בית פורומים כל העולם כולו

שעורורי' אין התאחדות הרבנים פסח אויל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2010 03:34 לינק ישיר 
שעורורי' אין התאחדות הרבנים פסח אויל




וויבאקאנט איז דא עטליכע מינע אויל וועלכע מ'ניצט פאר פסח, איין פון די איז קאטנעסי אויל. אויב האט די עולם געמיינט אז מ'קען דאס עסן אויב עס האט די השגחה פון סאכדעס הרע-בנים. דאן ליינט און שטוינט.


פאר עטליכע וואכן צוריק איז אנגעקומען א שיפמענט קאטנעסי אויל צו א מייענעס קאמפ. וועלכע שטייט אינטער די השגחה פון סאכדעס הרע-בנים. ווען די משגיח אויפן פלאץ האט געזעהן אז עס פעלט די סטעמפ פון די הששחה פון וואו עס איז ארויסגעגאנגן, האט ער אנגערופן די קאמפעני פרעגן וואס עס גייט פאר. ער האט געפרעגט: ווער איז געווען די ראביי דארט?

האבן זיי אים גע'ענטפערט: וואס ראביי? פארוואס דארפן מיר א ראביי פאר פשוטע אויל?
ווען די משגיח האט אנגעהויבן לייגן פרעשור, האבן זיי מודה געווען אז זיי האבן אויך געניצט סיטריק אסיד (א געוויסע קעמיקל וועלכע מאכט די אויל האלטן זיך פריש) וואס זיי האבן באקומען פון א שווייצע קאמפעני. וואס דאס איז חמץ גמור!!


א צווייטע מעשה:

עס איז אנגעקומען א שיפמענט צו א באקאנטע פאבריק וועלכע פאקט די אויל אין פלעשלעך א רעיל ראד פון קאטנעסי אויל. ווען די משגיח האט געפרעגט וואס עס איז געווען פארדעם אין די רעיל ראד (וואו באקאנט פאר דער וואס טוט אין עולם הכשרות, דארף מען וויסן וואס עס איז געווען פאר דעם אין רעיל ראד, כדי עס זאל נישט האבן קיין בליעות פון טריפה וכדומה, יעדע קאמפעני וואס האט א הכשר, (פארשטייט זיך א גוטע,) האט א עקסטערע רעיל ראד אוועקגעלייגט פאר די פסח'דיגע מאכלים.

האט יענע קאמפעני גע'ענטפערט כמשיח לפי תומו, אז עס איז פארדעם געווען דא מילך.

א דריטע מעשה:

א משגיח פון שיקאגא פון די או. יו.(די נאמען איז באקאנט פאר ווער עס ווייסט די פרשה) איז געגאנגן צו א פלענט אויף די בקשה פון סאכדעס. ווען ער האט געזעהן אז מען ניצט די קאטנעסי אויל וועלכע האט די סיטריק אסיד, האט ער אנגערופן די סאכדעס, האבן זיי אים געזאגט עס איז גארנישט."

שפעטער ווען עס איז אנגעהויבן ווערן א איבערקערעניש האט די סאכדעס באשילדיגט די משגיח אז ער איז געשלאפן ווען ער האט געדארפט ארבעטן.

ביז דא איז די פאקטן וועלכע רעדט פאר זיך אליינס.

כדי מ'זאל נישט טענה'ן אז עס איז ליגן די גאנצע מעשה. האבן מיר געלייגט א האנט אויף דאקומענטן וועלכע צייגן שווארץ אויף ווייס, וואס עס גייט פאר.

קודם כל פוןדי צייטונג, וועלכע איז נאטראלע צייטונג און האט נישט קיין שום אינטערעס.

און נאכדעם א אימעיל וועלכע די נירבאטער רב שליט"א האט געשיקט פאר די קאמפעני אז ער וויל נישט געבן קיין השגחה דערויף צוליב די הארבע פראבלעמען. און דאן קומט די צוויי בריוון פון התאחדות:

בריוו 1)

געשיקט געווארן פאר די קאפמעני אז עס איז כשר וישר און עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם.

בריוו 2)
וואו דארט שרייבן זיי פאר די רבנים, אז עס 30-50 פי. פי. עם. וואס דאס מיינט אז עס איז בטל בשישים. (די חמץ).

איי אין מטלין איסור לכתחלה?
איי מיר זענען בי"ד "המיוחד" לעיני כשרות?
איי זאג פאר די עולם אז אין יעדע גלאז אויל, איז דא חמץ, בטל בשישים. אז די ציבור יראים ושלמים זאלן זיך אפאכט געבן פון היינט אין ווייטער?

נאר היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה. די זעלבע סיבה פארוואס ביי זיי ווען מ'האט געדארפט קוקן די צומת הגידין, איז עס געווען כשר.
די זעלבע סיבה פארוואס ביי זיי איז נישט דא די פראבלעם פון ווערעם. (ביי סטראבעריס, ראזינקעס)
די זעלבע סיבה פארוואס ביי זיי איז די מאסקאווי קאטשקעס אין מארביד און ביי דשי דשי איז כשר.

זי זעלבע סיבה איז אויך פארוואס חמץ גמור איז כשר וישר איז אויך נישט קיין פראבלעם ווייל עס איז בטל בשישים און מען שיקט א בריוו פאר די קאמפעני אז עס איז גוט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2010 05:33 לינק ישיר 

ביי די זאליס וואלט שוין געווען יו"ט אין די וואכן נאך אזא פריידיגער אשכול... סאם האו די ארונים כאפן זיך נישט אזוי שנעל ארויף אויף די זאכן. (איז עס א מעלה? א חסרון? כ'ווייס אויך נישט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2010 18:04 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
ביי די זאליס וואלט שוין געווען יו"ט אין די וואכן נאך אזא פריידיגער אשכול... סאם האו די ארונים כאפן זיך נישט אזוי שנעל ארויף אויף די זאכן. (איז עס א מעלה? א חסרון? כ'ווייס אויך נישט).


דאס איז אינזער שבח, אז מ'לעבט נישט נעגעטיוו, מ'איז נישט פארנומען א גאנצען טאג מיט יענעם.
----------

אסעמבלי
יש''כ פאר'ן מיך אויפמערקזאם מאכען, אז די קענסט ביטע לייג ארויף די דאקומענטן וואס מ'קען ארויסגעבן אין פאבליק (איך פארשטיי אז נישט אלעס קען מען ארויסגעבן אבער א חלק קעסטו זיכער ווייזען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2010 18:25 לינק ישיר 

אסעמבלי כתב:

כדי מ'זאל נישט טענה'ן אז עס איז ליגן די גאנצע מעשה. האבן מיר געלייגט א האנט אויף דאקומענטן וועלכע צייגן שווארץ אויף ווייס, וואס עס גייט פאר.

נו וואו זענען די דאקומענטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2010 01:45 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
אסעמבלי
יש''כ פאר'ן מיך אויפמערקזאם מאכען, אז די קענסט ביטע לייג ארויף די דאקומענטן וואס מ'קען ארויסגעבן אין פאבליק (איך פארשטיי אז נישט אלעס קען מען ארויסגעבן אבער א חלק קעסטו זיכער ווייזען)


פין אישי
שערוריה-דאקומענטען

איך קען נישט שרייבען דא. עס פעלט די ערשטע צוויי פון די פריערדיגע אי מעיל דא האסטו די אנדער צוויי


2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2010 17:51 לינק ישיר 

אזוי אינמיטן זיין פאשקעוויל דא קעגן התאחדות הרבנים ריקט ער אריין די ווערטער "עד כאן די פאקטן"...

רבי לעבן א הייד פארק שרייבער ווי דיר קען קיין פאקטן "נישט" קובע זיין! איך פארשטיי דיין ווייטאג קעגן התאחדות אבער עס איז א שאד דיין צייט.

ברענגען א קאפי פון "די צייטונג" וועט אויך נישט העלפן שטעלן א פנים כאילו התאחדות איז שוואך... סך הכל צייגסטו אז די הערסט אויס נחום ראזענבערג'ס שטותים און די באמבל'ס זיי נאך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2010 18:09 לינק ישיר 

אויף התאחדות הרבנים טאר מען זיך אין מען זיך קען זיך פארלאזן איבער הויפט ווען ס'קומט צי פסח

אין ס'איז א שאד צי קויפן זייער צוקער ס'איז אויס געווארפן יודיש געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/3/2010 19:02 לינק ישיר 

איך האב יעצט באקומען נאך דאקומענטן אין אישי כ'האף עס באלד ארויפצולייגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2010 20:20 לינק ישיר 
המשך

4

5

6



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2010 07:16 לינק ישיר 

נפל זעהט אויס די האסט נישט געפרעגט דיין שוואגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2010 21:07 לינק ישיר 

מאגרובער רב שליט"א הרה"צ רבי יהושע כ"ץ באשטעטיגט אז די סיטריק אסיד אין די קאטאנסיד אויל איז געווען חמץ!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

Junguzblauer, Austria איז געווען די סיטריק אסיד אין קאטאן סיד אויל פון..........................

איר קענט הערען זיין רעדען קול סאטמאר 718-305-6942 םר 718-504-2188 דריקט חלק כשרות, נומער 6 צום סוף פון זיין דרשה.

דרך אגב, וועמען אטאקירט ער אזוי מיט די וואלנוט אויל? צוויי וואלנוט אויל'ס פלעגען זיין.
וואס פאר א חשבון האט ער מיט אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2010 02:05 לינק ישיר 

דא איז באשטעטיגט אז די סיטריק איז דזונגסבלאוער און נישט קטניות נאר חמץ אזוי ווי מאגרובער רב שליט"א האט געזאגט.

איצטער באקומען אין אישי



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/04/2010 08:30:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שעורורי' אין התאחדות הרבנים פסח אויל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext