בית פורומים כל העולם כולו

זענען טאקע אלע ווייצלעך כשר לפסח???!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2010 02:46 לינק ישיר 
זענען טאקע אלע ווייצלעך כשר לפסח???!!!!

א סופרעמעסי ארטיקל אונטער א נייע נאמען



זענען טאקע אלע ווייצלעך כשר לפסח???!!!!

  

לכבוד אונזער אלעמען באקאנטע שרייבער בשמו "סופרעמעסי" שיחי'

 

איך שרייב צו אייך איבער א אלטע / נייע טעמע, וואס איך גלייב אז איר וועט דאס מפרסם זיין, איך האב נאכנישט געשריבען אויפן אינטערנעט און איך פלאן ווייטער נישט, אבער היות איך בין נתעורר דורך א ידיד מיינער פיל איך דאס צושרייבען לטובת הציבור מדקדקים במצות, איך האב אויסגעקליבן אייער ניק צוליב דעם וואס איר האט א אנדערע צוגאנג ווי רוב שרייבער'ס דא.

 

די מציאות איז אז אסאך ידיעות און הלכה אין די דרכי הטבע ווערט גענומען היינט צו טאג פונעם אינטערנעט, ווי ס'איז א מקום וואס יעדער קען שרייבן וואס ער וויל און אויסליפטערן זיינע סברות, און דאס ווערט צומאל א דעת המכריע איבער א פסק הלכה (פרשת מיסקאווי יוכיח), דעריבער וויל איך זיך ווענדן צום ברייטן ציבור מיט אייניג פאקטן וואס איז מיר אויפגעקומען נישטערנדיג אינעם אינטערנעט איבער די טעמע פון ווייץ לכבוד פסח, און דער סך הכל איז זייער זייער נישט בא'טעמט, אדרבה זאל דער ברייטער ציבור טרעפן עפעס הוכחה דאס אפצוווענדן.

 

אבער לאמיר נישט כאפן לאמיר קודם מאכן א קורצן איבערבליק איבער די עצם מציאות פון שניידן ווייץ בזמנינו ובמקומינו, מ'זעהט איבעראל מ'רעדט פון נומבער'ס 14 אדער 16 וואס זענען אט די נומבער'ס?.

 

ווען א ווייצל וואקסט ארויס אויף א גרינעם זאנג איז דער ווייצל נאס און ווייעך אז מ'קען עס צוקוועטשן מיט די פינגער'ס, וואס מער ער וואקסט אלס ווייניגער ווערן די פראצענט פון די נאסקייט אין די ווייצלעך, ווען מ'זאגט נומבער 16 מיינט דאס ס'איז שוין כמעט אינגאנצן טריקן ער איז שוין נאר 16 פראצענט נאס (בלע"ז הייסט דער נאסקייטמויסטשער).

 

היינטיגע צייטן שניידט מען ווייץ צווישן 16 און 14 פראצענט, ווייל אויב איז עס מער נאס מאכט דאס פראבלעמען ביים שניידן מיטן גרויסן קאמביין, און ווי אויך ס'קען שימלען אין די זעק, דאס איז הכל מודים אז אמאליגע צייטן (פאר די מאשין וועלט) פלעגט מען שניידן פריער מ'פלעגט שניידן ווען די ווייץ זענען נאך געוועהן בערך צווישן 40 און 20 פראצענט און דאס האט מען געמוזט אויסטריקענען דורך הענגען אין א טריקענע שטוב אדער אין א ספעציעלע שייער.

 

די פוסקים זאגן אז א ווייץ וואס איז שוין פארטיג ניצט שוין נישט קיין יניקה פון די קרקע און דאן קען עס ווערן חמץ אויב ס'רעגנט אדער ס'ווערט נאס, דער רשב"א פסק'ט אז נאכדעם וואס עס איז נגמר בישולו ואין צריך לקרקע אויב עס רעגנט דערויף איז מען חושש אז עס איז חמץ'יג געווארן אפילו מען דערקענט נישט פונדרויסן, יעצט איז די שאלה אין וועלכן מצב הייסט דער ווייצל א ווייץ וואס ניצט שוין נישט קיין יניקה פון די קרקע און עס איז נגמר בישולו אז ס'זאל חמץ ווערן ווען ס'ווערט נאס, האבן די רבנים זיך צוזאמען געזעצט און מחליט געוועהן אז ביי 12 דאס איז דער דעד ליין ווייל ביז דאן וועט דער פארמער אמאל לאזן אויפן פעלד (לויט די דעמאלטסדיגע ידיעות, היינט צוטאגס מאלט מען ווייץ אין די קאמערשול וועלט ביי נומבער 14 דייקא) ווייניגער פון דעם איז שוין זיכער דא די חשש אז די ווייצלעך זענען חמץ געווארן אויב עס רעגנט, אט דער פסק איז געמאכט געווארן בלויז דאהי אין אמעריקא ווי מ'שניידט ווייץ נאר דורך א מאשין, ממילא איז נישטא קיין מעגליכקייט צו שנייידן פריער,

(אין די מנהגי רביה"ק זי"ע ווערט געשריבן אז די ווייץ פארן רבי'ן האט מען געשניטן בעודן ירוקות, דהיינו ווען ס'איז נאך געוועהן גרין דאס מיינט גאר אסאך פאר די נומבער'ס 14 – 16).

 

פאר עטליכע יאר צוריק איז ארויס געקומען א איד הרב י"צ גאלדשטיין שליט"א (א פריוואטער שטילער איד וואס האט אסאך געטון אין די ענינים במשך די יארן) מיט א ספר מיטן נאמען "קציר חטים" ווי ער איז מבאר בארוכות די שיטת הפוסקים אז וואסער קען מחמיץ זיין אפי' ווייץ וואס זענען במחובר אז דאס איז גולטיג אפי' ביי די נומבער'ס פון 14 – 16 אויך, ווייל דאן איז עס שוין אויך ביים גמר פרי און רעגן איז מחמיץ, דעריבער האט ער אוועק געשטעלט א יסוד אז מ'דארף שניידן פריער ווי מ'שניידט ביי אונז, ער אליין איז זיך אזוי נוהג און שניידט די ווייץ היפש פריער (מיט די הענט נישט מיט א מאשין) און לאזט דאס אויס טרינקענען, ווי אויך האט ער שטיצע פון פיל פרומע ערליכע רבנים וואס האלטן אז זיינע ווערטער האבן א האפט, ווי אויך טענה'ן אנדערע אז אין די ערשטע יארן דאהי האט מען געשניטן פריער נאר מ'האט שפעטער משנה געוועהן צוליב דעם שימל פראבלעם.

 

די טענות קעגן אים (די זאכליכע טענות) זענען אז דער אייגענע נאסקייט די אייגענע לחליחות קען אים מחמיץ זיין וויבאלד ער האט דאך מער נאסקייט ווי די אנדערע ווייצלעך ווארום מ'האט אים געשניטן פרי ווען ער איז נאכנישט אויסגעטרינקט, ווי אויך אז ס'איז נישטא קיין מעגליכקייט צו מאכן אז איינפיר פארן פאבליק היות מ'מוז שניידט אזויפיל טאנען מיט ווייץ און אז ס'וועט ליגן אזוי אין די זעק וועט דאס שימלען.

 

דאן איז א יונגערמאן פון ב"פ א בן תורה אויפגעקומען נאך אדורך טון דעם סוגיא פון שניידן ווייץ מיט א אויפטו און באשלאסן אז מ'קען שיסן 2 האזלעך אויף איין שאס, דהיינו מ'וועט צוריק גיין קיין אריזאנע ווי ס'רענגט נישט בזמן הקצירה מ'וועט שניידן נארמאל ביי 14 און ביי 16 און ס'וועט אויך נישט זיין די חשש אז ס'קען נאס ווערן והכל על מכונו יבא בשלום, הגם די עצה איז שוין געטוען געווארן בשנת תשכ"ז - כ"ח, דאך האט עס נישט אנגעהאלטן לאנג מכח די הארטקייט פון די ווייצלעך (כפי עדותו פון הרה"ח ר' יעקל שווארץ ע"ה ועוד) האט גורם געוועהן אז ס'איז געוועהן שווער צו ארבעטן, ווי מ'זעהט טאקע אז די קאמערשול וועלט ניצט טאקע יענע ווייצלעך פאר לאקשן וכדומה, דא האט ער (דער ממציא פון דעם המצאה פון צוריק צו גיין קיין אריזאנע) אריין געלייגט מומחיות און גענומען אנדערע ווייצלעך און איינגעפלאנצט דארט אזוי אז ס'איז ארויס געקומען א גאר פיינע געשמאקע ווייץ וואס מ'קען געהעריג ארבעטן דערמיט, גדולי רבנים האבן זיך מחי' געוועהן מיט דעם און דאס אנגעהויבן צו ניצן.

 

מיר ווילן נישט אריין גיין אין די פאליטישן חלק פון די ווייצלעך ווי אייניגע מענטשן מיט נגיעות וואס האבן געשפירט אז אנדערע ווערן פרומער ווי זיי און יענע האבן א בעסערע המצאה און א גוטע חומרא, אנשטאט זיך צו צוכאפן צו די מציאה, האט מען געמאכט א שטורעם מיט אויסגעטראכטע בילבולים, ווי גלוטן, טוי, אייזענע טישן, געזאלצענע וואסער, ברענגען מיט טראקס (וואס לגבי טראקס איז נישטא קיין חילוק צווישן נארט דאקויטע, מערילענד, אינדיאנא, קאליפארניע), מ'איז משנה פון רבי'ן ז"ל, עכ"ז האט דער קול קורא נאר אנגעדייט אז כל המשנה ידו על התחתונה..., כאטש וואס דער שינוי איז נאר געוועהן א חוזר למקדם צו א איינפיר וואס רביה"ק האט אליינס געטון אין די געזונטע יארן, עכ"פ נישט דאס איז אונזער ציל פון זיך פאטשקענען אין זייער שנאת חינם מיט הבלי שוא, מיט א לבוש פון קנאות מבחוץ ומבית דורכגעפרעסן מיט שנאה און שקר.

 

א גרויסע טייל פון די מחמירים לדבר מצוה האבן זיך שנעל צוגעכאפט צו אזא מציאה, אז מ'קען האבן ווייצלעך פון א מקום וואס רעגנט נישט, ווייל פאקטיש האט מען ביז היינט גענומען די ווייצלעך און בטל געמאכט בשישים, ווען מ'האט געטראפן מצומחות האט מען געזעהן וויפיל גוטע ווייץ איז דא קעגן דעם, די מינימום איז געוועהן 3 אדער 4 מאל שישים גוטע ווייץ מער ווי מצומחות דאס האט געהייסן א שוואכע יאר, א גוטע יאר איז געוועהן מער מאהל שישים קעגן מצומחות, אבער 3 – 4 מאל איז געוועהן א הכרח ווייניגער פון דעם האט מען נישט געניצט (אזוי האבן מחליט געוועהן די פוסקים ורבנים דאהי נאך די מלחמה),

 

אין סוף ספר וידבר משה פון הגה"צ טעמעשווארע רב זצ"ל שרייבט דער איידעם הגה"צ מ'פריימאן זצ"ל (וועלכע איז געוועהן די לאנג יעריגע ממונה צו שניידען ווייץ אין סאטמארע בעקעריי) בארוכות ווי מ'האט זיך געמוטשעט יעדעס יאר מיט'ן רעגן בזמן הקצירה און מיט די מצומחות, ווי אויך די גרויסע אויפטו בשנת תשכ"ז ווען מ'מהאט ממציא געוועהן דעם רעיון פון גיין קיין אריזאנע ווי ס'רעגנט נישט בזמן הקצירה.

 

וואס דארף באמערקט ווערן אז אט דער פראבלעם פון מבטל מאכן בשישים איז ערגער געווארן דאהי אין אמעריקא ווארום אין די אלטע היים האט מען זיכער געשניטן פריער און געלאזט אויסטריקענען ווייל מ'האט נישט געמוזט ווארטן אויף רייפקייט צום זיין גרייט צום מאשין,

 

מיר האבן באמערקט אז דער שטורעם קעגן אריזאנע איז שטיל געוועהן היי יאר, הן היי יאר איז געוועהן גאר א שוואכע שניט, הן אין זייערע אייגענע ווייץ איז געוועהן אזויפיל מצומחות אז מ'האט זיך געמוזט פארלאזן אויף די מתירים בדיעבד, ועוד אז פיל מחמירים פון אלע שיכטן און קרייזן (אפי' פון זייער מחנה) וואס האבן זיך אריין געלייגט אין דעם נושא פון ווייץ זענען געקומען צו די הכרה אז אריזאנע איז נישט סתם א חומרא, נאר א לכתחילה'דיגע הידור און א היפשע תיקון בטובת קצירת חטים.

 

יעצט לאמיר צוקומען צו אונזער פונקט, ווער ס'האט אמאל טועם געווועהן פארשידענע מצות ווייסט אז דער טעם איז אנדערשט צווישן בראדוועי און אנדערע מצות ס'האט עפעס א געוויסע זיסליכע טעם אין מויל, יעדער ווייסט אז זייער אייגן ארטיגן טעם איז כלומר'שט א סוד וויאזוי דער גוטער טעם ווערט באשאפן, וואס איז טאקע די סיבה און וואס ליגט אונטער דעם? צו קען מען אנדערע מצות אויך מאכן האבן דעם זעלבן טעם?

 

לאמיר פארשטיין איז דאס טאקע אזא סוד אז קיינער קען דאס נישט נאכמאכן? אויב וויל מען זאגן אז דער סוד פון בראדוועי ליגט אין די האלץ, ניין ס'קען נישט זיין ווייל האלץ פארמאגט יעדער, אנדערע הייצן מיט'ן זעלבן האלץ,

מאנכע ווילן זאגן אז זיי לייגן אריין מער קלאבן, ניין, ס'קען אויך נישט זיין, ווייל אנדערע לייגען אויך קלאבען און ווער עס ווייסט דעם מציאות אז צופיעל קלאבן מאכט גאר ביטער דעם טעם, און דא שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן אזא זיסליכע טעם אין זייערע מצות,

אלא מאי, דאס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז בראדוועי מישט די ווייצלעך צו די מעהל, די פראגע איז נאר וואס מישט מען מיט וואס?, און אויך ווייסן די מענטשן וואס גייען ארום ביים שניידן ווייץ אז די מומחים קומען אראפ און קאסטן די ווייץ צו שפירן דעם טעם פון די ווייץ, וואס קאסט מען דארט? אויב איז דא א געוויסע סארט ווייץ פון א געוויסן מקום וואס האט זיך זיין גוטן טעם פארוואס מוז מען לויפן צווישן די פעלדער קאסטן די ווייץ?.

 

וועלן מיר אייך אנדעקן דעם סוד

 

אחרי החקירה והדרישה נאכן פארשן ביי יודעי דבר און ביי מומחים אין דעם געביט ווי אויך זענען מיר צוגעקומען צום אינטערנעט וואס גיבט צוטריט צו דאקומענטן און שטודיעס וואס איז אמאהל שווער געוועהן צוצוקומען האבן מיר געזעהן א פרישן מהלך וואס קיינער האט נישט גערעדט און געטראכט ביז היינט,

לאמיר זעהן וואס די חכמי הטבע זאגן, איז פארהאן א אופן שבעולם וואס א ווייץ קען ווערן זיס?

יא, אט האט איר א רעסעפי פון א ברויט (עטליכע מקורות)

http://www.ehow.com/how_4620081_sprouted-wheat-flour-diastatic-malt.html

http://www.radicalfrugality.info/homemade-diastatic-malt.html

וואס דא זעהט מען ווי מ'קען מאכן ווייץ זיס אן צוקער, די עצה דערצו איז אז מ'מאכט נאס די ווייצלעך, וואס דאן ווערט די ווייץ זיס,

אבער לאמיר נישט כאפן, לאמיר גיין צוביסלעך, וואס געשעהט ווען א ווייץ ווערט נאס?, ווען א ווייץ ווערט נאס ווערט די סטארטש (די מעהל) פון אינעווייניג פארוואנדלט אין א צוקער און שפעטער א אלקעהאל, אט דער צוקער דאס איז דער זאך וואס מאכט חמץ, ווען מ'מאכט נאס מעהל ווערט דאס נאך 18 מינוט חמץ, דהיינו דער צוקער פון די מעהל איז גורם אז דער טייג זאל חמץ'יג ווערן.

 

דערפאר איז אזוי הארב די הלכה אז אפגעשניטענע ווייץ טאר נישט האבן קיין משהו וואסער אפי' נישט קיין רוק (שפיי) ווייל אפי' אביסל וואסער קען מחמיץ זיין, כאטש ווען מ'שניידט ווייץ קוקט מען נאר אויף מצומחות אדער מבוקעות וויבאלד עס איז נישט מעגליך צו וויסן וואס טוט זיך אינעווייניג אינעם ווייצל, דער מצומח איז נאר א סימן אז דער ווייצל איז שוין אזוי חמץ'יג אז ער איז שוין ארויס געוואקסן נאכאמאל, דעריבער אויב זעהט מען אז ס'איז נאר דא געציילטע מאל שישים קעגן מצומחות נעמט מען שוין נישט פון דעם פעלד ווייל דאס איז א הוכחה אז אפי' די אנדערע ווייצלעך בתוך תוכיות טויגן אויך נישט.

 

נישט אלע חטים זענען אייניג, עס זענען דא וואס איז נגמר כולו עס איז דא וואס איז לא נגמר כלו און דאס איז מוזכר אין די הלכה, קומט אויס אז נישט אויף יעדע ווייצל ווערט אזא שטארקע רושם אויב ווערט דאס נאס,  

(דער אויבנדערמאנטע רשב"א אז חטים וואס ווערן נאס איז אסור משום חימוץ, לפי זה איז דאס ממש פשוט וויבאלד ער הייבט זיך שוין אן דער חימוץ בתוך הווייצל אפי' ער ווערט נישט מוצמח)

 

יעצט אז מיר האלטן שוין דא, איז אונזער סך הכל אזוי, אז די בראדוועי איינגעשטעלטע וואס גייען זוכן ווייץ און קאסטן דעם טעם, זיי זיכן דעם זיסקייט פונעם ווייץ ווייל דאס איז גורם א גוטן טעם, און לפי הנ"ל איז גאר דער זיסקייט אליין דער התחלת חימוץ פון די ווייץ וואס זענען שוין נגמר געווארן ביים וואקסן און דאס וואס עס רעגנט יעצט קורץ פארן שניידן איז גורם דער צוקער פון די ווייץ זאל אנהייבן קאכן און אנהייבן א חימוץ (רוב ווייץ ווערט נישט אזוי שטארק געשעדיגט אז עס זאל ווערן אזוי זיס נאר א מיעוט) און דאס איז וואס זיי זוכן און דאס איז גאר זייער סוד, והיינו טעמא פארוואס אין אנדערע מקומות איז נישטא דעי מין זיסן טעם ווייל נישט יעדער ווייצל האט אין זיך דעם זיסקייט והתחלת חימוץ, משא"כ אין די בראוועי פאבריק איז דאס דער לכתחילה וואס מ'זיכט פון די ווייצלעך - די זיסקייט.

 

אדרבה קוקט'ס אויף די קאמערשול וועלט, זיי טעסטן די ווייצלעך מיט אזא טעסט (פאלינג נומבערס טעסט, אדער טעסט וועיט)

http://agdev.anr.udel.edu/weeklycropupdate/?p=36

 

http://74.125.93.132/search?q=cache:elkP5MRlo3oJ:www.ncw.wsu.edu/agronomy/documents/FallingNumbers.doc+low+%22falling+number%22+cause&cd=6&hl=en&ct=clnk&gl=us&client=safari

און די טעסט שטעלט פאהר וויפיעל עס איז שוין געשעדיגט געווארן, אויב יא, הייסט דאס שוין ביי זיי א התחלת חימוץ און מ'ניצט דאס שוין נישט למאכל אדם נאר למאכל בהמה אדער מאלט, און מ'זעהט טאקע אסאך מאל ווען מיר נעמען ווייץ פון א פעלד וועט די אנדערע חלק פעלד גיין למאכל בהמה אדער מאלט צוליב דעם התחלת חימוץ.

http://southeastfarmpress.com/mag/farming_rainfall_prior_wheat/

 

http://pods.dasnr.okstate.edu/docushare/dsweb/Get/Document-1938/ANSI-3029.pdf

 

אויב האט זיך מיר נאר געדאכט דעם גאנצן בנין, אז די ווייצלעך וואס זענען שוין פארטיג אויפן פעלד ווערן זיס און במדריגות התחלת חימוץ, האט זיך דער דאראגער הרב לויפער שליט"א זיך אומוועלנדיג אליין מודה געוועהן אין זיין בריוו צו האדמו"ר מהר"א שליט"א (אין זיין קונטרס אשל אברהם ווי אסאך הסכמות איז טאקע פאר זיינע גרויסע צדקה צוועקן און קמחא דפסחא) ווי ער שרייבט א ראי' לדבריו אז אפי' די ווייץ זענען שוין פארטיג דאך קענען זיי ניצן א רעגן, ווייל הרב זושא כ"ץ האט אים אליין פארציילט אז איין יאר ביים שניידן ווייץ האט אים דער גוי פונעם פעלד געזאגט על אף וואס די ווייצלעך האלט שוין ביי מדריגות פארטיג (ליחות 20) עכ"ז וועט עס נישט זיין "גוט" ווייל עס האט נישט גערעגנט די לעצטע פאהר וואכן פאר ענקערע געברויך (דהיינו זיי בעטן אלץ דיע זיסע ווייץ פאר די מצות) דארף עס נאך האבן רעגן, וואס פון דעם האט ער געוואלט ברענגען א ראי' אז דער ווייץ קען נאך ניצן א רעגן אפי' ביי אזא מדריגה פון נאסקייט, (קוקט דאס אליין איבער).

 

אוי באשעפער! דא האט ער זיך אליין מכשיל געוועהן מיט זיין פעדער, הוא הדבר אשר דברנו, זיי דארפן האבן נאך רעגן אויף פארטיגע ווייץ כדי עס זאל זיס ווערן און האבן א גוטן טעם, וואס דער זיסקייט איז גאר דער התחלת חימוץ, און די כוונת הגוי אז עס דארף נאך רעגן איז צוליב זייער פארלאנג נאך זיסע ווייץ.

 

מיר רעדן לגמרי נישט אינעם חלק ההלכה צו דאס האט א חשש צו נישט, מיר זענען נישט קיין רבנים און קיין פוסקים, מיר רעדן סך הכל וואס דער טעכניק זאגט און וואס דער סך הכל פון די אינטערנעט מלקטים וואס זיי זאגן, אדרבה זאל איינער ברענגען אויפווייז אויף פארקערט, הלואי וואלט איך נישט געוועהן גערעכט.

 

ביטע זייט מפרסם אט דעם סך הכל פארן בריטטן ציבור, איך בין שטארק ביי די מיינונג אז יש דברים בגו, הגם ס'מוז נישט זיין אז די בראדוועי איינגעשטעלטע ווייסן דאס אז ציקער איז דער חמץ, אבער למיחש מיהו בעי, אזויווי היי יאר איז געוועהן אזא שווערער שניט קען מען זיך גרינגער איבערצייגען די ווארהייט פונעם ענין.

 

ישר כח

(-)

 

הערת המעתיק: מיר האבן באקומען דעם בריוו מיט עטליכע וואכן צוריק אבער מיר האבן נישט געוואלט ארויס קומען מיט דעם איבערקער פריער כדי נישט צו מאכן איבריגע קאפ וויי פאר אידן ווען מען קען שוין סייווי נישט טיען עפעס, און כדי נישט שאדן צו מאכן די מארקעט פון די פסח מצות, אבער לידועה בעמלא איז דאס גוט און וויכטיג צו וויסן, ס'איז היינט נייע צייטן אלע רעקארדס זענען אפן מ'קען מער גארנישט באהאלטן, און דער ציבור וויל וויסן אלעס, און מ'ווייסט אלעס (עכ"פ ווער עס וויל וויסן) ביטע ליינט דאס מיט ישוב הדעת ס'וועט זיין א שטארקע טובה,

 

כל טוב

 





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2010 08:26 לינק ישיר 

די זעלבע ארטיקל מיט פיל מער הוספות

ביטע ליינט דאס מיט ישוב הדעת.

זענען טאקע אלע ווייצלעך כשר לפסח???!!!!

 

איך שרייב צו אייך איבער א אלטע / נייע טעמע, היות איך בין נתעורר דורך א ידיד מיינער פיל איך דאס צושרייבען לטובת הציבור מדקדקים במצות.

 

די מציאות איז אז אסאך ידיעות און הלכה אין די דרכי הטבע ווערט גענומען היינט צו טאג פונעם אינטערנעט, ווי ס'איז א מקום וואס יעדער קען שרייבן וואס ער וויל און אויסליפטערן זיינע סברות, און דאס ווערט צומאל א דעת המכריע איבער א פסק הלכה (פרשת מיסקאווי יוכיח), דעריבער וויל איך זיך ווענדן צום ברייטן ציבור מיט אייניג פאקטן וואס איז מיר אויפגעקומען נישטערנדיג אינעם אינטערנעט איבער די טעמע פון ווייץ לכבוד פסח, און דער סך הכל איז זייער זייער נישט בא'טעמט, אדרבה זאל דער ברייטער ציבור טרעפן עפעס הוכחה דאס אפצוווענדן.

 

אבער לאמיר נישט כאפן לאמיר קודם מאכן א קורצן איבערבליק איבער די עצם מציאות פון שניידן ווייץ בזמנינו ובמקומינו, מ'זעהט איבעראל מ'רעדט פון נומבער'ס 14 אדער 16 וואס זענען אט די נומבער'ס?.

 

ווען א ווייצל וואקסט ארויס אויף א גרינעם זאנג איז דער ווייצל נאס און ווייעך אז מ'קען עס צוקוועטשן מיט די פינגער'ס, וואס מער ער וואקסט אלס ווייניגער ווערן די פראצענט פון די נאסקייט אין די ווייצלעך, ווען מ'זאגט נומבער 16 מיינט דאס ס'איז שוין כמעט אינגאנצן טריקן ער איז שוין נאר 16 פראצענט נאס (בלע"ז הייסט דער נאסקייט – מויסטשער).

 

היינטיגע צייטן שניידט מען ווייץ צווישן 16 און 14 פראצענט, ווייל אויב איז עס מער נאס מאכט דאס פראבלעמען ביים שניידן מיטן גרויסן קאמביין, און ווי אויך ס'קען שימלען אין די זעק, דאס איז הכל מודים אז אמאליגע צייטן (פאר די מאשין וועלט) פלעגט מען שניידן פריער מ'פלעגט שניידן ווען די ווייץ זענען נאך געוועהן בערך צווישן 40 און 20 פראצענט און דאס האט מען געמוזט אויסטריקענען דורך הענגען אין א טריקענע שטוב אדער אין א ספעציעלע שייער.

 

די פוסקים זאגן אז א ווייץ וואס איז שוין פארטיג ניצט שוין נישט קיין יניקה פון די קרקע און דאן קען עס ווערן חמץ אויב ס'רעגנט אדער ס'ווערט נאס, דער רשב"א פסק'ט אז נאכדעם וואס עס איז נגמר בישולו ואין צריך לקרקע אויב עס רעגנט דערויף איז מען חושש אז עס איז חמץ'יג געווארן אפילו מען דערקענט נישט פונדרויסן, יעצט איז די שאלה אין וועלכן מצב הייסט דער ווייצל א ווייץ וואס ניצט שוין נישט קיין יניקה פון די קרקע און עס איז נגמר בישולו אז ס'זאל חמץ ווערן ווען ס'ווערט נאס, האבן די רבנים זיך צוזאמען געזעצט און מחליט געוועהן אז ביי 12 דאס איז דער דעד ליין ווייל ביז דאן וועט דער פארמער אמאל לאזן אויפן פעלד (לויט די דעמאלטסדיגע ידיעות, היינט צוטאגס מאלט מען ווייץ אין די קאמערשול וועלט ביי נומבער 14 דייקא) ווייניגער פון דעם איז שוין זיכער דא די חשש אז די ווייצלעך זענען חמץ געווארן אויב עס רעגנט, אט דער פסק איז געמאכט געווארן בלויז דאהי אין אמעריקא ווי מ'שניידט ווייץ נאר דורך א מאשין, ממילא איז נישטא קיין מעגליכקייט צו שנייידן פריער,

(אין די מנהגי רביה"ק זי"ע ווערט געשריבן אז די ווייץ פארן רבי'ן האט מען געשניטן בעודן ירוקות, דהיינו ווען ס'איז נאך געוועהן גרין דאס מיינט גאר אסאך פאר די נומבער'ס 14 – 16).

 

פאר עטליכע יאר צוריק איז ארויס געקומען א איד הרב י"צ גאלדשטיין שליט"א (א פריוואטער שטילער איד וואס האט אסאך געטון אין די ענינים במשך די יארן) מיט א ספר מיטן נאמען "קציר חטים" ווי ער איז מבאר בארוכות די שיטת הפוסקים אז וואסער קען מחמיץ זיין אפי' ווייץ וואס זענען במחובר אז דאס איז גולטיג אפי' ביי די נומבער'ס פון 14 – 16 אויך, ווייל דאן איז עס שוין אויך ביים גמר פרי און רעגן איז מחמיץ, דעריבער האט ער אוועק געשטעלט א יסוד אז מ'דארף שניידן פריער ווי מ'שניידט ביי אונז, ער אליין איז זיך אזוי נוהג און שניידט די ווייץ היפש פריער (מיט די הענט נישט מיט א מאשין) און לאזט דאס אויסטריקענען, ווי אויך האט ער שטיצע פון פיל פרומע ערליכע רבנים וואס האלטן אז זיינע ווערטער האבן א האפט, ווי אויך טענה'ן אנדערע אז אין די ערשטע יארן דאהי האט מען געשניטן פריער נאר מ'האט שפעטער משנה געוועהן צוליב דעם שימל פראבלעם.

 

די טענות קעגן אים (די זאכליכע טענות) זענען אז דער אייגענע נאסקייט די אייגענע לחליחות קען אים מחמיץ זיין וויבאלד ער האט דאך מער נאסקייט ווי די אנדערע ווייצלעך ווארום מ'האט אים געשניטן פרי ווען ער איז נאכנישט אויסגעטרינקט, ווי אויך אז ס'איז נישטא קיין מעגליכקייט צו מאכן אזא איינפיר פארן פאבליק היות מ'מוז שניידט אזויפיל טאנען מיט ווייץ און אז ס'וועט ליגן אזוי אין די זעק וועט דאס שימלען.

 

דאן איז א יונגערמאן פון ב"פ א בן תורה אויפגעקומען נאך אדורך טון דעם סוגיא פון שניידן ווייץ מיט א אויפטו און באשלאסן אז מ'קען שיסן 2 האזלעך אויף איין שאס, דהיינו מ'וועט צוריק גיין קיין אריזאנע ווי ס'רענגט נישט בזמן הקצירה מ'וועט שניידן נארמאל ביי 14 און ביי 16 און ס'וועט אויך נישט זיין די חשש אז ס'קען נאס ווערן והכל על מכונו יבא בשלום, הגם די עצה איז שוין געטוען געווארן בשנת תשכ"ז - כ"ח, דאך האט עס נישט אנגעהאלטן לאנג מכח די הארטקייט פון די ווייצלעך (כפי עדותו פון הרה"ח ר' יעקל שווארץ ע"ה ועוד) האט גורם געוועהן אז ס'איז געוועהן שווער צו ארבעטן, ווי מ'זעהט טאקע אז די קאמערשול וועלט ניצט טאקע יענע ווייצלעך פאר לאקשן וכדומה, דא האט ער (דער ממציא פון דעם המצאה פון צוריק צו גיין קיין אריזאנע) אריין געלייגט מומחיות און גענומען אנדערע ווייצלעך און איינגעפלאנצט דארט אזוי אז ס'איז ארויס געקומען א גאר פיינע געשמאקע ווייץ וואס מ'קען געהעריג ארבעטן דערמיט, גדולי רבנים האבן זיך מחי' געוועהן מיט דעם און דאס אנגעהויבן צו ניצן.

 

מיר ווילן נישט אריין גיין אין די פאליטישן חלק פון די ווייצלעך ווי אייניגע מענטשן מיט נגיעות וואס האבן געשפירט אז אנדערע ווערן פרומער ווי זיי און יענע האבן א בעסערע המצאה און א גוטע חומרא, אנשטאט זיך צו צוכאפן צו די מציאה, האט מען געמאכט א שטורעם מיט אויסגעטראכטע בילבולים, ווי גלוטן, טוי, אייזענע טישן, געזאלצענע וואסער, ברענגען מיט טראקס (וואס לגבי טראקס איז נישטא קיין חילוק צווישן נארט דאקויטע, מערילענד, אינדיאנא, קאליפארניע, און זיי נעמן פון דארט), מ'איז משנה פון רבי'ן ז"ל, עכ"ז האט דער קול קורא נאר אנגעדייט אז כל המשנה ידו על התחתונה..., כאטש וואס דער שינוי איז נאר געוועהן א חוזר למקדם צו א איינפיר וואס רביה"ק האט אליינס געטון אין די געזונטע יארן, עכ"פ נישט דאס איז אונזער ציל פון זיך פאטשקענען אין זייער שנאת חינם מיט הבלי שוא, מיט א לבוש פון קנאות מבחוץ ומבית דורכגעפרעסן מיט שנאה און שקר.

 

א גרויסע טייל פון די מחמירים לדבר מצוה האבן זיך שנעל צוגעכאפט צו אזא מציאה, אז מ'קען האבן ווייצלעך פון א מקום וואס רעגנט נישט, ווייל פאקטיש האט מען ביז היינט גענומען די ווייצלעך און בטל געמאכט בשישים, ווען מ'האט געטראפן מצומחות האט מען געזעהן וויפיל גוטע ווייץ איז דא קעגן דעם, די מינימום איז געוועהן 3 אדער 4 מאל שישים גוטע ווייץ מער ווי מצומחות דאס האט געהייסן א שוואכע יאר, א גוטע יאר איז געוועהן מער מאהל שישים קעגן מצומחות, אבער 3 – 4 מאל איז געוועהן א הכרח ווייניגער פון דעם האט מען נישט געניצט (אזוי האבן מחליט געוועהן די פוסקים ורבנים דאהי נאך די מלחמה).

 

אין סוף ספר וידבר משה פון הגה"צ טעמעשווארע רב זצ"ל שרייבט דער איידעם הגה"צ מ'פריימאן זצ"ל (וועלכע איז געוועהן די לאנג יעריגע ממונה צו שניידען ווייץ אין סאטמארע בעקעריי) בארוכות ווי מ'האט זיך געמוטשעט יעדעס יאר מיט'ן רעגן בזמן הקצירה און מיט די מצומחות, ווי אויך די גרויסע אויפטו בשנת תשכ"ז ווען מ'מהאט ממציא געוועהן דעם רעיון פון גיין קיין אריזאנע ווי ס'רעגנט נישט בזמן הקצירה.

 

וואס דארף באמערקט ווערן אז אט דער פראבלעם פון מבטל זיין בשישים איז ערגער געווארן דאהי אין אמעריקא ווארום אין די אלטע היים האט מען דאך געשניטן פריער און געלאזט אויסטריקענען ווייל מ'האט נישט געמוזט ווארטן אויף רייפקייט צו זיין גרייט צום מאשין.

 

מיר האבן באמערקט אז דער שטורעם קעגן אריזאנע איז שטיל געוועהן היי יאר, הן היי יאר איז געוועהן גאר א שוואכע שניט, הן אין זייערע אייגענע ווייץ איז געוועהן אזויפיל מצומחות אז מ'האט זיך געמוזט פארלאזן אויף די מתירים בדיעבד, ועוד אז פיל מחמירים פון אלע שיכטן און קרייזן (אפי' פון זייער מחנה) וואס האבן זיך אריין געלייגט אין דעם נושא פון ווייץ זענען געקומען צו די הכרה אז אריזאנע איז נישט סתם א חומרא, נאר א לכתחילה'דיגע הידור און א היפשע תיקון בטובת קצירת חטים.

 

יעצט לאמיר צוקומען צו אונזער פונקט, ווער ס'האט אמאל טועם געווועהן פארשידענע מצות ווייסט אז דער טעם איז אנדערשט צווישן בראדוועי און אנדערע מצות ס'האט עפעס א געוויסע זיסליכע טעם אין מויל, יעדער ווייסט אז זייער אייגן ארטיגן טעם איז כלומר'שט א סוד וויאזוי דער גוטער טעם ווערט באשאפן, וואס איז טאקע די סיבה און וואס ליגט אונטער דעם? צו קען מען אנדערע מצות אויך מאכן האבן דעם זעלבן טעם?.

 

לאמיר פארשטיין איז דאס טאקע אזא סוד אז קיינער קען דאס נישט נאכמאכן? אויב וויל מען זאגן אז דער סוד פון בראדוועי ליגט אין די האלץ, ניין ס'קען נישט זיין ווייל האלץ פארמאגט יעדער, אנדערע הייצן מיט'ן זעלבן האלץ,

מאנכע ווילן זאגן אז זיי לייגן אריין מער קלאבן, ניין, ס'קען אויך נישט זיין, ווייל אנדערע לייגען אויך קלאבען און ווער עס ווייסט דעם מציאות אז צופיעל קלאבן מאכט גאר ביטער דעם טעם, און דא שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן אזא זיסליכע טעם אין זייערע מצות.

אלא מאי, דאס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז בראדוועי מישט די ווייצלעך צו די מעהל, די פראגע איז נאר וואס מישט מען מיט וואס?, און אויך ווייסן די מענטשן וואס גייען ארום ביים שניידן ווייץ אז די מומחים קומען אראפ און קאסטן די ווייץ צו שפירן דעם טעם פון די ווייץ, וואס קאסט מען דארט? אויב איז דא א געוויסע סארט ווייץ פון א געוויסן מקום וואס האט זיך זיין גוטן טעם פארוואס מוז מען לויפן צווישן די פעלדער קאסטן די ווייץ?.

 

 

וועלן מיר אייך אנדעקן דעם סוד

 

אחרי החקירה והדרישה נאכן פארשן ביי יודעי דבר און ביי מומחים אין דעם געביט ווי אויך זענען מיר צוגעקומען צום אינטערנעט וואס גיבט צוטריט צו דאקומענטן און שטודיעס וואס איז אמאהל שווער געוועהן צוצוקומען האבן מיר געזעהן א פרישן מהלך וואס קיינער האט נישט גערעדט און געטראכט ביז היינט.

 

לאמיר זעהן וואס די חכמי הטבע זאגן, איז פארהאן א אופן שבעולם וואס א ווייץ קען ווערן זיס?

יא, אט האט איר א רעסעפי פון א ברויט (עטליכע מקורות)

http://www.ehow.com/how_4620081_sprouted-wheat-flour-diastatic-malt.html

Sprouted wheat is highly nutritious and surprisingly sweet. It is much easier for the body to digest since much of the starch is changed into vegetable sugars. Make it into flour and you have a great addition to your home ground flour. Also, if you spend a lot of money on diastatic malt powder, you can now save that money! This sprouted wheat flour is diastatic malt powder!

http://www.radicalfrugality.info/homemade-diastatic-malt.html

It can cause your bread to rise in a way that sugar substitutes cannot. Your bread will taste very similar to the way it would have if you had added sugar.

Malt is created from sprouted wheat or barley kernels. As the sprouts grow enzymes are created that can break down the starch in flour which releases sugar that the yeast can feed on.

דא זעהט מען ווי מ'קען מאכן ווייץ זיס אן צוקער, די עצה דערצו איז אז מ'מאכט נאס די ווייצלעך, וואס דאן ווערט די ווייץ זיס.

אבער לאמיר נישט כאפן, לאמיר גיין צוביסלעך, וואס געשעהט ווען א ווייץ ווערט נאס?, ווען א ווייץ ווערט נאס ווערט די סטארטש (די מעהל) פון אינעווייניג פארוואנדלט אין א צוקער און שפעטער א אלקעהאל, אט דער צוקער דאס איז דער זאך וואס מאכט חמץ, ווען מ'מאכט נאס מעהל ווערט דאס נאך 18 מינוט חמץ, דהיינו דער צוקער פון די מעהל איז גורם אז דער טייג זאל חמץ'יג ווערן.

 

דערפאר איז אזוי הארב די הלכה אז אפגעשניטענע ווייץ טאר נישט האבן קיין משהו וואסער אפי' נישט קיין רוק (שפיי) ווייל אפי' אביסל וואסער קען מחמיץ זיין, כאטש ווען מ'שניידט ווייץ קוקט מען נאר אויף מצומחות אדער מבוקעות וויבאלד עס איז נישט מעגליך צו וויסן וואס טוט זיך אינעווייניג אינעם ווייצל, דער מצומח איז נאר א סימן אז דער ווייצל איז שוין אזוי חמץ'יג אז ער איז שוין ארויס געוואקסן נאכאמאל, דעריבער אויב זעהט מען אז ס'איז נאר דא געציילטע מאל שישים קעגן מצומחות נעמט מען שוין נישט פון דעם פעלד ווייל דאס איז א הוכחה אז אפי' די אנדערע ווייצלעך בתוך תוכיות טויגן אויך נישט.

 

נישט אלע חטים זענען אייניג, עס זענען דא וואס איז נגמר כולו עס איז דא וואס איז לא נגמר כלו און דאס איז מוזכר אין די הלכה, קומט אויס אז נישט אויף יעדע ווייצל ווערט אזא שטארקע רושם אויב ווערט דאס נאס, (דער אויבנדערמאנטע רשב"א אז חטים וואס ווערן נאס איז אסור משום חימוץ, לפי זה איז דאס ממש פשוט וויבאלד עס הייבט זיך שוין אן דער חימוץ בתוך הווייצל אפי' עס ווערט נישט מוצמח).

 

יעצט אז מיר האלטן שוין דא, איז אונזער סך הכל אזוי, אז די בראדוועי איינגעשטעלטע וואס גייען זוכן ווייץ און קאסטן דעם טעם, זיי זיכן דעם זיסקייט פונעם ווייץ ווייל דאס איז גורם א גוטן טעם, און לפי הנ"ל איז גאר דער זיסקייט אליין דער התחלת חימוץ פון די ווייץ וואס זענען שוין נגמר געווארן ביים וואקסן און דאס וואס עס רעגנט יעצט קורץ פארן שניידן איז גורם דער צוקער פון די ווייץ זאל אנהייבן קאכן און אנהייבן א חימוץ (רוב ווייץ ווערט נישט אזוי שטארק געשעדיגט אז עס זאל ווערן אזוי זיס נאר א מיעוט) און דאס איז וואס זיי זוכן און דאס איז גאר זייער סוד, והיינו טעמא פארוואס אין אנדערע מקומות איז נישטא דעי מין זיסן טעם ווייל נישט יעדער ווייצל האט אין זיך דעם זיסקייט והתחלת חימוץ, משא"כ אין די בראדוועי פאבריק איז דאס דער לכתחילה וואס מ'זיכט פון די ווייצלעך - די זיסקייט.

 

אדרבה קוקט'ס אויף די קאמערשול וועלט, זיי טעסטן די ווייצלעך מיט אזא טעסט (פאלינג נומבערס טעסט, אדער טעסט וועיט)

http://agdev.anr.udel.edu/weeklycropupdate/?p=36

http://74.125.93.132/search?q=cache:elkP5MRlo3oJ:www.ncw.wsu.edu/agronomy/documents/FallingNumbers

און די טעסט שטעלט פאהר וויפיעל עס איז שוין געשעדיגט געווארן, אויב יא, הייסט דאס שוין ביי זיי א התחלת חימוץ און מ'ניצט דאס שוין נישט למאכל אדם נאר למאכל בהמה אדער מאלט, און מ'זעהט טאקע אסאך מאל ווען מיר נעמען ווייץ פון א פעלד וועט די אנדערע חלק פעלד גיין למאכל בהמה אדער מאלט צוליב דעם התחלת חימוץ.

http://southeastfarmpress.com/mag/farming_rainfall_prior_wheat

... confirm that rains just prior to wheat harvest may cause grain to germinate (or sprout) in the head ...

 

Wheat that does not meet the minimum Falling Number standard is unsuitable for milling and is usually sold to the livestock feed market....

According to the U.S. Wheat Associates report, “Relatively high damaged kernel values and low Falling Numbers in the East reflect the difficult harvest conditions there, while very good values were recorded in other states.”

The Falling Number test is the industry standard for measuring pre-harvest sprouting of wheat. Though it is sometimes impossible for growers to see pre-harvest damage in wheat, often there is some starch degradation taking place in the seed, causing problems in milling.

http://pods.dasnr.okstate.edu/docushare/dsweb/Get/Document-1938/ANSI-3029.pdf

Other situations that increase the use of wheat grain in cattle rations are low test weight and sprout damaged wheat. Market discounts for low test-weight and sprout-damaged wheat can be substantial enough to encourage cattle producers to consider this feed resource in their beef cattle rations.

 

אויב האט זיך אונז נאר געדאכט דעם גאנצן בנין, אז די ווייצלעך וואס זענען שוין פארטיג אויפן פעלד ווערן זיס און במדריגות התחלת חימוץ, האט זיך דער דאראגער הרב לויפער שליט"א זיך אומוועלנדיג אליין מודה געוועהן אין זיין בריוו צו האדמו"ר מהר"א שליט"א (אין זיין קונטרס אשל ברמה ח"ג ווי אסאך הסכמות איז טאקע פאר זיינע גרויסע צדקה צוועקן און קמחא דפסחא) ווי ער שרייבט א ראי' לדבריו אז אפי' די ווייץ זענען שוין פארטיג דאך קענען זיי ניצן א רעגן, ווייל הרב זושא כ"ץ האט אים אליין פארציילט אז איין יאר ביים שניידן ווייץ האט אים דער גוי פונעם פעלד געזאגט על אף וואס די ווייצלעך האלט שוין ביי מדריגות פארטיג (ליחות 20) עכ"ז וועט עס נישט זיין "גוט" ווייל עס האט נישט גערעגנט די לעצטע פאהר וואכן פאר ענקערע געברויך (דהיינו זיי בעטן אלץ דיע זיסע ווייץ פאר די מצות) דארף עס נאך האבן רעגן, וואס פון דעם האט ער געוואלט ברענגען א ראי' אז דער ווייץ קען נאך ניצן א רעגן אפי' ביי אזא מדריגה פון נאסקייט, (קוקט דאס אליין איבער).

 

אוי באשעפער! דא האט ער זיך אליין מכשיל געוועהן מיט זיין פעדער, הוא הדבר אשר דברנו, זיי דארפן האבן נאך רעגן אויף פארטיגע ווייץ כדי עס זאל זיס ווערן און האבן א גוטן טעם, וואס דער זיסקייט איז גאר דער התחלת חימוץ, און די כוונת הגוי אז עס דארף נאך רעגן איז צוליב זייער פארלאנג נאך זיסע ווייץ.

 

מיר רעדן לגמרי נישט אינעם חלק ההלכה צו דאס האט א חשש צו נישט, מיר זענען נישט קיין רבנים און קיין פוסקים, מיר רעדן סך הכל וואס דער טעכניק זאגט און וואס דער סך הכל פון די אינטערנעט מלקטים וואס זיי זאגן, אדרבה זאל איינער ברענגען אויפווייז אויף פארקערט, הלוואי וואלטן מיר נישט געוועהן גערעכט.

 

ביטע זייט מפרסם אט דעם סך הכל פארן ברייטן ציבור, מיר זענען שטארק ביי די מיינונג אז יש דברים בגו, הגם ס'מוז נישט זיין אז די בראדוועי איינגעשטעלטע ווייסן דאס אז דער ציקער איז חמץ, אבער למיחש מיהו בעי, אזויווי היי יאר איז געוועהן אזא שווערער שניט קען מען זיך גרינגער איבערצייגען די ווארהייט פונעם ענין.

 

ישר כח

(-)

הערת המעתיק: מיר האבן באקומען דעם בריוו מיט עטליכע וואכן צוריק אבער מיר האבן נישט געוואלט ארויס קומען מיט דעם איבערקער פריער כדי נישט צו מאכן איבריגע קאפ וויי פאר אידן ווען מען קען שוין סייווי נישט טיען עפעס, און כדי נישט שאדן צו מאכן די מארקעט פון די פסח מצות, אבער לידועה בעלמא איז דאס גוט און וויכטיג צו וויסן, ס'איז היינט נייע צייטן אלע רעקארדס זענען אפן מ'קען מער גארנישט באהאלטן, און דער ציבור וויל וויסן אלעס, און מ'ווייסט אלעס (עכ"פ ווער עס וויל וויסן) ביטע ליינט דאס מיט ישוב הדעת ס'וועט זיין א שטארקע טובה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זענען טאקע אלע ווייצלעך כשר לפסח???!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext