|
בית
|
פורומים
|
אידישע געדאנק
|
עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין האט ארויסגעווארפן זיין ארבייטער !
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 16:20 |
|
| |
די האלסט אז דער מלאך וואס וועט אריין שמייסן אין דעם שארמאשער, טשאדער, ג''זל וועט אנעמען אזא נארישן תירוץ? איך האף אז די פורצי גדר וועלן לאזן צוואה אז מען זאל ארויס פרינטן דעם משה12 תגובה און זאלן זיי דאס ווייזן פאר די צלאכי חבלה, אפשר וועט דאס העלפן, וואט א באנטש אוף לוזערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 20:27 |
|
| |
משה'לע משה'לע, פארליר זיך נישט.
דו מוזט נישט שיסן אזאנע נעגאטיווע און קינדישע סטעיטמענט'ס אז איך זאל ענפערן דערויף. קענסט רעדן צום פינטל.
איך מוז דיר אבער זאגו אז לעת עתה האב איך ארום האלב פון דיין תגובה נישט זוכה געווען צו פארשטיין, ס'איז אביסל אומקלאר [און אומערוואקסן] געשריבן. אבער, איך האב פרובירט זיך צו מצמצם זיין און ארויסנעמען די נקודות וואס זעהט מיר אויס אז דו ווילסט ארויסברענגען:
1) עס איז ממילא א עקסטערע קהילה מיט עקסטערע בנינים וכו' 2) וואודבערי איז נישט גלילות 3) דער שבות יעקב רעדט נישט פון גלילות
איז אזוי, נומער איינס איז א גרויסע לעצנות מכל הצדדים "ווי שוין געשריבן 7-8 מאל, ווייל בנ"י איז פאר א סיבה גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל, ווייל אין קרית יואל איז דא א מרא דאתרא און צו עפענען "אין קרית יואל" א אייגענע קהילה איז א הירוס און ס'איז נגד התורה. זאת ועוד, קומט זיך א דאנק פאר ר' וואלןמה פארן צוצייכענען דעם דברי חיים, וועלכע שרייבט קלאר און דייטליך (אפילו ביי א באזונדערע עיר קטנה) די אלע זאכן זענען לא מעלה ולא מוריד.
לגבי צו וואודבערי איז גלילות צו נישט, איך האב מיך נאכנישט אריינגעלייגט אין די סויא קיינמאל, פשוט צוליב וואס ענקער תירוץ איז נישט געווען געבויהט אויף דעם עפ"י רוב. אויב זאל איך הערן פון דיר אז אז דו ביסט מודה אז אין קרית יואל [אדער דארט וואו דו רעכנסט יא אלס גלילות] טאר מען נישט מסדר קידושין זיין, וועט מיר ווערד זיין צוריקצוקומען צו דעם פוינט.
און יעצט בנוגע דעם שבות יעקב, האמת אגיד, איך אליין האב נאך דעם תשובה נישט געזעהן פון אינעווייניג, אבער אין די דרשה פון הגה"ג דומ"ץ קר"י שליט"א זאגט ער אזוי אויפן שבות יעקב, און ער איז ביי מיר באגלייבט. און אדרבה, אויב איז דאס א שקר, ווייז מיר דאס אויף. אט האסטו א אויסצוג פון זיין דרשה: דאס לשון אין די פוסקים איז, אפילו ס'איז נישט אין די שטאט ממש, אזויווי ס'איז געווען אינדערהיים ס'איז געווען די גלילות פון די שטאט איז אויך דאס זעלבע, און ביים שבות יעקב איז אויך געווען ס'איז געווען דארטן גלילות וואס איז אויך דא דער איסור. זאגט ער זייער שארפע לשונות, פוק חזי מאי עמא דבר בכל תפוצות ישראל וכו', זייער שארפע לשונות, ווער עס וועט עובר זיין אויף דעם רעדט ער ארום דער מסדר איז א פורץ גדר
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 21:17 |
|
| |
וואס שרייבט דער דברי חיים קלאר און דייטליך?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 22:52 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | די האלסט אז דער מלאך וואס וועט אריין שמייסן אין דעם שארמאשער, טשאדער, ג''זל וועט אנעמען אזא נארישן תירוץ? איך האף אז די פורצי גדר וועלן לאזן צוואה אז מען זאל ארויס פרינטן דעם משה12 תגובה און זאלן זיי דאס ווייזן פאר די צלאכי חבלה, אפשר וועט דאס העלפן, וואט א באנטש אוף לוזערס. |
|
לוזערס?? א לוזער איז איינער: דער שוטה הגדול וואס האט זיך איינגערעדט אז ער וועט אנהאלטן די סידור קידושין מיט הייס געווער, און וועט זיך נישט טרויען צו מסדר קידושין זיין אין זיינע גלילות...
עס איז א פארגאנגענהייט..
טראץ וואס איר האט געמאכט ליצנות פון זיך אויף אלע גאסן מיט די פורים פינקס און מיט וועד'ס און ווילדע טעראר אטאקעס, האט זיך די סידור קידושין אזוי זיס ארויסגערוקט פון דעם סבלן'ס הענט...
איין גרויסער לוזער...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2010 23:04 |
|
| |
זאג נאר זיסקייט, ווער איז א גרעסערער לוזער רבינו שליט''א וואס דריי פורצי גדר וואס לאכן פון די תורה הקדושה האבן מסדר קידישין גיווען אין קרית יואל? אדער דער בעל דברי יואל זי''ע וואס האט געאסערט די בחירות אין ארץ ישראל און הונדערטער טויזענטער אידן גיין צו די בחירות אלץ א חוב קדוש. ניין וויכטיג, אז מען גיין בדרך התורה איז מען נישט קיין לוזער, נישט ווען הונדערטער טויזענטער מענטשן פאלגן נישט דעם בעל דברי יואל זי''ע און נישט ווען אפאר מחוצפים פאלגן נישט רבינו שליט''א, יעצט שריי חלה דעקל!!!.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 00:06 |
|
| |
דריי פורצי גדר? אפשר איין פורץ גדר,די געוועזענע רב פון קרית יואל?

|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 03:21 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | איך האב עס נישט מיט מיר, מארגן אי"ה. (אדער ברענג דו א קאפי - עס איז 5-6 זייטן).
אגב, אז דו ביסט יא דא, דיין מהרי"א וואס דו האסט שטאלצירט מיט, איז ליידער לדאבונך נישט אויף דיין זייט... א חוץ אויב דו ווילסט בלייבן א מן האדמה און לערנען פשטלעך לויט'ן געשמאק.
איך האב עס נאכגעקוקט נאכאמאל, דער מהרי"א רעדט נישט פון קיין מרא דאתרא "כלל וכלל". ער רעדט ניטאמאל פון א שטאט'ס רב. ער רעדט פשוט פון א שאלה אין הלכות השגת גבול וקיפוח פרנסה, ווען עס איז ביז היינט געווען בלויז איין "תלמוד חכם" אין שטאט, און יעצט קומט א צווייטער "תלמוד חכם" און דאס וועט אוועקנעמען פרנסה פונעם ערשטן.
ער רעדט נישט ווען עס איז דא א מרא דאתרא, ער רעדט נישט פון קידושין בכלל, ער רעדט נישט פונעם חרם דר"ת, (קען זיין דו ביסט זיך טועה מיטן חרם דרבינו גרשום וועגן פרנסה), סוי דער ד"ח קריגט נישט מיט די אלע גדולים, נאר דאס קומט בכלל נישט אריין דא.
טריי נעקסט.. אבער... לערן עס קודם גוט אדורך. |
|
בארא דעס איז בל"נ די לעצטע מאל וואס איך רעד צו דיר אין דעם אשכול אן קיין נערוון פילן!
כ'וועל נישט צופיל מאריך זיין איך ברענג דיר דא א לינק פונעם ד"ח סימן נ"א ס'איז איינס און אהאלב דף נישט קיין 5-6
די שאלה איז נישט דארט פון קיין גרויסע מיט א קליינע שטאט דעס איז סימן נ"ב
כ'ווייס נישט ווי גוט דו קענסט לשה"ק די חברים דא אויף היידפארק קענען ארויסהעלפן ווייל איך בין שוין מיט דיר פערטיג,
דא האסטו דעם לשון מהרי"א אינעם ד"ח, וז"ל כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול רעהו ה"מ במידי דאית ביה קפוח פרנסה אבל כה"ג דחד עביד שרירתא דמתא ואינך קאתי למיעבד נמי שרירתא דמתא מאן לימא לן דאסור, רבונו שלעולם וואס טייטש שרירתא דמתא? תלמוד חכם?! שוטה וועם ווילסטו דא נער'ן?!
ער באטיטלט ביידע די ערשטע רב מיט די צווייטע מיטן זעלבן טיטול שרירתא דמתא! זיי מעגן דארט אייניג פסקענען שאלות יעדער פאר זיינע מבקשים זיי האבן ביידע די זעלבע טיטול!
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=143&st=%d7%a1%d7%99%d7%9e%d7%9f+%d7%a0%22%d7%90&pgnum=76
איך קען מיך טענהן מיט מענטשן וואס רעדן צו די זאך, זיי מיר געזונט
וואלןמה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 03:42 |
|
| |
ווי אזוי האט יענער געזאגט? ווען איינער זאל מיר ברענגן א מענטש וואס איז אזא שוטה ווי הר' אהרן, קען זיין אז ער איז גערעכט, ווען איינער זאל מיר זאגן אז ער האט שוין געזען אמאל א רשע מיט די זעלבע מדרגה פון הר' אהרן, קען אויך זיין, און אויב האט שוין איינער געזען אזא שטייגער גס רוח וואלט איך נאך געגלייבט, אבער איינער וואס פארקערפערט און זיך אלע דריי שוטה רשה וגס רוח מיט דעם איז ער א יחיד בדורו.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 03:49 |
|
| |
רשכבהגולם, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי אייזל גלאט.
וואלן מ"ה, עס טוט מיר זייער ווייי אז דו שפורסט זיך געטראפן פון מיר אזש דו שפורסט אז עס טרעט דיר צו צו די נערוון, און אנע נערוון פילן ווילסטו נישט צוריק-קומען, עס טוט מיר באמת וויי, איך שפור דיין צער, איך פארשטיי דיין ווייטאג און איך פיהל מיט דיר מיט. אבער, איך וועל אי"ה צוריק-קומען צו דיין אומגלויבליכע תגובה. (באמת, איך ציפ מיך צו איך בין אויף).
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 04:25 |
|
| |
איך רייב מיר די אויגן צו איך ליין גוט, אבער לאמיר אויסהערן וואס וואלן זאגט:
כ'וועל נישט צופיל מאריך זיין איך ברענג דיר דא א לינק פונעם ד"ח סימן נ"א ס'איז איינס און אהאלב דף נישט קיין 5-6 די שאלה איז נישט דארט פון קיין גרויסע מיט א קליינע שטאט נו, לאמיר ברענגען דעם ד"ח סי' נ"א פון זיין לינק:
בנידן אשר נשאלתי מהרב המאוה״ג דק׳ ראדימשלא אשר נסמך שם לרב על כל הגליל וכעת רוצים בני הישוב דק׳ פשעצליב לקבל עליהם לרב את וגו'
וואס זאגט איר - טייערע צוקוקער - ? "ראדמישלא" מיט "פשעצליב" זעען אויס צו זיין איין שטאט? אדער צוויי.
אויב קען דאס ווערן אויף אן אופן איין שטאט, וועל מיר מוזן צוריק-קומען דערצו, ביזדערווייל איז עס הודו מיט ברוך שאמר.
ווידעראום איבער די מהרי"א, איך האב שוין עטליכע מאל געענטפערט אוויף דעם מהרי"א, און למען האמת, איך ווייס נישט פארוואס דו קומסט מיט'ן מהרי"א, קענסט צוצייכענען דעם רמ"א גלייך, וואס די רמ"א נעמט אן דעם מהרי"א להלכה. און קוק גוט אריין וועסטו זעהן אז ער זאגט גענוי וואס איך האב אויבן געזאגט. זיי רעדן בכלל נישט פון קיין מרא דאתרא, זיי רעדן בכלל נישט פונעם רבינו תם, זיי רעדן פון "השגת גבול" (און דו ברענגסט נאך אראפ אזוי שיין דאס לשון: כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול רעהו ה"מ במידי דאית ביה קפוח פרנסה וגו', דו ליינסט נישט וואס דו שרייבסט??!!), דהיינו אז אין די שטאט איז דא א ת"ח, און כ'וועל דיר צוליב טוהן און אים אנרופן "רב", אבער כלשונם "רב היושב בעיר", ער וואוינט און די שטאט, און ער האט לגמרי "נישט" קיין אחריות אויף די רוחניות פון דעם שטאט, ער איז "נישט" אב"ד .... והגלילות, ער איז ס"ה דער שיינער איד וואס באקומט אלע כיבודים, און ער איז דן צו די געלט וואס מ'גיט פאר א רב המסדר קידושין וגיטין איז כשר געלט, צו ס'איז בכלל אויסגעהאלטן צו צאלן, און אויב יא דאן איז דא א שאלה פון "קיפוח פרנסה".
אבער פון א "מרא דאתרא", די רב פון די שטאט, מאן דכר שמי'?!
איי קומט דאך דער 'מן האדמה' דא מיט א מוראדיגע לשון "שרירותא"? וועל איך מיט אייך לערנען א שטיקל מהרי"א, און דערנאך וועט איר נישט קענען ענדיגן שמייכלען פון די חכמה פון א היידפארק שרייבער:
וז״ל כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול חבירו ה״מ במידי דאית בי׳ קפוח פרנסה, אבל כה״ג דחד עביד שרירותא דמתא ואינך קאתי למיעבד נמי שרירותא דמתא מאן לימא לן דאסיר. פירוש: דער מהרי"א זאגט: ווען איז דא א איסור פון השגת גבול, נאר דארט וואו מען נעמט אוועק יענעם'ס פרנסה, אבער דא, וואס עס איז קיין שום פרנסה נישט, עס איז נאר א "שירות", ער "באדינט" דעם ציבור, טא וואספארא השגת גבול איז דא שייך - טענה'ט דער מהרי"א - מען מאכט דאך נישט קיין געלט דערפון, פארקערט, מען איז א "נותן", מען גיט בלויז א שירות, און עס איז נישטא קיין "קיפוח פרנסה". (און דא זאגט ער ווייטער אז אויב וועגן די געלט וואס מ'גיט ביי א קידושין אדער גט, דאס איז ממילא אומאויסגעהאלטן - לשיטתו - ממילא איז ווייטער נישטא דא קיין ענין פון פרנסה וגו').
ודי בזה.
(איך וואלט אצינד געראטן די גלאטע אייזלען דא, איר זאלט צוריקגיין צו די קאטשקעס, ווייל דא גייט עס נישט אזוי לייכט.. דא מוז מען קענען "לערנען" שו"ע ופוסקים, דאס איז נישט קיין נושא וואס מ'קען אנטשידן מיט א "אינטערנעט" חכמה, ווי וויקפידיע אד"ג.. ודי בזה).
תוקן על ידי fiveboro ב- 22/03/2010 04:32:02
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 06:04 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | רשכבהגולם, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי אייזל גלאט.
|
|
טיפיקל ארוני
עס איז קיין שום בושה פאר א איד אז עס טוט עם וויי ווען מען טשעפעט א צווייטן איד,
ביי אזעלעכע וואס אידישקייט ווערט געניצט בלויז און טאקע נאר בלויז פאר א געצייג פאר זיך,
איז ענדרשט נופל הלשון וואס מען ניצט ביי ספארטס ווי לאזער געווינער וכדומה,
אבער לויט ווי איך פארשטיי וועט א גוי כאפן דעם ברטנורה פאר די וועסט כאפן וואס איך שרייב,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 06:42 |
|
| |
די נקודות זענען
1 איז מהר"א אויפגענומען געווארן לכתחילה בהיתר ? 2 איז עס געווען ברצון הקהל? 3 אויב נישט האט זיין טאטע אים א רעכט אויפצונעמען? 4 קען זיין טאטע צונעמען זיין רבנות? 5 האט זיין טאטע צוגענומען די רבנות? 6 קען אין קרית יואל זיין א קהילה שנתפרדה? 7 הייסט א עקסטרע בית החיים א קהילה שנתפרדה? 8 הייסען עקסטערע מוסדות און שולען א קהילה שנתפרדה? 9 איז וואדבערי א חלק פון די גלילות פון קרית יואל? 10 קען מען מסדר קידושין זיין אין די גלילות פון א מרא דאתרא? 11 איז די עדה החרדית געווען געצווינגען ארויסצוגיין קעגען בני יואל? 12 אויב נישט וואס איז די נפקא מינה אמאל אין היינט?
איינער קען צולייגען נאך נקודות?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 16:38 |
|
| |
בארא פריערד האב איך גערעדט עד ולא עד בכלל היצט איז עס שוין די לעצטע עד
פארוואס איך שרייב מהרי"א איך קען ווען צוגיין צום רמ"א גלייך..  איז צוליב וואס דער מהרי"א איז א ראשון, דער ב"י ברענגט אים אסאך אין דעם ב"י און פסקענט אזוי אין שו"ע, ס'אויסער וואס איך באצו מיך אויפן ד"ח וואס "ער" ברענגט אים אראפ
"ראדמישלא" מיט "פשעצליב" איז איין "גליל" דער היתר פון ד"ח איז נישט געבויט ווייל דאס איז 2 שטעט.
שרירתא דמתא, טייטש נישט די באדינער פארן שטאט, אז דו ווילסט יא וועל איך מיך נישט קריגן מיט דיר, שרייב לויט דיין געשמאק.
איך ווארט נאך אויף דיין תשובה פינעם ד"ח פון 5-6 זייטן... גרינטשי, יעדע פון דיינע 12 נקודות איז שוין דא אויסגעשמיעסט געווארן בטוטו"ד
אגב לסיומא דמילתא, אינז ווייס מיר א כלל הפוסל את אחרים חוששין לו, ס'נישט דא א תגובה פון דעם בארא אן קיין סטעיטמענטס דו מן האדמה מן הארץ.....
ודי בזה.
תוקן על ידי וואלןמה ב- 22/03/2010 17:15:52
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 19:02 |
|
| |
איך וויל ארויס ברענגען א מוירעדיגער ווארט וואס איך האב געהערט פין א דיין וואס האט גארנישט מיט די גאנצע פאליטיק פין סאטמאר. אפשר וועט דאס זיין א מעסידש פאר די אלע וואס מיינען אז זיי נעמען זיך אן פארען באשעפער'ס כבוד אין הערען נישט אויף צי באשמיצען אנדערע יודען וואס לויט זייער מיינונג האבען זיי געטין עפעס וואס געפעלט זיי נישט אין וועגען דעם לייגען זיי ארויף נעמען פאר אנדערע יודען מיט סתם פאלשע בילבולים. אין אפשר וועט דאס אויך זיין א מעסידש פאר אינזער טייערע מנהלים דו אז א אשכול מיט פרייוואטע נעמען דארף ווערען ציגעמאכט אין נישט מען זאל דאס האלטען אויבען ווייל יעדער אפגעריסענער וויל ווייזען אז ער קען בעסער צאפען יודיש בלוט איז אזוי ווען דער אייבישטער האט געהייסען אברהם שעכטען זיין איינציגער באליבטער זין יצחק האט אברהם גלייך געלויפען אויספירען דעם באשפער'ס רצון זעט מען דארט אז ווען ער האט שוין כמעט געהאלטען ביים מקיים זיין די מצוה איז געקימען א מלאך אין געייהייסען ער זאל זיך אפשטעלען ווייל דאס איס נאר געווען א נסיון שטעלט זיך א שרעקליכע שאלה ווי קען אברהם צי הערען צים מלאך בשעת דאס איז געקימען פינעם באשעפער אליינס. נאר וואס דען זאגט מיר דער דיין פין דא לערנען מיר א מורה'דיגע זאך. אז אויף צי שחטען א יוד מיז דיר דער בעשעפער אליינס הייסען נאר דעמאלטס מעגסטי דאס טין אבער אויף נישט צי שחטען איז אפילו א מלאך געניג אפצישטעלען
אין איך וויל בעטען דעם טייערען ציבור אויף צי הערען שרייבען אין אזעלעכע אשכולות מען קען אייביג מאכען א צווייטע תגובה אן פריוועט נעמען אין טאמער וועט איינער מיינען אז ער מיז יא שופך דם זיין זאל מען נישט ציריק ענטפערן פאר יענעם בכלל אדער טאמער וויל מען יא ענטפערין זאל מען דאס טין אין א אנדערע תגובה. האפענטליך וועלין מיר מקדש שם שמים זיין מיטען נישט פארגיסען פרייוואטע מענטשען בליט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2010 19:40 |
|
| |
דו מיינסט - למשל - די קעפל פון די אשכול?
|
|
|
|
|