בית פורומים אידישע געדאנק

עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין האט ארויסגעווארפן זיין ארבייטער !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2010 19:40 לינק ישיר 

אמת משה זיי ארבעטן אויף קעסל און כלים צו בארעכטיגן זייער שפיכת דמים, יעדער ראשון יעדער אחרון יעדער פוסק ביי יעדע פאל זענען אייביג אויף זייער זייט אלע מתירים לערנען בלי ספק פאלטש פשט, זיי האבן זיך געעפנט אייגענע קהילות בתי מדרשים בתי חינוך אין ווימ"ס מאנסי מאנטריאל לאנדאן אנטווערפן ירושלים, זיי מעגן ווייל מ'האט זיי נעבעך באגאנבעט, אבער די קרית יואלע תושבים זיי דארפן ארויסמופן פון שטאט מ'רעדט דא פון ויואל משה מיט בני יואל'ס וואס זייערע מוסדות אינאיינעם באשטייט פון 4 טויזענט קינדער כ"י, אבער זיי מעגן נישט!!! (פשוט ווייל זיי הייסן נישט ר אהרן טייטעלבוים)

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2010 19:43 לינק ישיר 

פיר טויזנט?!  אוטש!...


(פארוואס נישט זיבעציג?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2010 19:55 לינק ישיר 

קוק ס'האט אים געכאפט דאס קדחת, דאס איז אבער דער מציאות בני יואל האט 18 הונדערט און ויואל משה 22 הונדערט, המקום ינחם אותך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2010 20:00 לינק ישיר 

איי וויי, דער רבינו יואל איז נישט געווען אזא בעל רחמנות ווי אינזער משעלע12, ער רייבט דברים כדרבונות, "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים המכוערים האלה ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה" אלזא לויט עם דארף מען יא מפרסם זיין זייערע נעמען, איי וואס טיט זיך מיט זייער בלוט, איז דאס הפקר אבער משהעלע מיט וואלן זיי וועלן איינטיילן וועמענס בלוט עס איז הפקר און א מצוה צו צאפן און ועמענס בלוט מען דארף אפשוינען, אדרבה לאמיר מאכן א חשבון דא אויף אינזער חשובן פורום, וויפל בלוט צאפן די זאלונים פון מענטשן וואס האלטן נישט ווי זיי און וויפיל צאפן די אהרונים פון מענטשן וואס האלטן להיפוך פון זיי, סאיז 10 טו 1, זייער יעדע צווייטע אשכול און יעדע צווייטע שורה איז מלא רשעות ואכזריות, מיט שקרים וגידופים פארן בלויזן חטא צו האלטן אנדערשט ווי זיי, וואס מיינט איר אז מיר קענען נישט שרייבן אויף ר' זאלי מיט חי שרה וואס איר שרייבט אויף אינזער רבי און אויף די רעבעצין? נאר ווי גישריבן אינזער בלוט איז הפקר נאר ענקער בלוט דארף מען אפשוינען. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/3/2010 22:44 לינק ישיר 

האסן מיין וואוט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2010 02:48 לינק ישיר 

עס איז באזירט אויף הלכה'דיגע און מציאות'דיגע פאקטן, נישט אויף וואוט'ס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2010 02:02 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
איך נעם זיך די רעכט, זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע וועגן סידור קידושין.

יא די רעכט האסטו!
קענסט זיך ערקלערן אלס זיגער און עס שטערט קיינעם נישט,
הגם דאס וואס מען איז מיד געווארן צו ענטפערן דיינע תוכן'לאזע תגובות וואס חזר'ן זיך איבער צענדליגער מאל, מיינט נישט אז דו האסט געזיגט אבער אז דו נויטיגסט זיך אין א זיג, יונעם לך.

אבער מצער צו זיין אנדערע אידן וואס נעמען אן דעם פסק פון זייערע רבנים ודיינים, און טוען אויף למעשה וואס זייערע רבנים פסק'ענען, דאס איז מעשי רשע, אפילו זיי האבן א ספרד'ישן לעצטן נאמען "סרוגא" וואס רא"ט'ס תלמידים רעדן זיך איין אז וועגן דעם איז זייער בלוט הפקר, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך פאר זיי אננעמען.

אז דו ווילסט זיך טענה'ן אין פאליטיק, דו ווילסט אויפווייזן אז ר' געציל איז גערעכט און די 8 רבנים האבן נישט ריכטיג גע'פסק'ט, געזונטערהייט, אז איינער האט די צייט און געדולד דיר צו ענטפערן, פארוואס נישט, אבער צו גיין טשעפען פריוואטע משפחות, דאס איז א רשעות ורציחה. און די אלע רשעים'לעך וואס פייניגן אדער בארעכטיגן דאס פייניגן, פון דעם פרישן פארפאלק זענען עתיד ליתן את הדין.

עס איז נישט קיין שאלה פון "געווינען אדער פאלירן".






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2010 02:20 לינק ישיר 

סארי, אבער דיין תגובה איז עפעס אריינגעפאלן אין א נישט ריכטיגע פלאץ.

דא האט מען גערעדט פון הלכה, נישט פון געפיהל. (אויב געפיהל האב איך אויך צו זאגן אסאך, אבער דאס זעה איך שוין  נישט פאר וויכטיג).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2010 03:09 לינק ישיר 

אין די יעצטיגע ערב פסח טעג האב איך ניטאמאל געהאט די צייט און געדולד דורכצוליינען דיינע "הלכה" טענה'רייען, און איך וואונדער מיך וויאזוי דו האסט אזויפיל צייט אין די יעצטיגע טעג צו זיין ביים אינטערנעט 24 שעה, (חוץ אז דו טועסט עס פאר פרנסה און דו דארפסט די געלט פאר הוצאות החג).


פונקט האב איך יעצט געענדיגט א עבודה קשה לכבוד פסח (פארשאלטן זאל זיין דער פרעה), און זיך אפרוענדיג די ביינער אפאר מינוט האב איך געזען אז דו ערקלערסט זיך "געווינער" האב איך געשריבן די פאר שורות.

אויב דיין פראבלעם איז הלכה איז דער פלאץ בכלל נישט דא, דארפסטו ארויסגעבן א קובץ להלכה און זיך פארהערן מיט'ן טשאטער רב'ס תשובה, וכדומה.

אויף הלכה למעשה איז סייווי דא א פסק דין פון יעדן סאטמאר'ן רבי'ן, און פון יעדן דיין פאר זיין קהלה. 

אבער ווי ווייט איך האב געטשעקט ביי רבנים (אפילו פון פרעמדע קרייזן) יודעי דת ודין תורתינו הק', איז די גאנצע סידור קידושין באלאן סתם שטותים והבלים, און דער ראט קען נישט ארויפצווינגען זיין בעלות אויף די אנדערע קהלות.

די איינציגסטע זאך וואס עטס קענטס פרובירן, איז טעראר מיט פאשקעווילן, שאדן מאכן קארס וכדומה, די אלע זאכן וואס מען טוט געווענליך פון פארלוירנקייט ווען מען פארלירט אויפן נארמאלן אופן.

יעצט ערקלער נאכאמאל געווינס, להלכה!, און ענטפער עפעס צוריק צו בלייבן מיטן לעצטן ווארט.

אי"ה נאך פסח, ווען עס וועט זיין אביסל צייט ביז דעם נייעם שבועות חתונה סעזאן, אפשר וועל איך האב מער צייט דיר אפצוגעבן דעם נויטיגן אטענשאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2010 16:37 לינק ישיר 

ווער ס'האט אביסל צייט זאל איבערקוקן בארא'ס תגובות אין די הלכהדיגע טענהרייען, ותמצא נחת..

אגב ביי איינע פון די אשכולות דא האט בארא געשריבן אז בני יואל מיט ויואל משה מאכן שלום אזוי ווי עמון אין מואב

ניטאמאל חומש רש"י קען ער שלום געמאכט האט מדין ומואב נישט עמון..

ער גייט אונז זאגן די הלכה אין סידור קידושין, שיין דערלעבט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2010 17:08 לינק ישיר 

זאג נאר נערים'ל, דו דו זיצט אויפ'ן אינטערנעט זיך צו פארמעסטן ווער עס קען בעסער חומש רש"י און הלכה?!

ווי ערלויבסטו דיר אזא ליצנות??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2010 17:17 לינק ישיר 

אה איך בין גאר דער לץ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2010 03:18 לינק ישיר 

אגוטןטאג כתב:

אויב דיין פראבלעם איז הלכה איז דער פלאץ בכלל נישט דא, דארפסטו ארויסגעבן א קובץ להלכה און זיך פארהערן מיט'ן טשאטער רב'ס תשובה, וכדומה.


אין די קומענדיגע וואכן ערווארט דיר א גוט'ס (מפי השמועה).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2010 03:21 לינק ישיר 

איך שטעל מיך צו צום עצה טובה

כלהנערים כתב:
ווער ס'האט אביסל צייט זאל איבערקוקן בארא'ס תגובות אין די הלכהדיגע טענהרייען, ותמצא נחת..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2010 03:56 לינק ישיר 

אזוי ווי די טרייסט דער אשכול זאל בלייבען אויבען
 וועל איך בעטען דעם עולם אז אזוי ווי די ביסט שוין אפגעפרעגט געווארען אין דעם אשכול אליינס צענדליגע מאל
אין דיינע רעכטען איז אוועקגענימען געווארען פין זיך ערקלערין אלס געווינער
 
אבער אזוי ווי די פארשטייסט עס נישט קען מען דיך ליידער נישט העלפען בעט איך אינזער חשובער ציבור דא אז מען זאל דיר מער נישט ענטפערען בכלל אין זיכער נישט אין דעם אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין האט ארויסגעווארפן זיין ארבייטער !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.