| נשלח ב-18/3/2010 16:17 |
|
| |
מיינט דאס מיך צו נישט!
רבותי, איך בין אין א פארלעגענהייט, איך וויל הערן דעם דעת הקהל,
אני הקטן בין א אוהד, וואס הייסט א סימפאטיקער פון א געוויסער חסידות
דא אין בארא פארק, דער רבי שליט''א פון די חסידות וואס איז א צדיק אמת
מאכט כסדר מסיבות פאר זיינע מוסדות און צרכי צדקה, און איך זייענדיג
א גרוסער סימפאטיקער פון דעם רבי ווערט כסדר גערופן צושטייער געבן
פאר דעם צוועק, און איך לאז מיך קאסטן גרויס געלט פאר דעם רבי,
לעצטענס בין איך געוואויר געווארן אז די דאזיגע חסידות איגנארירט און
בויקאטירט דעם צייטונג וואס האט א שייכות צו די חסידות ווי איך בין א חסיד,
איך, ליינענדיג נאר אונזער צייטונג האב נישט געוויסט אז אין אנדערן צייטונג איז
דא א הויפן מיט מודעות פון די מוסדות, איך האב נאאיווערהייט געגלייבט אז
די מוסדות ספענדן נישט קיין געלט פאר אדווערטייזמענטס, (און דאס האט מיך
אויך געגעבן א שטיפ זיי צו שטיצן, ווייל יעדע פעני גייט גראד פאר צדקה, אבער דאס
איז א באזונדערע פוינט), על כל פנים, לעצטענס איז מיר אינטער געקומען א
צייטונג וואס באלאנגט פאר אונזערע קעגנער און דארט זע איך גאנצע בלעטער
מיט מודעות פון דעם דאזיגן מוסד, איך כאפ דעם טעלעפאן און רוף אן א חבר מיינעם
וואס ארבייט אין אונזער צייטונג און פרעג עם וואס דא גייט דא פאר, זאגט ער מיר, אז יא,
דער מוסד איז איינס פון עטליכע מוסדות וואס בויקאטירן אונזער צייטונג, זיי לייגן ביי
אונז קיינמאל נישט קיין שום מודעה,
אצינד די פראגע: מיינט דאס מיך? דארף איך פון היינט אן בויקאטירן יענע מוסדות?
סוף כל סוף איז דאס דאך נישט מיין צייטונג, איך בין פערזענדליך נישט נהנה פון דעם
צייטונג, סך הכל איז דער צייטונג אפיליעטעד מיט די זעלבע חסידות ווי איך, אדער, דארף
איך יא בויקאטירן די מוסדות וואס פילן נישט פאר וויכטיג צו אדווערטייזן אין א צייטונג וואס
אזוי פיל טויזענטער אידן ליינען דאס, און זייער איינציגער חטא איז ווייל דו גלייכסט נישט
דעם רבי אין וועם די דאזיגע ליינער גלייבן, און אויב אינטרעסירט אייך נישט די טויזענטער
ליינער דארף מיך נישט אינטרעסירן אייערע מוסדות,
רבותי, איך וויל הערן אייער מיינונג, ווי איר זעט, האב איך נישט געשריבן קיין שום נאמען,
נישט פון די צייטונג, נישט פון די חסידות, און נישט פון מיין רבי, כאטש יעדער וועט מסתמא
פארשטיין וועם און וואס איך מיין, אבער מיין ציל איז נישט, צו זיי זענען בארעכטיגט אין
בויקאטירן א צייטונג, און נישט חלילה זיי באשמוצן, מיין ציל איז פשוט צו די זאך, מיינט דאס
מיך צו נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 16:40 |
|
| |
עם עיקש תתפתל, אויב דארפסט דו מיך נישט דארף איך נישט דיך, אויב דו וועילסט דיר וועם צו געפעלן, וועל איך מיר אויך וועילן ווער ס'זאל מיר געפעלן, איך וואלט פין זיי נישט געוואלט מער וויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 19:00 |
|
| |
א מוסד וואס איר ציל איז א הייליגע שפילט' נישט' קיין פאליטיק אין אויב שפילט זי יא פאליטיק, דאן איז איר ציל 'פאליטיק'....
אין יא עס זענען דא מוסדות וואס אפי' זיי זענען הייליגע אבער זייער פירער שפילן פאליטיק,
אזעלכע פירער, קען מען אין קיין פאל נישט טראסטען מיט קיין גראצער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 20:15 |
|
| |
זיי נישט מפזר זיין געלט אויף אזעלעכע מקומות מען זאל דיך שלאגן מיט דיין אייגענע געלט לוקה ומשלם נאר אין סדום האט מען געדארפט באצאלן פאר בלוט לאזן "הקזת דם" אבער ב"ה סדום איז שוין א פארגאגענהייט החכם עיניו בראשו
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 20:30 |
|
| |
איך האלט אז מען דארף יא מפרסם זיין די נעמען פין די מוסדות וואס שפילן דעם נארעשן פאליטיק, זאל יעדער וויסן הלנו אתה או לצרינו,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 20:41 |
|
| |
יאנקעלע אז די ביזט יא אזוי תמימות'דיג, לאמיר דיך פארציילן נאך א סוד איך מיין אז די מוסד עקזעסטירט בכלל נישט...
איי זיי האבן דאך א בילד פון א בנין? דאס איז פאר אפיסעס פינף און ניינציג פראצענט דוק ותשכח
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 20:46 |
|
| |
בלומבערג, א גוט קעפל!...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 20:53 |
|
| |
ווי תורה ...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 21:01 |
|
| |
יעקעלע איך פארשטיי דיך באמת נישט, די שטיצט די מוסדות אדער די צייטונגען, עס איז נישט קיין חיליק ווער די רבי איז, אויב ווי האלטסט פון דעם רבין און די רבי ווייל נישט די צייטונג מאיזה סיבה שהו' (אפילו ער אבער די באו ביתו האלטן אזוי וועגן פאליטיק, אויב ער איז א ערליכער מיינט ער עס נאר לשם שמים) און די זאלסטו ווייטער געבען און דער אייבישטער וועט שוין זעין אז דיין געלט זאל אונקימען אויף די ריכטיגע פלאץ
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 21:14 |
|
| |
ער דארף נישט "האפן" אז די געלט זאל אנקומען אויפן ריכטיגן פלאץ ער זעט שוין בחוש שוין יעצט פארן "האפן" וועם ער האלט אויס מיט זיינע נדבות א קומץ פון פאליטיקערס וכבוד האדמו"ר הקדוש שליט"א במקומו מונח
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 21:19 |
|
| |
איך געב פאר איעדען, נאר איינעם מער אין איינעם ווייניגער "משום איבה "
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 22:10 |
|
| |
סי דא א באווסטע ווארט און פרשת חיי שרה ויאמר אליעזר עבד אברהם אנכי ויאמר וכו' וואס איז דע דאפעלטע ויאמר נאר אברהם האט געגעבען א שטר על כל נכסיו פאר יצחק האט בתואל געפרעגט מארגען קומט דער גבאי און נעמט אלעס צו האט אליעזר געמוזט אנהייבן עבד אברהם אנכי איך בין בעל הבית (גבאי בלע"ז) און איך געב דאס פאר יצחק.
איז פאר דיר יענקעלע די ביזט א סימפאטיקער פאר דעם רבי'ן זייער פיין און גוט גיי אריין צו אים מיט א קוויטל אדער געב פאר זיין שטוב געלט זיינע קינדער אבער די מוסד האט גארנישט מיט אים נאר מיט זיינע בעלי בתים ער קען גארנישט טהען פאר דעם והא ראיה די צייטונגען דער מוסד האט ער נישט קיין ווארט פון דא ביז דארט והדברים ידועים
און די בלייב ווייטער א סימפאטיקער פאר דעם רבי'ן ווייל ער איז א ערליכער איד
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 22:31 |
|
| |
איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם רבי'ן, ווי איך האב געשריבן דער רבי איז לכולי עלמא א צדיק אמת, און עם וואלט איך זיכער געטראסט, דער פראבלעם איז אז איך האב דעם רבי'ן קיינמאל אין די באנק נישט געזען, און קיין קורס אין אקאונטינג האט ער אויך נישט גענומען, ער איז נישט קיין פיינענציעל עקספערט, איך האלט אז דו יוצאי משרתים פארפיגן מיט די געלטער, אזוי אויך האלט איך אז דער רבי שליט''א האט נישט קיין השגה ווי מען אדווערטייזד און צו מען אדווערטייזד בכלל, דאס אלעס ווער אנגעפירט פון די גבאים און יוצאי משרתים, איז די פראגע, קען מען זיי טראסטן?, אויב וואלטן זיי געווען באמת געטריי פאר זייער רבי, וואלטן זיי זיכער נישט געשפילט קיין פאליטיק ובפרט אז דאס קען שאטן פאר זייערע מוסדות, אבער אצינד אז איך זעה אז פאליטיק איז ביי זיי פאר אלעמען בין איך זייער מסופק צו מען קען זיי טראסטן,
און פאר דיר "געזינט" זאלסטו מיר געזינט און שטארק זיין, איך בין גרייט צו האפן צום באשעפער אבער נישט לייגן מיין געלט על קרן הצבי, יא, דער רבי שליט''א מיינט עס לשם שמים, אבער מיר האבן זיך שוין גענוג אפגעבראטן מיט רבי'ס וואס זענען צדיקים וקדושים וואס זענען געווען כולו להשם, אבער פונקט ווי די פרה אדומה איז געווען קודש להשם, ס'האט מטהר טמאים געווען, על כל זה זענען די מתעסקים געווארן טמא, און מיין פראבלעם זענען די מתעסקים און נישט דער רבי שליט''א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 22:47 |
|
| |
די שמיעס באציט זיך דא אויף איין מוסד וואס מען שרייבט דארט אז דער נשיא איז איינס פין די ערליכע רבנים בדורינו אבער על הכלל כולו יצא. געמישט אין פאליטיק מיינט נישט דווקא אז מ'לייגט נאר אין איין צייטונגען, מ'קען מאכען א פנים ווי א תם אין שטויסן וווי א מועד אויב די פאליטיק קומט פאר די אינטערסען פין א מוסד האבען זיי נישט קיין נאמנות.
צום ענין: דייקא די מוסד פין וואס מ'רעדט, געדענקט יעדער, פלעגן די פירער זאגען אז ער גלייכט דווקא איין צד אין א מחלוקה, למעשה איז א גרויסע רידערער אין יענע מוסד שוין נישט דא, אין ער האט שוין זינט דאן געהאט עטליכע גאר פריינדליכע באגעגענישן מיט דעם ערליכען רבי'ן (וואס די רידערער האט געזאגט אז ער גלייכט אים נישט) סיי אין ניו יארק אין סיי און אנדערע מקומות. אבער למעשה די מוסד ווערט נאך אלס געפירט היבש אויפן שטייגער ווי ווען דער א''ד רידערער איז נאך דארט געווען,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 22:56 |
|
| |
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז יענקעלע זייער א פארמאכטער מענטש וואס קוקט נישט אין די צייטונגען פון די אנדערע צד, אבער רובם ככולם ווייסט יעדער די לעצטע 10 יאר אז יענע מוסד אדווערטייזט נאר אין דער יוד נישט אין בלאט,
און עכ''ז גייען זיי אן ב''ה ווייטער, גלייב איך נישט אז יענקעלעס לוזערישע טרערן אויף היידפארק וועלן עפעס טוישן. מיין מיינונג
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2010 23:06 |
|
| |
איך האב בדווקא נישט גערעדט פון א ספעסיפישן מוסד, און איך וויל נישט מען זאל אנהייבן דא באשמוצן דעם אדער יענעם מוסד, איך האב געשריבן בכלליות, למשל אז איך וואלט געווען א זאלי און א מוסד אדווערטייזט נאר אין די אהרוני צייטונג, צו פארקערט, איך בין א אהרוני און א מוסד אדווערטייזט נאר אין די זאלי צייטונג, איך רעד בכלליות, און יא העלד, אין די לעצטע 3 יאר האב איך נאר צוויי מאל געהאט אין מיינע הענט דעם צייטונג פונעם צד השני, און איך האב באמת געהאלטן אז זיי אדווערטייזן בכלל נישט אין די צייטונגען, און גלייב מיר איך באוויין נישט מיט קיין לוזערישע טרערן, ווייל פשוט איך האב בכלל נישט קיין שום פינאנציעלע אינטערעסן אין קיין שום צייטונג, און עפעס קען זיך דוקא יא טוישן פון דעם אשכול, ווייסט וואס? ווייסט נישט, הא? וועל איך דיר זאגן, איך וועל בלייבן מיט א גאר שיינעם סכום געלט ביי מיר אין טאש, און נאך דערצו אן קיין גילטי קאנשעס, און דאס איז ביי מיר זייער אסאך.
|
|
|
|
|