בית פורומים אידישע געדאנק

תושבי קר"י זייט געווארנט איבער 'אומזיסטיגע ירחונים' אין די פאסט זיי האבן נישט קיין הסכמה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2010 08:14 לינק ישיר 
תושבי קר"י זייט געווארנט איבער 'אומזיסטיגע ירחונים' אין די פאסט זיי האבן נישט קיין הסכמה!

  זייט אויפמערקזאם ווען איר באקומט אויף די פאסט א תורה'דיגע אויסגאבע אומזיסט צו קוקן ווער דער שרייבער איז אויב דאס האט א אויסגעהאלטענע הסכמה, היצט איז אנגעקומען א אומבאקאנטע קונטרס פון "קדושת ישראל" אן קיין הסכמה אדער א חותם דערויף, וואס יא מ'מאכט נאר אויף דעם ערשטן דף, שטייט שוין מיט גרויסע ווערטער טול קור"א מבין עיניך וכו' ואם יתלוצצו הלצים וכו' מ'דארף שוין נישט זיין קיין גרויסע מבין צו זען ווער די שרייבערס זענען...

 פארוואס שרייב איך דאס, ווייל איך האב ליידער יא אביסל אריינגעקוקט, אגב כ'קען זאגן זיי זענען היבשע עמי הארצים אדער סתם פוילע ארבעטערס.. זיי ברענגן פילע מקורות איבערן חרם דרבינו תם וכו' חומר הענין מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא וכו' קהלות נפרדות וכו' אבער זיי האבן געטון א האלבע ארבעט ס'נאך דא אסאך מער מקורות ווי וויפל זיי זענען מעתיק, זעט אויס זיי זענען שוין געווארן מיעד צו זיצן אזוי לאנג אויף גוג"ל און האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ארבעט,

 אבער אינטערסאנט איין מקור וואס זיי האבן נישט געטראפן אויף גוג"ל, אז כתבי ידות וואס זענען געשריבן געווארן העכער די שמונים האט נישט קיין תוקף מה"ת, אויף דעם האבן זיי שוין געמוזט נוצן א אייגענע "לאגישע" טענה אן קיין מקור

כ'וועל נישט מאריך זיין ווייל כ'ווייס ווי ביי וועלעכן שקר אנצוהייבן כ'וועל אנכאפן א דוגמא, צווישן די פיטפיטים שרייבן זיי א חידוש פון א שקר, "אין משך פון די 25 יאר האבן די נפרדין קיינמאל נישט גערופן די הנהגה צו די"ת!!  .... איך ווייס נישט צו אין די איירופישע שטעט ווי מ'האט זיך אפגעטיילט בהיתר נאכן וואס זיי האבן זיך נישט געוואלט שטעלן צו די"ת אויב זיי האבן אזופיל פארלאנגט ווי ר' שמעון ווייס מיט ר' אליעזר הארפענעס ע"ה צוזאמען מיט בני יואל האבן געהאלטן אין איין בעטן מ'זאל למען השלום קומען צו זבל"א און אויפהערן די רדיפות און מחלוקת, און יעצט קומט מען מיט א טריקנקייט אז מ'האט קיינמאל נישט גערופן צו די"ת!!

 אויב טול קורה מבין עיניך, וויל איך פרעגן ווער נאך ווי ענק האט געעפענט אייגענע קהילות און בתי מדרשים באתרא דמר, ווער האט מתיר געווען צו מאכן א אייגענע ביהמ"ד מיט א אייגענע סאטמארע רב אין מאנסי? ווער האט מתיר געווען צו מאכן אייגענע מוסדות אין ירושלים? ווער האט מתיר געווען צו עפענען אייגענע בית המדרש אין מאנטרעאל? אייגענע ת"ת אין לאנדאן? אייגענע בית רחל אין אנטווערפן? האבן זיי געשיקט איין הזמנה פאר זיי האבן דארט געמאכט שבת פאר זיך??

 איין זאך איז מיר געפאלן וואס זיי שרייבן אנהייב אז, זיי גייען עניוועיס גארנישט אויפטוען מיט דעם בירור.. און איך שטום צו צו דעם אז שקר אין לו רגלים און ס'איז אינם נתקבלין על הלב, מ'וועט פאלגן די דעת תורה פון רוב סאטמארע דיינים און נישט די דעת תור"א פון 774-4040EXT150




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2010 19:27 לינק ישיר 

לתועלת הענין ברענג איך ענק דער קיצור תוכן פונעם קונטרס:

1. ווען קרית יואל איז נתייסד געווארן בימי רבינו יואל זצ"ל, האט יעדער נייער תושב געדארפט אונטערשרייבן א כתב התחייבות, אז ער ווארפט זיך אונטער דער רוחניות'דיגער הנהגה, אויב נישט נעמט מען אים צו זיין הויז.

2. דער רבי ז"ל האט נישט געגרינדעט קרית יואל ווייל ער איז געווען א ריעל-עסטעיט דעוועלאפער זאל זיין סתם נאך א אידישער געגענט, מיט אן ערבוביא פון קהולות שונות ומשונות, אן קיין אטאריטעט, בהפקירא ניחא לי', איש כל הישר בעניו יעשה, קרית יואל איז נתייסד געווארן נאר צוליב דעם ווייל ער האט געוואלט א שטעטל אזוי ווי אינדערהיים, ווי ס'דא א תורה'דיגער אטאריטעט, און ער קען אינפארסירן די ריינע סאטמארע השקפה. 

3. בני יואל איז מיוסד געווארן אויפן פרינציפ נישט צו האבן קיין איין איינציגער רוחניות'דיגער אטאריטעט צו וועם זיי זענען משעובד [מיטן אויסרייד אז נאר דער אלטער רבי זצ"ל איז זייער מורה], ווי דער מציאות ווייזט עד היום, זייער דרך גייט פארקערט ווי דער סדר העולם, קודם מאכן זיי אליינס אפ אן וואס זיי מעגן און וואס נישט, נאכדעם וועלכער רב שטייט מיט זיי איז א צדיק, און ווער נישט איז א נעאלאג.

4. בני יואל איז א קהלה שנוסד באיסור. באיסורו של הברך משה, המנחת יצחק, ושאר מנהיגי היהדות החרדית, באותו תקופה, און כל זמן וואס בני יואל פון אמאל איז דער זעלבער בני יואל פון היינט, עודנו עומדים במרדם, איז נישטא קיין שום סברא פארוואס דער איסור זאל נישט בלייבן בתוקפו.

5. ר' געציל איז דער דיין פון שטאט וואס דער רבי האט נאך ממנה געווען און זיין הוראה איז דער איינציגער הוראה וואס איז מחייב די שטאט קרית יואל.

דאס איז וואס איך האב געהאט געדילד צו ליינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2010 19:31 לינק ישיר 

זיי האבן פארגעסן צו שרייבן וועגן דעם אז ס'איז אויסער קר''י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2010 19:41 לינק ישיר 

בכלל, זענען זיי דען פארנארט?, ווייסן זיי נישט אז די גאנצע בד"צ האבן נאר אינטערגעשריבן לכבודו פונעם ברך משה נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אזוי להלכה?

אפגערעדט פון ר' משה ארי' פריינד זצ"ל וואס ווי באקאנט האט ער אפילו בשעת מעשה געזאגט פאר זיינע מקורבים פארקערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2010 01:39 לינק ישיר 

די קונטרסים אדער ווי איר רופט עס ירחונים


קונטרס חומה בצורה

קונטרס קדושתן של ישראל

חבר אני לכל אשר יראוך

_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2010 01:45 לינק ישיר 

jwriter כתב:
בכלל, זענען זיי דען פארנארט?, ווייסן זיי נישט אז די גאנצע בד"צ האבן נאר אינטערגעשריבן לכבודו פונעם ברך משה נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אזוי להלכה?
אפגערעדט פון ר' משה ארי' פריינד זצ"ל וואס ווי באקאנט האט ער אפילו בשעת מעשה געזאגט פאר זיינע מקורבים פארקערט.



 די האלטס טאקע איז די די ביד'ץ האט געשריבן א קול קורא נגד התורה נאר ווייל זיי האבען געוואלט ציליב טוהן פאר'ן ברך משה?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2010 08:35 לינק ישיר 

זיי נישט ברוגז תור"א חומה בצרה מיט קדושתן של ישראל האט נישט קיין הסכמה און מען טאר דערין נישט אריינקוקן,

אגב איך האב ליידער יא אריינגעקוקט כ'האב בלויז געטראפן שקר איינס נאך דאס אנדערע,
כ'וועל אריבערגיין צו סקאטמאלן,
1) דע אפליקעישן איז נישט קיין נייעס, און טאקע דע אידן די ערשטע תושבים אין די קריה וואס האבן אינטערגעשריבן אויף דעם האבן א תביעה אויף די היינטיגע הנהגה, און ר' שמעון ווייס וואס איז א תלמוד פון סאטמאר און קען דעם רבין מיט זיין הייליגע שיטה נאך פון פאר דער א.ג. מרא דאתרא איז געווען אויף דעם עולם, און ער מיט ר' אפרים פאלקאוויטש ר' אליעזר הארפענעס ע"ה וכו' האבן פארלאנגט א בי"ד של זבל"א און מ'האט זיי קיינמאל נישט געענפערט האבן זיי זיך געעפענט א אייגענע קהילה, אזוי ווי אין אלע איירופישע שטעט, עיין קונטרס קדושתן של ישראל דף סג-סד ער שרייבט אז אלע חלוקות בהיתור איז געווען אדער נאך א פסק בי"ד המרוצה, אדער ווען די הנהגה האט מסרב געווען זיך צו שטעלן צו זבל"א,

2) דעס אז די רבי האט נישט געבויט דעם שטעטל אלס ריעל עסטעיט ס'זאל זיין עטליכע קהילות ווייס איך נישט דיין כוונה, קיינער האט נישט געזאגט אז יא, די דיינים האבן נישט געשריבן אין זייער בריוו אז וויבאלד די רבי האט אזוי געוואלט פארדעם איז מותר די הפרדה, וואס מיינסטו אפצופרעגן מיט דעם, נו פארדעם האט מען זיך נישט געמעגט אפטיילן אין חוסט, מישקאלטץ, בערעגסאס, קלויזענבורג, וכו' דארט איז יא געווען די כוונה פונעם מייסד אז ס'זאל זיין עקסטערע קהילות?

3) בני יואל האט זייט איר גרינדינג זיך נישט גערירט אן די הוראה פון ר' אברהם לייטנער ז"ל און היצט דער שארמאשער רב שליט"א, ס'דא דארט א הנהלה וואס מען ערוועלט כסדר, ס'איז בכלל נישט קיין הפקרות דאס איז נוסח ארונים עפ"ל

4) בני יואל האט אלע יארן פארלאנגט א בי"ד של זבל"א און מ'האט זיי דאס נישט געגעבן, קיין שום איסור אדער היתר אויף א קהילה נפרדה קען נישט קומען אן א בי"ד המרוצה און אן אויסהערן ביידע צדדים בנוכח בי"ד, אזוי שטייט אין חו"מ, ואין לנו אלא דברי בן עמרם, ליתר שאת עיין קונטרס הנ"ל דף ס"ב ווי ער רעכנט אויס אלע קהילות נפרדות וואס מ'האט דן געווען פאר א בי"ד של זבל"א איידער מ'האט ארויסגעגעבן דעם פסק
 
5) ר' געציל איז די דיין פון שטאט און נאר ער קען פסקנען אבער נישט מכתיר זיין, ער קען פסקענען אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין אן א מרא דאתרא, אבער אויב ס'איז דא א תביעה אויפן מרא דאתרא דארף דאס געברענגט ווערן פאר א בי"ד, און אז דער מרא דאתרא וויל נישט קומען צום בי"ד עיין קונטרס קדושתן של ישראל אז אין אזא פאל האט מען געמאכט א חלוקה און דער דיין דמתא איז דארט גארנישט מחייב, וכנהוג בערי איירופא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/4/2010 17:34 לינק ישיר 

ערשטענס, ר' חיים מענדל, איר האט א פסק פון א דרויסענדיגער בי"ד וואס פסקנ'ט אז היות קהל ייטב לב איז מסרב לדין מעגט איר זיך אפטיילן? אזוי לאנג איר האט דאס נישט זעה איך נישט פארוואס אייער קהלה איז נופרד בהיתר, דער מהרש"ג וואס איר באציעט זיך שרייבט מפורש אז עס מוז זיין בהיתר און דווקא פון א דרויסנדיגער בי"ד בלי שום נגיעה.

צווייטנס, פארוואס איז נישט ר' אברהם לייטנער און נישט הרב משארמאש אפציעל מוכתר געווארן אלס רב ואב"ד קהל בני יואל? אזא מין זאך ווי רב ואב"ד בני יואל עקזיסטירט נישט, למה? ווייל אזוי לאנג דער רב איז נישט דער אפציעלער רב הקהלה, אפי' איר זאלט איהם פאלגן מיט יעדן ריר, איז אבער פארט דאס פאלגן יענעם רב בלויז "וואלענטערילי", די רגע וואס ער שטימט נישט מיט ענקער שיטה, האט עטס נישט קיין שום שועבד איהם צו פאלגן, דאס איז א פשוט'ער לאגישער זאך, נישט קיין השערות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 18:34 לינק ישיר 

עס קוקט אויס אז דער קונטרס איז ארויסגעשיקט געווארן פאר אלע חרדישע אידן ברחבי ניו יארק, זייער אסאך פרעמדע אידן האבן עס באקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 18:57 לינק ישיר 

jwriter כתב:
זיי האבן פארגעסן צו שרייבן וועגן דעם אז ס'איז אויסער קר''י


מיננע נאנטע ידידים בגי מהרז"ל האלטן מיא אין איין זאגן אז זיי זענען אזוי מעכטיג, זיי האבן אפילו געקענט האבן א זאל אין קרית יואל.

עס איז שוין צייט אז עטס זאלטס אפמאכן: איז עס אין קרית יואל אדער נישט?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 19:33 לינק ישיר 

עס איז בכלל נישט ביידענט וואס סתם א שמוגער האט צו זאגען אין דעם ענין, טאמער וואלט עס געווען אזא געפרליכע פירצה וואלט שוין געווען אפאר רבנים וואס וואלטן ארויסגעקומען דערקעגן, דאס אז נאר איין איינציגער ר' געציל א יחיד לכל הדיעות איז דער איין אייציגער אוסר, איז דער שטארקסטער באווייז אז איין דברים בגו, סתם א פאליטיק פייט.

סוב טויטעל, רעב געציל אוסר, ר' יח"מ פריעדמאן מתיר, ר' משה מנחם טירנויער מתיר, שאמאשער רב מתיר, ר' זלמן לייב פילאפ מתיר, ר' שלמה לייב וויינבערגער מתיר.

איז נאך איין רב / דיין / מו"ץ, וואס אסור'ט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:20 לינק ישיר 

יא, ר' יעקב יצחק וויס זצוק"ל, ר' משה ארי' פריינד זצוק"ל, ר' ישרא' משה דושינסקי זצוק"ל, ר' משה ט"ב זצוקל, זיי אלע פסק'ן אז עטס זענטס א קהלה שנתפרדו באיסור,

ברויכסט נאך?

שנית ר' געציל איז דיין דמתא, נישט די דיינים,

שלישית, די דיינים זענען נוגעים, איי ר' געציל איז אויך נוגע, קודם ר' געציל האט א קלינע טרעק רעקארד, שנית ער זאגט דאך בלויז וואס די פריעריגע מנהיגי היהדות האבן געזאגן אויף די קהלה שנתפרדה באיסור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:27 לינק ישיר 

רביעית, רז"ל פילאף מיט רש"ל וו"ב, זענען ערליכע צדיקים, אבער זענען בלויז מו"צליך, דו האלטס אז די ארויניס האבן א פראבלעם צו ברענגען חתימות לרוב מיט זייערע מו"צ'ליך? שארמאשער איז דאך אן עקסטרעמער בני יואל און דער בעל דין זעלבסט, מיטאמאל אינטערסאנט, די ארוניס האבן עפעס א פראבלעם צו האבן חתימות פון זייערע עקסטרעמיסטן? נאר לויט די ארויניס איינמאל ס'דא פסק מפורשת פונעם דיין דמתא, ברויך מען מער גארנישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:38 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
יא, ר' יעקב יצחק וויס זצוק"ל, ר' משה ארי' פריינד זצוק"ל, ר' ישרא' משה דושינסקי זצוק"ל, ר' משה ט"ב זצוקל, זיי אלע פסק'ן אז עטס זענטס א קהלה שנתפרדו באיסור,

ברויכסט נאך?

שנית ר' געציל איז דיין דמתא, נישט די דיינים,

שלישית, די דיינים זענען נוגעים, איי ר' געציל איז אויך נוגע, קודם ר' געציל האט א קלינע טרעק רעקארד, שנית ער זאגט דאך בלויז וואס די פריעריגע מנהיגי היהדות האבן געזאגן אויף די קהלה שנתפרדה באיסור.


רבי געציל איז "א" דיין אין שטאט פון איין קהילה, רבי ארי' איז אויך די זעלבע דיין פון א אנדערע קהילה אין אין שטאט, און רבי שמעון משה וואלדמאן איז אויך א דיין אין שטאט פון א אנדערע קהילה, און רבי יואל'יש איז א "רב" אין די שטאט פון א אנדערע קהילה..


רבי געציל שליט"א האט א קלינער טרעק רעקארד? ער האט געח'תמעט ווי א טאטעלע יעדן צעטל וואס איר האט אים אונטערגעלייגט, צו די איסור אויף בני יואל, וואס האט עווענטועל געברענגט צו אסאך שפיכות דמים, צו דער געצוואונגענער היתר אויף די טריפה'נע פאבליק סקול, וכו' וכו' ועל כולם איז ער א ריכטיגער פעיראל דיין מט אלע מפרשים..

א ריינער רעקארד האבן הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערעגר שליט"א וועלכער האט זיך נישט געבראכן אונטער טעראר פון דעם סבלן דעם רשע און נישט אונטערגעשריבן קעגן בני יואל, און נישט גע'חתמ'עט די פאלשע היתא רויף די פאבליק סקול, און הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א וואס האט נישט אונטערגעשריבן פאר די כפירה פאבליק סקול אפילו נאך גרויס דרוק, און ער האט מגלה דעת געווען פאר די רבנים פון בני יואל אז זיין חתימה אקעגן בני יואל איז געווען "בכפיי' וברציחה"..

דאס הייסט א ריינער רעקארד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 22:50 לינק ישיר 

א גוטן אסרו חג הער סקאטמאלן,

ראשית א קליינע קאררעקשן דו שרייבסט אז די מהרש"ג פארלאנגט א דרויסענדיגע בי"ד, דער מהרש"ג פארלאנגט דרויסענדיגע רבנים נישט קיין בי"ד עי"ש, בני יואל האלט אז זיי האבן אנערקענטע רבנים, דו ביסט נישט אין א פאזיציע צו פסקענען אז זיי זענען נוגעים ווען דו ביסט א צד, אז דו ווילסט שטארק קענסטו זיי רופן צו בי"ד און זיי וועלן דאס מברר זיין, זיי פון זייער זייט האבן שוין ענק גערופן צו זבל"א, עטץ ווילטס נישט קומען, יעצט וואס ווילסטו?

אויף די צווייטע זאך איידער איך ענטפער דארפסטו מיר קודם ברענגן א דוגמא וועלעכע פון זייערע רבנים בני יואל האט שוין געדראפט ( אפילו נישט אין די רגע..) ווען ער האט נישט געשטימט מיט זייער שיטה, וועל איך דיר קענען ענטפערן דערויף, דערווייל האב איך דיר יעצט טאקע נישט וואס צו ענטפערן..   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 00:07 לינק ישיר 

זיי האבן נישט געמיינט די סידור קדושין פרשה קען זיין מיר קיקט אויס אז זיי האבן דא געמיינט אינזער געוועזנער שרייבר דא אויף הייד פארק מר' פארמעגליך זיי טרייען זיך צי פארענפערן פין זיינע פאקטן וואס האט אריין געןןארפן פייגליך אין קאפ ביי אסאך ארונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > תושבי קר"י זייט געווארנט איבער 'אומזיסטיגע ירחונים' אין די פאסט זיי האבן נישט קיין הסכמה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext