק בנוגע די עירוב? (למען האמת, די רבי ז"ל "האט נישט געוואלט" עס זאל זיין א עירוב, אבער עס האט אים נישט עולה געווען על הדעת אז ווער עס מאכט יא אן עירוב און טראגט דערמיט איז א "מחלל שבת" וואס איז חייב מיתה. קלאר אז נישט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2010 20:39 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
מיר האבן א קלארער פסק דין פון רביה"ק זי"ע מיט די שארפסטע לשונות וואס שייך! יא, די שארפסטע.



די רבי רעדט אינגאנצן נישט פין דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:42 לינק ישיר 

אין איך בין נישט מקנה דעם טאנץ מייסטער (עי' ערך טאנץ שמחת תורה) אויף דעם וואס ער רוידפט איינעם וואס פארלאסט זיך אויף צוויי קלארע פסקים פינעם רבי'ן די ברך משה ז"ל ווי ער שרייבט קלאר ארויס אז ממעג!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:42 לינק ישיר 

ביי די סידור קידושין איז דא א געדרוקטע קלארער פסק פון 8 דיינים מובהקים אז ס'איז מותר לכתחילה אן קיין ספק צו זיין מסדר קידושין, (אפילו אין הארץ פון קרית יואל, כל שכן ווען די סידור קידושין'ס זענען געווען אינדרויסן פון שטעטל אין קרית בני יואל, וואס איז פורים און חוזק צו זאגן אז דער שוטה וסבלן איז מרא דאתרא ביז מאנסי..) משא"כ ביי די וויליאמסבורג עירוב, איז נישט דא אזאנס...

ביי די סידור קידושין טיילט מען אויס כל מיני טעראר כאטש ס'איז דא אזויפיל רבנים אונטערגעשריבן דערויף, און די וואס האבן מסדר קידושין געווען זענען אליינס רבנים מובהקים...

אבער, ביי היפאקריטן איז נישט דא קיין ישרות, גראדקייט, תורה, סברא, ס'איז "איך מיט איך מיט טעראר", "איך מעג אלעס", דו טארסט נישט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:44 לינק ישיר 

און ועל כולם, רבינו הגדול דער ברך משה זצ"ל האט געגעבן א קלארע היתר דערויף! יא ער איז געווען העכער די 85, ביי אונז ווערט דער רבי נישט אויס רבי ווייל ער זאגט עפעס וואס שמעקט נישט פאר זיין בן סורר ומורה, ער איז פונקט אזוי הייליג ביי די ניינציג ווי ביי די פיר און אכציג און אהאלב..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:47 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
מיר האבן א קלארער פסק דין פון רביה"ק זי"ע מיט די שארפסטע לשונות וואס שייך! יא, די שארפסטע.

.


די ווייסט אפשר די קלארע פסק פין רבי'ן ווען איינער טשעפעט די רעבעצין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 20:52 לינק ישיר 

ווער_איז כתב:
מיר האבן א קלארער פסק דין פון רביה"ק זי"ע מיט די שארפסטע לשונות וואס שייך! יא, די שארפסטע.

.

די ווייסט אפשר די קלארע פסק פין רבי'ן ווען איינער טשעפעט די רעבעצין ?


זיי רעדן פון עפעס א אנדערע רבי.. דו רעדסט פון די רבי בעל ויואל משה וואס האט נישט געלאזט רעדן עבריט אין זיין שטעטל, און זיך נישט געלאזט חנפ'ענען צו די לינקע.. זיי רעדן פון עפעס א רבי וואס האט געהאלטן אנדערש..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 21:15 לינק ישיר 

אלע דיינע 8 דיינים מובהקים זענען כקלופת השום צו רבי געציל בערקאוויטש שליט''א, און ווען ער זאגט אז דאס איז גענוי וואס רבינו הקדוש בעל דברי יואל האט געזאגט איז דאס מחייב יעדן איינעם, אפילו רבי ישראל חיים מנשה קען דאס נישט מבטל זיין וכל שכן ר' מאיר יודל אין ר' ארי' ראזענפעלד, לאמיר הערן, האט דער דברי יואל געשטעלט רבי געציל אלץ דיין אין קרית יואל? איז דאס נישט מחייב יעדן עם צו פאלגן? יעדער רב פרעגט די ערשטע זאך וואס האלט רבי געציל, און יעדער פארשטייט אז אין קרית יואל איז ער דער מורה הוראה, אדרבה, לאמיר זען צו סיי וועלעכער רב אדער רבי אדער דיין וועט אנעמען דעם פסק פין ענקערע 8 דיינים מובהקים, איך בין זיכער אז קיינער נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2010 21:20 לינק ישיר 

די בוסט בטל פאר'ן רבי'ן וואס האט די רבי געזטגט ווען איינער האט מצער געווען זיין אלמנה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 22:28 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

[quote]

אלע דיינע 8 דיינים מובהקים זענען כקלופת השום צו רבי געציל בערקאוויטש שליט''א, און ווען ער זאגט אז דאס איז גענוי וואס רבינו הקדוש בעל דברי יואל האט געזאגט איז דאס מחייב יעדן איינעם, אפילו רבי ישראל חיים מנשה קען דאס נישט מבטל זיין וכל שכן ר' מאיר יודל אין ר' ארי' ראזענפעלד, לאמיר הערן, האט דער דברי יואל געשטעלט רבי געציל אלץ דיין אין קרית יואל? איז דאס נישט מחייב יעדן עם צו פאלגן? יעדער רב פרעגט די ערשטע זאך וואס האלט רבי געציל, און יעדער פארשטייט אז אין קרית יואל איז ער דער מורה הוראה, אדרבה, לאמיר זען צו סיי וועלעכער רב אדער רבי אדער דיין וועט אנעמען דעם פסק פין ענקערע 8 דיינים מובהקים, איך בין זיכער אז קיינער נישט,
[/quote]

א) רבינו הקדוש בעל ברך משה האט געזאגט אנדערש, דעריבער אינטערעסירט מיך נישט ווער ס'איז וואס זאגט אנדערש, ווער קען מחולק זיין אויף זיין קלארע פסק?

ב) דו זאגסט אז ר' געציל פאקט איין  ווייס איך וועם, די גאנצע שמועס איז נאריש, קינדעריש און ארויניש, דער פאקט איין דעם און דער פאקט איין יענעם... דו ווייסט גאנץ גוט אז די זאלוינים האלטן אז יעדער פון אונזערע דיינים פאקט איין ר' געציל, און יעדער קרית יואל'ער וואס איז נישט קיין פלאטשיגער ארויני האלט אז שארמאשער רב שליט"א פאקט איין ר' געציל, און האלטן אז דער גאון אדיר רבי ארי' ראזנפעלד האט זיך אויך נישט וואס צו שעמען פאר אים, דאס זעלבע מיט רבי מאיר יודא אב"ד טשאטה שליט"א וועלכער איז א גאון עולם, אבער דאס איז א נארישער שמועס וואס איז נישט מעלה ומוריד...

די פאקט איז אז אזויפיל דיינים מובהקים גיבן א פסק, איז דאס גענוג פאר איינעם וואס פארלאזט זיך אויף זיי צו טון ווי זיי פסק'ענען, ספעציעל נאכדעם ווי ס'איז דא א פסק מפורשת פון דעם ריכטיגן מרא דאתרא הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, איז עס אין להשיב, נישט ר' געציל און נישט ענקערע צוואנציג דרייסיג יעריגע דיינים..

און לכל הפחות אזא היתר ווי מאשין מצות אדער עירוב איז עס נאך.. אבער דא פארשטייט איר אז איר מעגט אנגיין מיט אייער אלטער מיטל פון שלאגן פלינדערן און שעדיגן וועם עס לאזט זיך און מבזה זיין אלע גדולי ישראל וואס זאגן נישט ווי ענק, הא לן והא להו, דאס איז די ריכטיגע אפשטייטש פון ארונישע היפאקריטן!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 23:18 לינק ישיר 

[quote]מיר האבן א קלארער פסק דין פון רביה"ק זי"ע מיט די שארפסטע לשונות וואס שייך! יא, די שארפסטע.
quote]
 דו פינעף שטאקיגער גולם דו האסט א קלארן פסק מיט די שארפסטע לשונות, איך זאג דיר אלע אונזערע מתירים אגריען 100 פראצענט מיט דעם פסק פון וואס דו רעדסט דע פסק איז קאי וקיים וזאת התורה לא תהא מחולפת,

עטס זענטס אבער לא עלינו בלינד אויף איין אויג ר"ל, דער זעלבער פוסק רבינו הקדוש זי"ע וואס האט געפסקענט די שארפסטע קעגן א חצוף א יחיד אין שטאט וואס האט זיך מסדר קידושין געווען שלא ברשות, דער זעלבער צדיק רבינו הקדוש האט געפסקענט ביי א קהלה נפרדה אז ס'איז נישט דא קיין שום שאלה און די ערשטע קהילה קען נישט מחייב זיין די קהלה נפרדה און אויף דעם פסק האבן די בעלזער חסידים וואס האבן זיך אריינגעריקט אין מונקאטשער שטעטל זיך סומך געווען און מיר אויך ואין לנו אלא דברי בן עמרם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2010 23:22 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
דער זעלבער צדיק רבינו הקדוש האט געפסקענט ביי א קהלה נפרדה אז ס'איז נישט דא קיין שום שאלה און די ערשטע קהילה קען נישט מחייב זיין די קהלה נפרדה


אהער דערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2010 23:24 לינק ישיר 

א פלא ר' בנציון לאוב א דיין נתמנה געווארן דורך ר' אהרן אין די שטאט ער קען קומען איינטיילן אין קרית יואל, משא"כ ר' ישראל חיים מנשה נתמנה געווארן דורך רבינו הק' ער טאר נישט אריינרעדן אין קרית יואל און זיין פסק איז נישט מחייב

ווי אזוי ארבעט דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2010 23:34 לינק ישיר 

מ'גייט דאס נישט באהאלטן פון דיר קענסט זיין ראויג, דע בריוו איז דא מ'האט דאס אפגעקויפט פונעם מונקאטשער, ס'גייט נתגלה ווערן לאור עולם, און אמת ווילאנג איך ברענג דיר עס נישט בין איך דיר טאקע נישט מחייב זאלסט מיר גלייבן, אבער דאס קען איך דיר צוזאגן אז אפילו נאכדעם וועסטו עניוועיס האבן 100 תורות פארוואס דע בריוו האט שוין עקספייערט, 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין האט ארויסגעווארפן זיין ארבייטער !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.