|
|
| נשלח ב-9/4/2010 05:02 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | | געהאט א טשענס צו אריינבליקן אין די פאמפלעטן, סך הכל אין איין ווארט, די גאנצע זאך "א הילכיגער מיואש'דיגער געוויין"..... |
|
בערך דאס האט האדמו"ר מקלויזנוברג זצ"ל געזאגט אויף די נשא תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 05:25 |
|
| |
מיינסט ארויסצוברענגן אז מיר צוקראצן זיך פון די קונטרס ווי דער קלויזענבורגער האט זיך צוקראצט פונעם רבין'ס של'ש תורות...
אויך א פוינט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 05:53 |
|
| |
| חיים_מענדל כתב: |  | | דאס איז ענקער גרויסער לצנות, און ענק ווייסן עס זייער גוט
מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן וואס רוב סאטמארע דיינים פסקענען איבער די תוקף פינעם בריוו להלכה
אין יאר 2010 האט די ווארט "סאטמארע" דיינים 3 טייטשן, "סאטמאר ארונים", "סאטמאר זלמונים", "סאטמאר בני יואלים", דער צד השוה פון וואס די רופסט סאטמארע דיינים אז זיי זענען אדער "סאטמאר זלמונים" וואס זענען נוגעים בדבר אדער "סאטמאר בני יואלים" וואס זענען נישט נוגעים בדבר נאר דער בעל דבר אליין, און כל כולו "סאטמאר ארונים" דיינים זענען מיט ר' געציל'ן, יעצט וואס איז די מציאה מיט דיינע דיינים?
יא אויב וויל מען מדייק זיין מיט די האט קאפס און די ווערעם און די מעדיקעל רעקארדס קען איך דיר די זעלבע ברענגן 10 ראיות אז סאדאם כוסעין לעבט נאך און אז בוש מיט טשעיני האבן אראפגעברענגט די טווין טאוערס און אז די גאנצע האלאקאוסט איז א דמיון, און איך האב אויף דעם אלעם קלארע באווייזן וואס דו קענסט נישט לייקענען!
און אויב איך וויל מדייק זיין און די שאול פערלשטיין מאחורי הפרגד קאסעטע ווי ער קאנפערמירט פארן ברך משה אז די בני יואל זענען די שקצים, וואס נעמט מען ארויס פון דעם, איז דאס אפשר אויך א דמיון? דער קאסעטע האט ענק אראפגעצויגן אייערע מכנסיים, וואס ענק וועלן זיך קיינמאל היילן
|
|
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 09/04/2010 05:54:04
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 09/04/2010 05:55:26
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 06:17 |
|
| |
| אגוטןטאג כתב: |  | ווי געזאגט איז דאס נישט קיין "צוויי עדים" אויף איין זאך, נאר צוויי עקסטערע "עד אחד'ס" וואס האבן נישט קיין תוקף להלכה, און עס גלייבט זיך נישט אז דער ברך משה וואס איז געווען באקאנט אלס איש חכם, און דערצו א דיני ממונות דיין בשנים כתיקונם, און געוויסט וואס עס מיינט סכסוכים, קען דאך נישט זיין אז ער האט איבערגעלאזט זיין מיינונג בהנהגה אויף אזעלכע פאצערישע עד אחד'ס, געזאגט אויף אזא קוריאזן אופן, אן קיין תוקף להלכה. |
|
איך וויל נאר רעאיגרן אויף די איינע נקודה אז ס'וויכטיג צו וויסן דער כראנאליגיע ווען דער צוואה איז געווען, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן די צוואה פאר די צווויי עדים נאמנים, איז נאך געווען פילע יארן פאר די מחלוקה, און קיין שום ברי' בעולם האט דעמאלטס נישט געהאט קיין חלום אז ס'פעלט זיך אויס צו זאגן זיין רצון, און דאס גאנצער וואס דער ברך משה האט געטאן איז געווען א באווארענונג אויף אזאך וואס בימים ההם איז געווען א חשש רחוק מאוד, איך בין ממש געפלעפט פון די ווייטע און טיפער חכמה פונעם ברך משה, אז אין א זמן וואס דער גרעסטער פאליטקאנט האט נישט געגלייבט אז ס'קען נאך קומען א מחלוקה, האט ער שוין דאס געזען פאר א מעגליכקייט און ער האט געטאן ברוב חכמתו כאטש עפעס זיך צו באווארענען און פאל ווען עס פאסירט וואס עס האט פאסירט, אין מיט דעם צוואה האט ער כדת וכדין למפרע אנולירט אלע שפעטערע הוק-אפס אין מכתבים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 06:39 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | איך וויל נאר רעאיגרן אויף די איינע נקודה אז ס'וויכטיג צו וויסן דער כראנאליגיע ווען דער צוואה איז געווען, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן די צוואה פאר די צווויי עדים נאמנים, ער האט גארנישט איבערגעגעבן פאר "צוויי עדים", נאר צוויי מענטשן זאגן, יעדער עקסטער אלס "עד אחד", אז דער ברך משה האט זיי געזאגט געוויסע זאכן, דאס הייסט נישט "צוויי עדים", עס האט נישט קיין נאמנות.
איז נאך געווען פילע יארן פאר די מחלוקה, און קיין שום ברי' בעולם האט דעמאלטס נישט געהאט קיין חלום אז ס'פעלט זיך אויס צו זאגן זיין רצון, און דאס גאנצער וואס דער ברך משה האט געטאן איז געווען א באווארענונג אויף אזאך וואס בימים ההם איז געווען א חשש רחוק מאוד, אויב האט ער געוואלט באווארענען אלס חשש רחוק, וואלט ער געווען גענוג קלוג עס צו מאכן אויסגעהאלטן על פי הלכה, נישט אויף א פאצערישן אופן. דער ברך משה איז געווען א דיני ממונות דיין, און ער וואלט געדארפט אפשרייבן א "שטר" אדער לכל הפחות אריינרופן צוויי עדים און פאר זיי איבערגעבן זיין מיינונג, דער ברך משה האט געקענט הלכות שטרות, און הלכות צוואה, ער איז געזעסן ביי גענוג דין תורה'ס, און אויב וואלט געוואלט "באווארענען" וואלט ער דאס געמאכט געהעריג על פי הלכה.
איך בין ממש געפלעפט פון די ווייטע און טיפער חכמה פונעם ברך משה, אז אין א זמן וואס דער גרעסטער פאליטקאנט האט נישט געגלייבט אז ס'קען נאך קומען א מחלוקה, האט ער שוין דאס געזען פאר א מעגליכקייט און ער האט געטאן ברוב חכמתו "כאטש עפעס" זיך צו באווארענען און פאל ווען עס פאסירט וואס עס האט פאסירט, ווי געזאגט, א חושן משפט דיין זאל מאכן א צוואה אזוי בטלנ'יש אז זייער "ווייט" פון "חכמה"...
אין מיט דעם צוואה האט ער כדת וכדין למפרע אנולירט אלע שפעטערע הוק-אפס אין מכתבים
עס עקזיסטירט נישט דער דיין, וואס זאל פסק'ענען אז דברים שבעל פה וואס איינער האט געזאגט פאר צוויי מענטשן באזונדער זאל קענען אנולירן שפעטערדיגע שטרות וואס זענען געמאכט כדת וכדין מיט א קנין, און אונטערגעשריבן מיט צוויי עדות.
עס איז גוט אויף צו אנווארעמען דעם ציבור, עס איז גוט פאר ארטיקלעך אין בלאט, אדער פאר חסיד'ישע מעשה ביכלעך, אבער מיט "כדת וכדין" האט עס קיין שייכות נישט!
מיט שרייבן אז דער ברך משה האט זיך אזוי נאריש "באווארענט" פרעגסטו זיך אליין אפ, א קלוגער איד מיט לאנגע יארן עקספיריענס אלס דיין אין חושן משפט מאכט נישט זאכן אזוי בטל'ניש...
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 07:19 |
|
| |
ווי עס שיינט האט איר נישט תופס געווען מיין נקודה, איך וועל פרובירן נאך איינמאל,
נאכאמאל, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן זיין הוראה פאר די צוויי אידן וואס זענען בחזקת כשרות, איז דער קאנצעפט פון א ירושה קאנפליקט אין סאטמאר געווען א גאר ווייטער חלום, ממילא איז זעלבסט פארשטענדליך און דער שכל אנישי זאגט אז א מענטש גייט זיך נישט אומגיין בכל חומר אויף א זאך וואס איז א גאר ווייטער שאנס, פונקט ווי א מענטש קויפט נאר א לייף אינשורענס פאלעסי, פון בלויז א מיליאן דאלאר, טראץ וואס ער ווייסט אז די יורשים קענען ווען באקומען 10 מיליאן אויב ער קויפט א טייערער פאליסי, נאר אויף א חשש רחוק טוט מען בלויז דאס מינדעסטע און מ'האט בטחון אז מ'וועט לעבן לאורך ימים,
ממילא אפי' דאס ביסל וואס דער ברך משה האט יא געטאן מיטן איבערגעבן די צוואה פאר די 2 יהודים כשרים ונאמנים, איז שוין אויך זייער אסאך,
דאס וואס די קומסט מיט דיינע שטרות סברות איז אין מציאות ממילא נישט מעלה ומוריד, ווייל ליידער איז דער סיכסוך סיי ווי נישט אנגעקומען צו קיין די"ת, און ע"פ דרך הטבע וועט עס ליידער קיינמאל נישט אנקומען אהין, יעדער צד טוט זיך סיי ווי וואס ער וויל, יעדער שרייט אז הדין עמו,
און איך האלט אז דער ברך משה ברוב חכמתו האט ליידער דאס גוט דערשמעקט, ממילא מער ווי וואס ער האט יא געטאן, וואלט סיי ווי גארנישט געהאלפן,
איך זאג ענק, ווי מער איך טראכט אריין און דעם קליגן שריט פונעם ברך משה קען איך מיך נישט אפווינדערן פון זיין ווייטן בליג און טיפער חכמה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2010 07:54 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | THE REBBE ZCHISO YUGON ULEINI WAS NOT AGAINST REB GETZEL UP TO THE 80 YEARS
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/04/2010 06:39:26 |
|
the rabbi zchiso yugon uleily was not against the savlons brother too thats why rabbiny shlita always said the yearly shabbos hagudol and shabbos shivo drusha even
|
|
|
|
|