|
בית
|
פורומים
|
אידישע געדאנק
|
עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין האט ארויסגעווארפן זיין ארבייטער !
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 01:40 |
|
| |
פינעווער איך בעט דיך צים לעצטען מאל איך האב נישט געטראפען די פשוטע טייטש פין וואס איך האב דיך געפרעגט נאך אמאל עברי מיט טייטש ווייז נישט פארען עולם אז די שיסט סתם דיינע אזוי פאבריצירטע הלכות אין די וועלט אריין אין נישט יעדער דארף זען וואסארא פינעף שטאקיגע'ר די ביסט מיט דיינע קליגע ענטפערס איינס נאכען אנדערען אין נישט ווען מען הערט שוין אויף צי ענטפערן אויף דיינע איבערגעקייטע פערדישקייטען מיינט אז מען בלייבט מיט די צינג אינדרויסען אמאל מיינט עס אז מען איז שוין קראנק געווארען פין דיינע איבערגעקייטע פערדישקייטען איך בעט דיך ציך לעצטען מאל אויב ווילסטי ווייזען אז די ביזט קליגער ווי דיין געלינקטער חבר דא וואס רוב שרייבערס דא ענטפערען ניטאמאל ווען ער שרייבט דעמאלט ענטפער וואס מען האט דיך געפרעגט נישט דריי מיט די צינג ווי א קלאטץ מח שטרוי זאק
שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר. לרב או מו"ץ" בקהלתו" או מדינה או גליל זיי אזוי גיט טייטש מיר איבער די ווערטער אויף אידיש
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 03:53 |
|
| |
יוסף האסט א שטיקל פוינט וואס קענסטו אבער טאן אז דאס רוב סאטמארע חסידים אין קרית יואל גלייכן יא ר' אהרן'ען און זיי ווילן איהם דייקא יא אין קרית יואל,
מעדשארעטי רולס!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 04:36 |
|
| |
(אן אנטשולדיגונג פאר מיין אפוועזנהייט אייניגע שעה)
משה'לע וויל וויסן "טייטש" אויף: שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר לרב או מו"ץ בקהלתו או מדינה או גליל
גיימער לערנען פירוש ע"ט: שלא יסדר שום אדם קידושין אז קיין שום מענטש זאל נישט מסדר זיין א קידושין, כ"א מי שנבחר נאר ווער עס איז אויסגעוועהלט, לרב או מו"ץ אלס רב אדער מורה צדק, בקהילתו או מדינה או גליל אין זיין קהילה אדער זיין מדינה אדער זיין גלילות.
פירוש רש"י... : קהילתו או מדינה או גליל, וואס זענען די הדרגה'ס? איז אזוי, "מדינה", זעהט אויס אז עס איז געווען אזא מושג אז איינער זאל זיין מרא דאתרא אין א גאנצע לאנד, "גליל" איז טייטש א שטאט וואס ענדיגט זיך נישט ביים שטאט, נאר עס איז א גאנצע גליל (דאס טייטש אז אויסער די שטאט איז אויך דא איינוואוינער [אידן], א שטייגער ווי קרית יואל). "קהילתו" ווייס איך נישט וואס ער מיינט, קען זיין אז די זעלבע דין איז אויך דא ביי א קהילה, דאס הייסט אז אין וויליאמסבורג למשל, אין די קלויזנבארגע זאל ברויך דער קלויזנבארגער מסדר קידושין זיין? ווייס איך נישט. לאמיר הערן וואס משה'לע זאגט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 04:46 |
|
| |
יא, אויב וועט אויסקומען א קיפוח פרנסה פארן קלויזנבורגער אויב ער וועט נישט מסדר זיין אין זיין זאל וועט טאקע נאר ער מעגן זיין די איינציגסטער מסדר קידושין! דעס איז וואס דער ר"ת זאגט און דעס פסקנט דער דברי חיים אז ווילאנג דער צווייטער רב איז נישט מקפח די פרנסה פונעם מרא דאתרא איז דער צווייטער מותר לשמש ברבנות, עי"ש יו"ד ח"א סי' נב
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 04:50 |
|
| |
זיי מוחל מיש נישט.
דער דברי חיים רעדט פון פרנסה, דער ר"ת האט געמאכט א חרם וועגן א תקנה בעניני קדושה (דאס איז נישט א איסור והיתר שאלה).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 06:10 |
|
| |
אההה קהילתו דארט ליגט עטץ באגראבען. אין די שרייסט מיט אזא פעסקייט ממזרים פסילים אין די קענסט אפילו נישט קיין טייטש אין דיין מראה מקום. די שעמסט דיך נישט צי רעדען אקעגען שארמאשער רב אין אקעגין סאטמארע דיינים וואס דער רבי האט אויפגענימען בשעת די קענסט אפילו נישט נאכזאגען א פשוט'ן טייטש די עם הארץ יעצט וועל איך דיר זאגען אן רש"י פשוט אין גראד. שלא יסדר שום אדם קידושין. קיין שום מענטש זאל נישט מסדר קידושין זיין כ"א מי שנבחר לרב נאר טאמער איז ער אויסגעוועלט געווארען פאר א רב או מו"ץ אדער א דיין בקהילתו אין זיין קהילה או מדינה אדער אין זיין מדינה או גליל אדער אין זיין דארף. אין ערגעץ דא זעט מען נישט אז דער שכן פינעם גליל אדער פינעם מדינה האט א רעכט אריינצירעדען אינעם אנדערעם'ס שכינות. בסך הכל שרייבט דער הייליגער רבי אז מען זאל נישט נעמען א פשוטע יוד פאר מסדר קידושין זיין נאר אז עס זאל זיין א רב אדער א דיין פין יענעם קהילה. אין דאס וועסטי מיזען מודה זיין אז בני יואל איז א עקסטערע קהילה זיין פארמאגען אלע ציגעהערען וואס א קהילה דארף צי האבען פין אנפאנג ביזען סוף ממלא האבען זיי ארעכט צי אויפנעמען זייער אייגענע רב אין אויך א דיין קימט אויס אז טאקע דארט ביי זיי מעגען אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען זייערע דיינים אין אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען א רב זיי מעגען מסדר קידושין זיין אין די נייע בני יואל זאל אין רא"ט טאר נישט זיין דארטען קיין מסדר קידושין אין טאמער יא איז עס א פסולע קידושין אין מען וועט מיזען מאכען א פנקס פאר די וואס האבען עם גענימען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 06:48 |
|
| |
תשובה פאר משה'לע (די באָלד זענען מיינע תשובות)
אההה קהילתו דארט ליגט עטץ באגראבען. עס איז נאך אן ערנסטע שאלה צו מיר זענען בכלל באגראבן, די שאלה איז נישט בלויז "וואו"...
אין די שרייסט מיט אזא פעסקייט ממזרים פסילים אין די קענסט אפילו נישט קיין טייטש אין דיין מראה מקום. דו מיינסט טאקע אז איך שריי ממזרים (אייגנטליך האסטו פון מיר אזא ווארט ממזרים כלל נישט געהערט) אויף מיין אייגענעם דעת מיט מיין אייגענע פארשטאנד? איך בין טאקע נישט אזא מן הארץ ווי דיינע חברים דא, אבער עכ"ז, איך פסק'ן נישט אליין גארנישט. דער דיין פון די שטאט קר"י וואס איז נתמנה געווארן דארט דורך רביה"ק בעל דבר"י ז"ל, ער האט געפסקנ'ט אז ס'איז אסור, און אז אלע שארפע דברי הקדמונים זענען דא חל.
די שעמסט דיך נישט צי רעדען אקעגען שארמאשער רב אין אקעגין סאטמארע דיינים וואס דער רבי האט אויפגענימען בשעת די קענסט אפילו נישט נאכזאגען א פשוט'ן טייטש די עם הארץ באלד וועל מיר זעהן ווער עס איז אן עם הארץ, שנית, ניין, איך שעם זיך נישט צו רעדן אויף ת"ח וואס זענען מסלף די הייליגע תורה, מיט'ן איינעם תירוץ אונטערצוברענגען דעם ר' אהרן'ען.
יעצט וועל איך דיר זאגען אן רש"י פשוט אין גראד. שלא יסדר שום אדם קידושין. קיין שום מענטש זאל נישט מסדר קידושין זיין כ"א מי שנבחר לרב נאר טאמער איז ער אויסגעוועלט געווארען פאר א רב או מו"ץ אדער א דיין בקהילתו אין זיין קהילה או מדינה אדער אין זיין מדינה או גליל אדער אין זיין דארף. א שיינע פשט אויף גליל. אלזא, זאגדשע, וויאזוי ווערט אנגערופן דאס וואס מיר רופן היינט גלילות? (אפשר קהילתו?...)
אין ערגעץ דא זעט מען נישט אז דער שכן פינעם גליל אדער פינעם מדינה האט א רעכט אריינצירעדען אינעם אנדערעם'ס שכינות. זאלסטו וויסן אז די תשובה פונעם שבות יעקב (וואס די רבי צייכנט צו - וואו ער שרייבט אז דער רב [המסדר] איז נקטף געוווארן בדמי ימיו) איז אויך געווען אין אזא סארט גלילות (שכינות ווי דו רופסט עס.. דו לץ), און אזוי אויך אסאך אנדערע תשובות רעדן פון אזא מעשה.
בסך הכל שרייבט דער הייליגער רבי אז מען זאל נישט נעמען א פשוטע יוד פאר מסדר קידושין זיין נאר אז עס זאל זיין א רב אדער א דיין פין יענעם קהילה. א שאד די רבי האט זיך מיט דיר נישט דורכגערעדט בעפאר. ווען יא וואלט ער אפשר אזוי געשריבן. למעשה שרייבט ער (בשם שבות יעקב) אזוי: אך שיעלה על "שום אדם" לסדר קידושין "בלתי רשות והורמנא" מן הרב המקובל מפי טובי העיר, חס שלא להזכיר, וכבר קמו וגו' ולבשו בגדי נקם להוסיף ולהריק חרב מנדנה, "החרם יחרימו" וירדנה, וגו' (!!!) אין דאס וועסטי מיזען מודה זיין אז בני יואל איז א עקסטערע קהילה זיין פארמאגען אלע ציגעהערען וואס א קהילה דארף צי האבען פין אנפאנג ביזען סוף ממלא האבען זיי ארעכט צי אויפנעמען זייער אייגענע רב אין אויך א דיין אזוי? הייסט אז דאס בויען א ביהמ"ד [מיט אלע צוגעהערן..] נגד המרא דאתרא, דאס איז מתיר צו מסדר קידושין זיין נגד המרא דאתרא? שיינע פשעטלעך! פשש! א קניפ אין בעקל. אבער, זאת התורה לא תהא מוחלפת: אלע גדולי דור הקודם האבן קלאר גע'אסר'ט צו עפענען א קהלה נפרדה אין קרית יואל!
קימט אויס אז טאקע דארט ביי זיי מעגען אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען זייערע דיינים אין אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען א רב זיי מעגען מסדר קידושין זיין אין די נייע בני יואל זאל אין רא"ט טאר נישט זיין דארטען קיין מסדר קידושין אין טאמער יא איז עס א פסולע קידושין אין מען וועט מיזען מאכען א פנקס פאר די וואס האבען עם גענימען יעצט זעהט שוין אויס ווי דו ביסט שוין גארנישט קיין בחור'ל, ביסט א פשוטער ילד קטן. סארי פארן אנהייבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 07:00 |
|
| |
וואלן מה, די ליצנות איז אין כמוהו! מיט וועם בין איך דא אין ווארט? מיט א פוסטער מן הארץ??
איך האב זיך נישט געפוילט, איך האב נאכגעקוקט דעם תשובה אין דברי חיים, און וואס זאל איך דיר זאגן, כ'בין איבערצייגט אז דו האסט אין ד"ח נישט אריינגעקוקט. האסט עפעס געהערט פון א גוטער חבר א דבר חיזוק, און ביי לאנטש ביסטו געלאפן עס ארויפלייגן פארן ציבור צו ווייזן דאס חכמה.. שטימט?.
פארוואס זאג איך אזוי? ווייל - נישט ערגעץ צווישן די ווערטער ליגט עפעס פארשטיפט א פירכה אויף דיין צושטעל, נאר פון "די ערשטע שטיקל" ביז די לעצטע, די שאלה און די תשובה, אלעס רעדט פון א מעשה ווי פאלגענד: עס זענען געוווען צוויי שטעט איינס לעבן דעס אנדערע, א עיר גדולה און א עיר קטנה, און די עיר קטנה האט נישט געהאט קיין עקסטערע מקוה וכדו', נאר א אייגענעם מו"ץ. איז געווען די שאלה צו דער מו"ץ קען זיך ערקלערן זעלבסשטענדיג. (און - ווי פריער געשריבן - רעדט ער נישט פונעם חרם דר"ת, ווייל דאס איז לכאורה נישט שייך ביי אזא פלאץ, ער רעדט נאר פון השגת גבול וועדן פרנסה) און ער איז ערנסט דן דערין. (דו הערסט ווערטער? די חברה לעבן אין אייגענעם שטאט געהעריג, דאך איז די שאלה גאנץ קאמפליצירט.) למעשה פירט ער אויס אז וויבאלד זיי זענען א עקסטערע שטאט פאר זיך קען מען עפ"י דין מקיל זיין, "אבער" עפ"י מנהג ברויך מען מחמיר זיין!
יעצט פיר דו אליינס אויס...
===
אגב: פון דעם דבר"ח האב איך שטארק נהנה געווען, קוק דארט אנהייב העסטו זעהן ווי ער ברענגט ארויס אז מיט דעם וואס זיי גייען זיך בויען אן עקסטערע מקוה וכדו', מיט דעם ווערן זיי נאכנישט אטאמאטיש אפגעטיילט פון יענעם מרא דאתרא, עיי"ש. ובנינו של משה'לע נסתר מכל הצדדים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 16:36 |
|
| |
ס'ווערט דערווייל נישט געברענגט ע"פ נגלה אז א דיין דמתא קען מבטל זיין תשובות פון דרויסענדיגע ווייל ער איז דא דער דיין, ס'ווערט יא געברענגט אז דער רב דמתא קען נישט אסר'ן אויף די צווייטע קהילה אחרי שהן קהילה בפני עצמן, אזוי פסקענט דער מהר"ם שי"ק און דער מהרש"ג פסקענט אזוי סיי ווען דער צווייטע קהילה האט זיך אפגעטיילט ע"פ הסכמת רבני המדינה, סיי אויב דאס אפטיילן וועט ברענגן א תכלית פאר די מחלוקת ווי ווען מ'איז צוזאמען, דעס איז צוויי באזונדערע תשובות און מהרש"ג און אפילו די ווילסט נישט אננעמן איין תשובה ווייל אין אמעריקא איז נישט דא א רבנישע קאנצעליי וואס מ'זאל קענען פרעגן זייער שטעלונג, ווערט אבער נאך נישט אפגעפרעגט די אנדערע תשובה וואס פארלאנגט נישט די הסכמת רבני המדינה אויב די סיבת החלוקה איז מ'זאל זיך מער נישט קריגן (עי"ש סי' ס"ח) דער תשובה פונעם שבות יעקב ווי דער רב המסדר איז נקטף געווארן בדמי ימיו, יענער מסדר איז נישט געווען א רב אויף א קהילה בפני עצמן
ר' אהרן איז דערווייל נאך נישט אויפגענומען געווארן אין גאנץ ארענדש קאונטי, זייט וויסן דו גרויסער היסטאריקער אז דער גלילות אויף וואס ער פאררופט זיך מרא דאתרא איז פאר די אידן אין שכינות'דיגן סעווען ספרינגס, הער אויף מיט דיין טיפשות אז ר' אהרן איז מרא דאתרא פאר די גוים מיט די דאגי'ס אין וואודבערי פארשעם נישט דיין רבי
אלע גדולי הדור האבן קיינמאל נישט געאסרט און קענען נישט אסרן די קהילה נפרדה (מהר"ם שי"ק סימן ל"ד ול"ה), די בריוו פונעם עדה קענסט עס דא ארויפלייגן, איז א קריאה ואזהרה פאר דיר אז מ'זאל זיך נישט חברן מיט יענע מענטשן ער באציט זיך בכלל נישט אויף די קהילה זעלבסט אז זיי זענען אסור, אנדערש ווי די קהילה אין אוהעל האט געשריבן אויף די קהילה נפרדה איידער דער מהר"ם שי"ק האט געפסקענט אז ס'האט נישט קיין תוקף,
וועגן דער ד"ח, דו גרויסער חכם דער גאנצער ר"ת איז וועגן השגת גבול און פון דעם רעדט דער מהרי"א וואס דער דברי חיים ברענגט אז כ"ז ס'נישט דא קיין קיפוח פרנסה מעג א צווייטער משמש זיין ברבנות דע פסק איז נישט נאר ביי א גרויסער מיט א קליינע שטאט, צופעליג איז דארט אויסגעקומען דער מציאות און דער ד"ח ברענגט דארט טאקע זיין ראיה פונעם מהרי"א וואס רעדט יא פון איין שטאט, דעס אז ער פירט אויס אז וויבאלד ס'איז א עקסטערע שטאט קען מען ע"פ דין מקיל זיין, דעס איז נאך א סיבה מתיר צו זיין ליתר שאת, ס'איז טיפשות צו זאגן אז דעס איז מכחיש די מהרי"א וואס רעדט יא פון איין שטאט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 16:37 |
|
| |
א גוט שבת צום ווידערזעהן זינטאג אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 20:51 |
|
| |
בקיצור (איך נעם ארויס נאר וואס עס איז נוגע) זאגסטו אז דער ד"ח ברענגט אראפ א מהרי"א וואס רעדט יא פון איין שטאט.
גוט, איך וועל עס איבערקוקן.
(דיין קרעפל-תורה אז בני יואל איז "נישט אסור" נאר בלויז "מ'טאר זיך נישט חבר'ן מיט זיי" האט מיר געקאסט אן אויספלאץ. א דאנק.)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 21:28 |
|
| |
איך וועל דיר בלי נדר ענטפערען נאך שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 21:30 |
|
| |
נאך א מזל דו זאגסט מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2010 23:11 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | לשון הרמב"ם והמחבר
אים ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל
ועז פנים ביותר
חוששין להן וראוי להתרחק מהן
שאלו סימני פסלות הם
וכן הפוסל את אחרים תמיד
כגון שנותן שמץ במשפחות או ביחידים
ואומר עליהן שהן ממזרים
חוששין לו שמא ממזר הוא
וכן כל מי שיש בו
"עזות פנים" - "ואכזריות" - "ושונא את הבריות" - "ואינו גומל להם חסד"
חוששין לו ביותר שמא גבעוני הוא
שכל הפוסל במומו פוסל וסימני ישראל האומה הקדושה ביישנין רחמנים וגומלי חסדים ה"ה ר' אהרן טייטלבוים וסאשע האגער
מחינוך העצמי
ארויס פון שטעטל,
עס איז שוין די העכסטע צייט אז און ק"י זאל זיך אויפהערן די התנהגות פון מרבה זיין מריבה
עזות
אכזריות
שנאת הבריות
און פסלן את אחרים תמיד
ארויף צי לייגען שמץ במשפחות או ביחידים
און זאגן אויף זיי אז זיי זענען ממזרים
תשבי קרית יואל הנאנחים והנדכאים זה עשרים וחמש שנים
|
|
איך וואלט ציגעלייגט צי די ליסט אויך דעם "סקאטמאלן" פין דא מיט דעם "פייוו בארא" (איך האב א פילונג אז סאיז א דאפעלט לשון זיי זענען די זעלבע אפשר?) זיי זענען זעט אויך אויס אין דעם כלל
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 05:45 |
|
| |
אין איין ווארט דאס וואס ענק ליצים ריפען גלילות איז נישט שייך בכלל דא ווייל עס איז נישט ענקער קהילה אינגאנצען נישט נישט קיין חילוק צי דיר געפעלט עס צי נישט אין צי עס איז געווארען געאסרט דארעך אלע גדולי הדור וואס היינט ווייסט מען שוין דעם אמת אבער איך גיי נישט אררינגיין אין דעם ווייל די וועסט באמת קיינמאל נישט מודה זיין אפילו מען וועט דיר ווייזען שווארטץ אויפ ווייס אין דא שטעלט זיך ציריק די אלטע שאלה אויב איז עס שוין געאסרט וואס דרייט עטץ יעצט דעם קאפ די קינדער זענען דאך שוין געבוירען באיסור לויט דיר אבער אויף א חלה דעקעל פרעגט מען נישט קיין שאלות אזוי האט מען געזאגט אין פארטיג די שפרינגסט נאך בלינדער הייט אינטערשטע שורה איז אז בני יואל איז א קהילה מיט אלע זאכען וואס א קהילה דארף צי האבען א בית החיים א שחיטה א תלמוד תורה א מקוה א בהמ"ד מער ווי איינס וועגען דעם מיינט עס אז זיי מעגען אויך האבען א אייגענע חתונה זאל מיט אייגענע מסדר קידושין אין דיין בערקאוויטש האט נישט וואס אריין צי רעדען אינגאנצען נישט אין דאס וואס ער זאגט יא אריין האט מען אים אפגעפרעגט דארעך גרעסערע דיינים ווי עם אין דאס וואס די שרייבסט אז דער מעשה ביים שבות יעקב איז געווען אזא מעשה ווי דעם ווייס איך נישט פין ווי די נעמסט עס די האסט א מקור אויב יא זאג ווי מען קען נאכקיקען. אין דאס וואס די שרייבסט ווייטער מן הרב המקובל מפי טובי העיר זע איך ווידער נישט אז דאס האט ציטין מיטען גלילות אפשר מיינט עס אין יענעם שטאט אין אויך ווערט דא שווער זייט ווען איז וואדבערי א גלילות פאר קרית יואל אפשר פארקערט וואדבערי איז אסאך גרעסער אין איך וואלט ווען געוואלט באקימען פינקטליך די בארדער ליינס איז עס ביי די טאל באדקעס פין איין זייט אין פין דו אנדערע זייט ביים מצילי פלייש דיפארטמענט אדער אפשר ווייטער דאס אלעס טאמער עס איז זיין גלילות אבער די לעצטע מאל וואס בני יואל האט געוואלט בויען האט וואטבערי געגעבין די פערמיטען נישט קע דזשע
אין יעצט וועסטי לכאורה איבער קייען איינע פין דיינע אלטע תיריצים וויל איך דיר זאגען אויב די קריגסט נישט קיין ענטפער איז עס נישט ווייל מיר פארלירען דעם צינג אדער מיר ווארפען זיך פאר בויך ווייטאג נאר סתם אלטע זאכען איז נישט אינטרעסאנט זיך איבער צי קייען
 |
|
|
|
|
|