| גערעכטער1 כתב: |  | הייסט דאס די זאליס/בני המן האבן עכט יא געווינען!, ס'מאכט נישט אויס אז די קרעטשמע איז פארשפארט, ס'מאכט נישט אויס אז קיין שום נארמאלער מענטש (ר' יעקל שווארטץ ז''ל, דער פאיער רב ז''ל, ר' פנחס לייב כ''ץ ז''ל, וכו') וויל נישט ליגן מאחורי הגדר בקבורת חמור, עס מאכט נישט אויס אז זיי קענען אפילו נישט ארויס שטעלן א קאנדידאט צו די וואלן, גארנישט מאכט נישט אויס, איין זאך איז דער עיקר רבי אהרן איז נישט מסדר קידישין ביי די קרעציגע, איי קיין שום נארמאלער רב וויל נישט קומען מסדר קידישין ביי זיי, זיי דארפן נאר איבערניצן די זעלבע פאר מחוצפים, אבער פארגעסט נישט, זיי האבן געווינען, וואט א באנדזש אוף לוזערס. |
|
מען האט נישט געעפנט דעם זאל צו "געווינען", און מען בויעט נישט דעם נייעם זאל אויף לארקין פאר "געווינען", עס איז דא א געברויך אהערצושטעלן אלע קהלה סערוויסעס פאר יעדע קהלה און דאס טוט מען, עס איז בכלל נישט משנה צו עס הייסט געווינען אדער נישט. דאס האט מען דערגרייכט!
עס איז אמת אז קהל בית יואל האט געליטן ווען רא"ט מיט מסור דוד עקשטיין האבן אפגעשפארט זייער בית המדרש, אבער וואס א שייכות האט עס מיטן חתונה זאל?
בנוגע דעם בית החיים איז די זעלבע זאך, עס איז געווען א געברויך צו האבן א בית החיים אדאנק די רשעות פון די אהרונים און מען האט עס געמאכט, לאמיר האפן אז קיינער זאל דאס מער נישט דארפן נוצן (אפילו נארמאלע אויך נישט).
וראה זה דבר פלא, די אהרונים פרובירן ארויפצוצווינגער זיער רא"ט אלס מרא דאתרא פון די אנדערע קהלות אין קרית יואל, און זיי האבן גענוצט אלע זייערע טעראריסטישע מיטלען פון צוברעכן קארס, מאכן פאני קאלס, ווארפן פאשקעווילן, וכדומה, אבער זייער גרעסטע געווער פון תשס"ט האבן זיי נישט גענוצט, "דעם בית החיים", אויף קיין שום צעטלעך האב איך נישט געזען סטראשען אז ווער עס וועט חתונה מאכן אן רא"ט סידור קידושין וועט נישט קענען ליגן אין אלטן בית החיים...
די אהרונים וועלכע האבן זיך איינגערעדט אז זיי וועלן קענען אפשטעלן די חתונות מיט טעראר, זיי האבן נעבעך מיאוס פארלוירן, ווען עס איז פארגעקומען דריי חתונות אין קרית יואל ווי רא"ט איז נישט געווען מסדר קידושין.
דער גרעסטער חסידישער רבי אין אמעריקא, דער סאטמאר'ער רב רבינו יקותיואל יהודה טייטלבוים שליט"א האט דארט מסדר קידושין געווען, אויב ווילסטו זיך טרייסטן אז עפעס א "נארמאלער רב" האט נאכנישט מסדר קידושין אין קרית יואל, דאן שפיר זיך געטרייסט.
תמצית: מען האט געעפנט א זאל אין קרית יואל פאר אלע קהלות. די אהרונים פרובירן אפצוהאלטן די חתונות מיט די טענה אז זייער רב רא"ט איז בעל הבית אויף די גאנצע שטאט. זיי באנוצן זיך מיט אלע סארט טעראר מיטלען, זיי צוברעכן קארס, שמירן אן די גאסן מיט גראפיטי, ווארפן פאשקעווילן אבער קיין איין חתונה האט מען נישט אפגעשטעלט, דער גרעסטער חסידישער רבי אין אמעריקא, דער סאטמאר'ער רבי איז מסדר קידושין אין קרית יואל. דער זאל איז אפען פאר סערוויס, און מוסדות ויואל משה בויעט א פרישן זאל.
דער לעצטער טרייסט פון די אהרונים: א "נארמאלער רב" האט נאכנישט מסדר קידושין געווען. ביים סיון חתונה סעזאן וועלכער רב ס'וועט זיך וואגן מסדר קידושין צו זיין וועט ווערן אויס "נארמאל"....
|
|