זיי שרייבן כאילו די דיין (לויט די ארונים ריפט מען אזא איינעם "פעראל דיין") אז ער האט געזאגט אז סאיז די א פראבלעם מיט די קדושין וואס סאיז לגמרי שקר וכזב אין נאכדעם שרייבן זיי שוין מיט א זיכערקייט אז זיי זענען אן א קדושין
נשלח ב-18/3/2010 16:12
זיי שפילן א שפיל וועלכע ברענט פון פייער!
די אלע ארונים וואס האבן א חלק אין אזעלכע האקעלע ענינים, זאלן גוט וויסן און געדענקן, אז יבוא עליהם יומם. דער טאג פון דין וחשבון וועט צו זיי דערגרייכן, און ביטער וועט זיין זייער שיקזאל. מרה תהא אחריתם.
לוינט דען צו פארקויפן ביידע וועלטן און זיך פארווארפן אין שאול תחתית אויף אייביג צוליב א אמונה טפילה אין א מנהיג שקר?!
הביטו וראו.
נשלח ב-18/3/2010 17:50
לא לנו, האסט שוין באלד פארגעסן צו וועמען דו רעדסט.. דאס איז דאך אלעס משה גבאי.. נישט אזוי?
נשלח ב-18/3/2010 17:59
איר אלע זענט "לא לנו'ס", די בעסטע און שענסטע זאך וואס זיי קענען אונז טוהן איז זייער אלטע מיטל פון טעראר און רשעות, היינט טוט דאס טאקע וויי פאר די באטרעפנדע, קיינער האט ניש חשק צו באקומען אויסגעשאסענע פענסטערס, אדער אויפשטיין צופרי צו א אנגעפעינטע קאר וכדומה, אבער נאר מיט דעם האבן זיי אונז געבויט דא אין קרית יואל די לעצטע 25 יאר!! ווען נישט זייערע אכזריות'דיגע און רשעות'דיגע אקציעס די אלע יארן, וואלט נישט געווען היינט קיין בני יואל, נאר א דאנק די אקציעס האבן מיר געקענט וואקסן און אנקומען ווי אונז שטייען מיר היינט ב"ה! און נאר אזוי האבן מיר באקומען אזויפיל שטיצע און חיזוק פון איבער די וועלט.
ווער איז דער לאקס וואס האט אינטערגעשריבן? איז ער א דיין אדער א רב ? און פארוואס שרייבט נישט קיין איין רב אדער א דייין אונטער אויף דעם?
נשלח ב-19/3/2010 03:50
פארוואס איז דער בריוו טעראר?
דער שכל אנישי זאגט אז אויב מ'פלאנט איינעם צו פארשראבן אין א פנקס לדראון עולם אז יענער וואוינט אן כשר'ע חופה וקידושין איז פשוט מענטשליך מ'זאל קודם יענעם מודיע זיין און אויפקלערן די חומר הדבר, נישט סתם ווי א חי' יענעם פארשראבן אן איהם אפי' זאגן.
איך פארשטיי בכלל נישט וואס דער סקאט רעדט וועגן נישט גיטע קדושין ענק אליין שרייבן אין בריוו אנהייב אז סאיז א ספק אויב סאיז בכלל א פרבלעם מיט די קדושין אזוי שרייבט עטץ ענקער ליגנט בשם ענקער פעראל דיין שליט"א (ער אליין זאגט פאר יעדעם אז ער ווייסט נישט קיין פראבלעם אויף די קדושין אין ביי ענקער מעכטיגע אסיפה האט ער אויך נישט גערעדט דערפין) ווי קימסטו אין טאקע דער מאנגא לאקס צי שרייבן אז יענער איז אן א קדושין די מיטן מאנגא לאקס קענען מער לערנען ווי ענקער פעראל דיין ?
אין נאכמער איז שווער אויף דיר מיט דעם מאנגא לאקס ווי נעמט עטץ די היתר צי מבזה זיין (לויט ענק איז עס א בזיון) א איד ווען ענטץ אליין ווייסטץ נאך נישט אויב סאיז בכלל דא א פראבלעם מיט די קדושין?
מעג מען פארגיסן אידיש בלוט וועגען א ספק ???
נשלח ב-19/3/2010 17:10
ס'איז מיר ב"ה זייער שווער צו קענען אריינקריכן אין א פלאכע ארונישע קאפ, אבער וואס טראכטן זיי, וועט צוליב זייער נארישע טעראר און רשעות קאמפיין זיין מיט איין חתונה ווייניגער אין די נייע "בני יואל" זאל? אדער מיט איין חתונה ווייניגער אין די נייע "ויואל משה" זאל?
צו כאפן נישט די שוטים אז מיט דעם טוען זיי נאר אויפבויען א שטארקע "רעזיסטענץ" און ווידערשטאנד? גראד מיט זייערע פלאכע קעפ אין די וואנט אריין!
נשלח ב-19/3/2010 17:15
יא, איין זאך טוען זיי זיכער אויף מיט זייערע נאכאנאנדיגע טעראריסטשע אטאקעס, אויב איז געווען איין שוטה וואס האט נאך געגלייבט זייערע דרייען און ספינען אז די אלע טעראר אלע יארן דא אין שטעטל איז געווען דער גבאי אדער יענער משרת, דאס אלעס פלאצט יעצט ווי א ווילדע באלון פאר זיי אין פנים, ווען מ'זעט ווער ס'איז אלע יארן געשטאנען אונטער אלע טעראר אטאקעס, וואס פלעגט ווערן אפגעשמועסט אין "חדר פרטי" פון דעם "מרה אחריתו" אליין אין ישיבה, און זיינע נאנטע שווענצלעך זענען אליינס געווען די אויפזעערס אויף די אלע אקציעס.