בית פורומים אידישע געדאנק

תושבי קר"י זייט געווארנט איבער 'אומזיסטיגע ירחונים' אין די פאסט זיי האבן נישט קיין הסכמה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/4/2010 03:32 לינק ישיר 

וויכטיג כתב:
יא, ר' יעקב יצחק וויס זצוק"ל, ר' משה ארי' פריינד זצוק"ל, ר' ישרא' משה דושינסקי זצוק"ל, ר' משה ט"ב זצוקל, זיי אלע פסק'ן אז עטס זענטס א קהלה שנתפרדו באיסור,

ברויכסט נאך?

שנית ר' געציל איז דיין דמתא, נישט די דיינים,

שלישית, די דיינים זענען נוגעים, איי ר' געציל איז אויך נוגע, קודם ר' געציל האט א קלינע טרעק רעקארד, שנית ער זאגט דאך בלויז וואס די פריעריגע מנהיגי היהדות האבן געזאגן אויף די קהלה שנתפרדה באיסור.

רבי געציל איז "א" דיין אין שטאט פון איין קהילה, רבי ארי' איז אויך די זעלבע דיין פון א אנדערע קהילה אין אין שטאט, און רבי שמעון משה וואלדמאן איז אויך א דיין אין שטאט פון א אנדערע קהילה, און רבי יואל'יש איז א "רב" אין די שטאט פון א אנדערע קהילה..

לפי שיטת גדולי הדור הקודם, שחתמו בידיהם הק' האיסור, אין כזה ע"פ תורה קהילות אחרות בקרית זולת קהל ייטב לב, וזה הי' מטרתו של רבינו יואל זצ"ל, ואותן הקהלות אחרות נפרדו באיסור, והם נגד התורה.

רבי געציל שליט"א האט א קלינער טרעק רעקארד? ער האט געח'תמעט ווי א טאטעלע יעדן צעטל וואס איר האט אים אונטערגעלייגט, צו די איסור אויף בני יואל, וואס האט עווענטועל געברענגט צו אסאך שפיכות דמים, צו דער געצוואונגענער היתר אויף די טריפה'נע פאבליק סקול, וכו' וכו' ועל כולם איז ער א ריכטיגער פעיראל דיין מט אלע מפרשים..

דארפסט טאקע צוריקגיין ביז די בני יואל איסור, וואס שאר גדולי עולם האבן אויך געאסר'ט, צו טרעפן א פאליטישע בריוו? ממש? די הייסט נישט פערצופעל חוני המגעל? די לעצטע 10 יאר בוזשעוועט די גרעסטע מחלוקה אין מאדערן היסטארי אין סאטמאר, פון דעם האסטו עפעס פארגעסן, אין דעם עפאכע האבן זיך ענקערע דיינים איינטינקען אין מאראסט, מיט אלע שמונה בגדים, ממש ביי יעדן לעגאלער אין פאליטישן שיידפונקט.

א ריינער רעקארד האבן הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערעגר שליט"א וועלכער האט זיך נישט געבראכן אונטער טעראר פון דעם סבלן דעם רשע און נישט אונטערגעשריבן קעגן בני יואל, און נישט גע'חתמ'עט די פאלשע היתא רויף די פאבליק סקול, און הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א וואס האט נישט אונטערגעשריבן פאר די כפירה פאבליק סקול אפילו נאך גרויס דרוק, און ער האט מגלה דעת געווען פאר די רבנים פון בני יואל אז זיין חתימה אקעגן בני יואל איז געווען "בכפיי' וברציחה"..

דאס הייסט א ריינער רעקארד!

אהא, הייסט אזוי, לאמער דרייען מיט די הענט, ווען מ'שרייבט אונטער יעדן שני וחמישי קעגן ר' אהרן קשר בוגדים איז עס זויבער און ריין, אבער ווען מ'שרייבט איינמאל אונטער קעגן בני יואל איז עס פאליטיש,

הדא הוא דכתיב, הא לן והא להו!!!

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/04/2010 03:45:22

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 03:42 לינק ישיר 

חיים_מענדל כתב:
א גוטן אסרו חג הער סקאטמאלן,

ראשית א קליינע קאררעקשן דו שרייבסט אז די מהרש"ג פארלאנגט א דרויסענדיגע בי"ד, דער מהרש"ג פארלאנגט דרויסענדיגע רבנים נישט קיין בי"ד עי"ש, בני יואל האלט אז זיי האבן אנערקענטע רבנים, דו ביסט נישט אין א פאזיציע צו פסקענען אז זיי זענען נוגעים ווען דו ביסט א צד,

נוגעים איז א מציאות נישט קיין הלכה, אט די רבנים געהערן זיך אן צו די קהלות שנפרדו באיסור, לשיטתך ברויך מען אפשר פסק'ן אז ר' געציל איז א נוגע?

אז דו ווילסט שטארק קענסטו זיי רופן צו בי"ד און זיי וועלן דאס מברר זיין, זיי פון זייער זייט האבן שוין ענק גערופן צו זבל"א, עטץ ווילטס נישט קומען, יעצט וואס ווילסטו?

ענקערע קהילות זענען שוין גע'אסרט געווארן בשנת תשמ"ט, מ'האלט שוין לאחר המעשה, די באן איז שוין אוועק געפארן. שנית איר זענט דאך דו וואס האבן בקום ועשה זיך אפגעטיילט און מורד געווען קעגן די קהלה, אויפן סמך אז ר' אהרן איז א עובד ע"ז און א ציוני, דאס קען נאר א בי"ד מחליט זיין.

אויף די צווייטע זאך איידער איך ענטפער דארפסטו מיר קודם ברענגן א דוגמא וועלעכע פון זייערע רבנים בני יואל האט שוין געדראפט ( אפילו נישט אין די רגע..) ווען ער האט נישט געשטימט מיט זייער שיטה, וועל איך דיר קענען ענטפערן דערויף, דערווייל האב איך דיר יעצט טאקע נישט וואס צו ענטפערן..   

איך האב נישט גערעט פון געדראפט, איך האב געזאגט אז אין מציאות זענט עטס נישט משועבד צו קיין שום רב.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 04:12 לינק ישיר 

דע ווערטער "קהילות שנפרדו באיסור" האט דא נישט קיין מקום, יעדע קהילה נפרדה אין איירופא איז דן געווארן לאיסור ולהיתר ביי א בי"ד המרוצה, קהל בני יואל איז נישט אנדערש, און יעדעס פסק וואס ווערט ארויסגעגעבן אקעגן זיי אן אויסהערן זייערע טענות ביי א בי"ד המרוצה, על פי נגלה עכ"פ לויט אונזער שו"ע איז דער פסק זיי נישט מחייב, בני יואל האט דאן פארלאנגט זבל"א און מ'האט זיי געענפערט מיט א איסור, זיי האבן בכלל נישט פארלוירן זייערע רעכטן ע"פ תורה מיט דעם איסור.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 04:31 לינק ישיר 
מי ומי ההולכים?

רבנים מובהקים מנהיגי קהלות און לאנג יעריגע מורי הוראות ודייני הקהלה וואס האלטן אז מען מעג מסדר קידושין זיין בקרית יואל:

כ"ק רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
(געהאלטן אז מען קען נישט אסר'ן אפי' פאר בני יואל. און געגעבן רשות פאר רבינו שליט"א)

כ"ק הגה"ק ממאנטעווידעא זצוק"ל
(רבו המובהק של הרה"ג ר' געציל שליט"א)

ולהבלח"ט 
כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (להלכה ולמעשה)
כ"ק הגאון הצדיק המפורסם רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר
כ"ק הגה"צ המפורסם אבדק"ק שארמאש שליט"א (להלכה ולמעשה)
הגה"צ המפורסם ר' משה מנחם טירנויער שליט"א - דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל
הגה"צ המפורסם ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א - חבר הביד"צ דסאטמאר ואבד"ק פאיע
הגה"צ המפורסם ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א - חבר הביד"צ דסאטמאר
הגה"צ המפורסם ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל
הגה"צ המפורסם ר' מאיר יודא טענענבוים שליט"א - אבד"ק טשאטה וחבר הביד"ץ דקהלות היראים קרית יואל (להלכה ולמעשה)
הגה"צ המפורסם ר' משה דוב קויפמאן שליט"א - ראה"כ דרך החיים חבר הביד"ץ דקהלות היראים קרית יואל 

בלייבט נאר איבער א "דעת יחידאי".
הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א - דומ"ץ דקהל יטב לב (מהר"א) קרית יואל

און צוגאב צו דעם בן בלי שם, פאשקעוויל שרייבער, וועלכער האט מתיר געווען לאכילה, די מוסקאווי קאטשקעס.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 06:22 לינק ישיר 

וואס עפעס יחידאי איך האב אויך א ליסטע

הברך משה ז"ל,
המנחת יצחק ז"ל,
רב מ"א פריינד ז"ל
רב י"מ דושינסקי ז"ל
מהרי"י פישר זצ"ל
רב בנימין רבינוויץ
רב א"ד הורוויץ

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
ר' געציל בערקאוויטש
רב העניך אשכנזי מו"ץ
רב לאוב מו"ץ
רב מייזליש רב בסאטמאר ב"פ
רב סופר מקרית יואל מו"ץ,
רב משה פרידמאן דיין בב"פ
רב וואזנער מאנסי,
רב מאיר סימאן שליט"א

לצנות קען איך אויך, ס"ה ברענגסטו מיר א ליסטע פון א כאפטע זאלונישע עקסטרעמיסטן, גלויב מיר ווען איך קען ווען אביסל מער נעמען פון ארונישע עקסטרעמיסטן האב איך א ליסטע פון דא ביז קאנארסי,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 16:16 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

4. בני יואל איז א קהלה שנוסד באיסור. באיסורו של הברך משה, המנחת יצחק, ושאר מנהיגי היהדות החרדית, באותו תקופה, און כל זמן וואס בני יואל פון אמאל איז דער זעלבער בני יואל פון היינט, עודנו עומדים במרדם, איז נישטא קיין שום סברא פארוואס דער איסור זאל נישט בלייבן בתוקפו.

 שקר וכזב!!
איך האב געשריבן אין א נייע אשכול וועגן דע נושא אז בי"ד האט קיינמאל נישט געגבען א איסור אויף בני יואל ביטע קיק דארט (אין ענפער מיר דארט דערוועגן)

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 17:10 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
וואס עפעס יחידאי איך האב אויך א ליסטע

המנחת יצחק ז"ל, רב מ"א פריינד ז"ל רב י"מ דושינסקי ז"ל מהרי"י פישר זצ"ל, רב בנימין רבינוויץ, רב א"ד הורוויץ

האבן די אלע רבנים געלאזט אמאל הערן א מיינוג איבער "סידור קידושין" אין קרית יואל?

הברך משה ז"ל,
האט דאך געזאגט אז מען קען נישט מאכן א תקנה אז נאר ער (אדער זיין שליח רא"ט) זאלן זיין מסדר קידושין, כפי עדות של ר' מענדל ברילל, און געשריבן בכתב אז ער געט רשות פאר רבינו מסאטמאר שליט"א מסדר קידושין צו זיין.

האסט פארגעסן צו שרייבן די נעמען פון אלע מגידי שיעור אין קרית יואל, וועלכע האלטן זיכער אויך ווי ר' אהרן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2010 17:56 לינק ישיר 

אפשר מיינסטו גאר דעם בריוו פון די עדה החרדית:

ווי זיי שרייבן אז מען טאר נישט מורד זיין אינעם סמכות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2010 23:38 לינק ישיר 

איך וויל דא רעדען פין די אלע בריווען אין קינטרסים וואס זענען אנגעקימען פאר יום טוב פין די כת השקרנים העולמי פין קרית יואל איבער דעם קידושין
איך קען נישט אויף הערען צי לאכען פינעם ארויסגעבער דארטען ווי ער ברענגט ארויס בטוב טעם ודעת ווי דער ברך משה האט געקאלעכט אין אדער ווי אזוי ער שרייבט עס דארט
אז ער איז געווען אין א מצב אז ער אליינס האט געוויסט אז ער גייט שוין אגאנג ער ווערט שוין צימישט האט ער שנעל געלאזט וויסען פאר דעם ציבעלע וואס זיין מיינונג איז אין מיט דעם האט ער געוואלט ראטעווען סאטמער
עס איז אביסעל אינטרעסאנט אריינציגיין אין די ווערטער דארט אין זען וואס דא האט פאסירט.
קודם אלץ א בני יואל איז דא דא א ריזיגע גאווינס פשוט זיי קיקען זיך צי ווי דער בענאק פין מאנרוי וואס זיי האבען אלע געשריגען אז ער איז א מחוצף האט דא ארויסגעוויזען פאר יעדעם וואס ער האלט באמת
דער טאטע האט אוועק געקאלעכט
עס קען לויט זיי נישט ווערען בעסער ארויסגעברענגט
אין דא זענען זיי די גרעסטע געווינער ווייל זיי האט מען אלע יארען אויסגעלערענט איין זאך נישט יענעם שעלטען אין פאר שעמען
אבער דא האט דער אייגענער זין דאס פיין מפרסם געווען דעריבער זאגען מיר זיי א גרויסען ישר כח

אין לאמיר גיין א סטעפ ווייטער
ווער האט געאסרט די בני יואל
לויט זיי די בי"ד הגדול
ווי אלט זענען אלע געווען דארט
אינז ווער מיר געוואר א נייע הלכה אז העכער די אכציג קאן מען נישט זאגען קיין מיינינג
אין אויב יא האט עס נישט קיין שום קראפט
אויב אזוי פארוואס זענעם די בני יואל געאסערט דארעך די הייליגסטע בי"ד פין מינחת יצחק
עס איז דאך פאר יעדעם באקאנט וואספארא מצב ער איז געווען דאמאלטס ווען ער האט אינטער געשריבען אין ווער רעדט נאך פין דעם וואס ער איז געשטארבען גלייך דערנאך
אין זיין געטרייער גבאי אין משרת זאגט אויך אז ער איז בכלל נישט דא געווען אין ער האט ניטאמאל געוויסט וואס עס טיט זיך מיט עם
פארוואס דא ווערט עס יא גערעכענט אין דארט נישט
לאמיר אלע א דריי טין מיט די פינגערס אזוי ווי שבכל הלילות
מיטען נייעם ענטפער הא לן והא להו
דאס איז מן הסתם די בעסטער ענטפער וואס די חלה דעקעלעך האבען געקענט אויסטרעפין זייט פארמעגליך האט זיי געשטעלט אין פלאץ.  
יעצט לאמיר גיין מיט ר' משה אריה פריינד אין איך וויל וויסען פינעם קליגען שרייבער דארט אדער ווער עס קען מיר זאגען פארוואס נאך דעם וואס  ער האט אינטערגעשריבען די מעכטיגע איסור וואס ענק טראמפעטירען ארום אין זיין נאמען האט ער אנגעריפען ר' זלמן לייב וואלדמאן ער זאל ברענגען דעם רבין'ס מנורה קיין ארץ ישראל ווען ער האט שוין געהאט זיינע קינדער אין די בני יואל תלמוד תורה
וואס קען זיין ווער קאן מיר ענטפערען דא.
ווי אזוי האט ער געמעגט רעדין מיט איינעם וואס איז טאקע א מעמבער אין אזא מוסד
די קשיא איז ממש מרפסין איגרא
יעצט ווייטער.
 עפעס א פרישע הלכה
אויב איז דער דיין נישט פין דעם שטאט דעמאלט טאר ער נישט אריינרעדין אין יענעם שטאט.
 לכאורה א גאנץ געשמאקע זאך דא פאר די גאנצע ארוינישע באהערדע
אבער איין מינוט
איך קיק שוין איבער דעם לעטער העד הינדרעט אין איין מאל אין איך זעה עיר הקודש ירשלים נישט מער אין נישט וויניגער.  ווייסט איינער ווי אזוי זיי האבען זיך יא געמעגט אריינמישען אין קרית יואל .ווען מעג מען יא אין ווען נישט

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2010 00:14 לינק ישיר 

moishe12 כתב:

יעדער בר דעת פארשטייט אזא מין קאנצעפט אז א מענטש קען וועפן אויף דער עלטער אין מ'קען איהם מענאפעלירן נגד רצונו ונגד התורה, כפי עדותו של ר' איצקל מפשעווארסק אודות מהר"א מבעלזא זצ"ל, ומהרא"ש מסטרופקוב אודות הדברי חיים זצ"ל

ווי געשמועסט זאגט קיינער אז העכער 80 דארף מען נישט פאלגן, דא איז געווען 5 אנדערע פאקטורן, 1] מצב הבריאת, 2] די עקססטרעמע יו-טוירן 3] די קריאזע הוק-אפ און מכתבים, אן קיינמאל פארהאלטן קיינע פון די באטראפענע פנים אל פנים 4] די שטארקע קאנטראל אויפן ברך משה דורך שונאי ר' אהרן 5] די עדות פאר 2 כשר'ע אידן וואס זענען בחזקות כשרות אז זיי זענען נישט משקר פאר א ספר תורה, כמו שכתבתי באריכות במקום אחר

אין זיין געטרייער גבאי אין משרת זאגט אויך אז ער איז בכלל נישט דא געווען אין ער האט ניטאמאל געוויסט וואס עס טיט זיך מיט עם
פארוואס דא ווערט עס יא גערעכענט אין דארט נישט
לאמיר אלע א דריי טין מיט די פינגערס אזוי ווי שבכל הלילות
מיטען נייעם ענטפער הא לן והא להו

קיין שום הא לן והא להו ס'זענען דא 5 אנדערע לאגישע תירוצים כדלעיל

איך קום מיט א קלארע מכתב קומסטו מיט גאסן מעשיות, ואין משגיחין בגאסן מעשיות

אזא שוואנצונעס? דו פארשטייסט טאקע נישט דער חילוק ווען מ'איז זיך מחולק מיטן דיין דאתרא, מיט ווען מ'שטימט מיט מיטן דיין ומרא דאתרא

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2010 05:54 לינק ישיר 

זייער פיין גענטפערט אבער וואס איז דא דער תירוץ לענינינו
האבען די בעלזער חסידים ארויסגעגעבען א קינטרס אז אלעס וואס ער האט געטין אדער געשריבען העכער די אכציג איז גארנישט ווערט
גראדע איז זייער נעמען דעם בעלזער רבי זי"ע וואס אויף דעם האט דער הייליגער סאטמארער רבי אליינס געזאגט אז ער האט דאס נישט געטין נאר זיינע חסידים האבען דאס געטין אין געניצט זייער הייליגער רבי אלס שטעקען קעגין סאטמער. מיטען אינטער צי שרייבען אז מען זאל גיין צי די בחירות אין די בעלזע וויסען דאס זייער גיט
אבער די האסט נישט געזען א קינטרס אדער אפילי געהערט א בעלזער זאגען אז ער איז נישט געווען ביים דעת אין אזוי אויך אלע אנדערע וואס די רעכענסט אויס
אלזא וואס האסטי דא פארגליכען

אינטרעסאנט ווען דיר קימט אויס גיט דעמאלטס איז דער רבי געזינט אין פריש איינמאל ער זאגט עפעס וואס געפעלט דיר נישט דעמאלטס שרייט מען דער רבי קאליכט ער ווייסט נישט וואס טיט זיך
ווי אזוי ארבעט דאס ערקלער מיר
 אין וואס האסטי געשריבען לעיל
 וואס מיינט דאס די מיינסט אז דארטען האסטי יא גערעדט צים זאך דערווייל האסטי דאס נאך נישט געטין דא קיינמאל
 אדרבה ברענג א לינק לאמיר יענע אויך אפ פרעגען

אין זיין געטרייער גבאי אין משרת זאגט אויך אז ער איז בכלל נישט דא געווען אין ער האט ניטאמאל געוויסט וואס עס טיט זיך מיט עם
פארוואס דא ווערט עס יא גערעכענט אין דארט נישט
לאמיר אלע א דריי טין מיט די פינגערס אזוי ווי שבכל הלילות
מיטען נייעם ענטפער הא לן והא להו

קיין שום הא לן והא להו ס'זענען דא 5 אנדערע לאגישע תירוצים כדלעיל
אה יעצט איז פין די צייטען וואס קימט דיר אויס גיט

א מכתב אז וואס
א מכתב פין א בי"ד וואס יעדער איז העכער די אכציג אין קיינער וואוינט נישט אין קרית יואל
 וואס לויט ענקער קינטרסים קען מען זיך נישט רעכענען מיט די אלע זאכען

רעד שנעלער אויב פארשטייסטי נישט אליינס וואס די רעדסט קענסטי מיר אויך אריינשיקען א באהאלטענער רעזיגנאציע אין זאגען עפענטליך אזוי ווי דיין חבר פינעווער

ניין!!!
ברענג ארויס ווי עס שטייט די דאזיגע נייע הלכות וועלכער פוסק האלט אזוי

אפשר קענסטי אינז ערקלערין אזוי ווי אלעמאל אדער אזוי ווי דיין רבי ברענגט ארויס אלעס קלאר אין דייטליך

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2010 09:01 לינק ישיר 

זייער א גוטע נקודה, די בעלזער חסידים האבן טאקע נישט ארויסגעגעבן קיין קונטרס און קוק וואס האט פאסירט, א שרעקליכע חורבן דורות, אלע זיינע חסידים - אפי' די פרומערע מחנובקא - גייען צו די בחירות הטמאות, ווער ווייסט, ווען איינער דארט וואלט געהאט אביסל שכל און ארויסגעגעבן א קונטרס, וואלט מען אפגעראטעוועט די אלע דורות הבאים, און אפגעראטעוועט כבוד בעלזא

אין לאמיר גיין א סטעפ ווייטער
ווער האט געאסרט די בני יואל
לויט זיי די בי"ד הגדול
ווי אלט זענען אלע געווען דארט
אינז ווער מיר געוואר א נייע הלכה אז העכער די אכציג קאן מען נישט זאגען קיין מיינינג
אין אויב יא האט עס נישט קיין שום קראפט
אויב אזוי פארוואס זענעם די בני יואל געאסערט דארעך די הייליגסטע בי"ד פין מינחת יצחק
עס איז דאך פאר יעדעם באקאנט וואספארא מצב ער איז געווען דאמאלטס ווען ער האט אינטער געשריבען אין ווער רעדט נאך פין דעם וואס ער איז געשטארבען גלייך דערנאך

ווי געשמועסט זאגט קיינער אז העכער 80 דארף מען נישט פאלגן, דא איז געווען 5 אנדערע פאקטורן, 1] מצב הבריאת, 2] די עקססטרעמע יו-טוירן 3] די קריאזע הוק-אפ און מכתבים, אן קיינמאל פארהאלטן קיינע פון די באטראפענע פנים אל פנים 4] די שטארקע קאנטראל אויפן ברך משה דורך שונאי ר' אהרן 5] די עדות פאר 2 כשר'ע אידן וואס זענען בחזקות כשרות אז זיי זענען נישט משקר פאר א ספר תורה, כמו שכתבתי באריכות במקום אחר
אינטרעסאנט ווען דיר קימט אויס גיט דעמאלטס איז דער רבי געזינט אין פריש איינמאל ער זאגט עפעס וואס געפעלט דיר נישט דעמאלטס שרייט מען דער רבי קאליכט ער ווייסט נישט וואס טיט זיך
ווי אזוי ארבעט דאס ערקלער מיר 
 
ליין ביטע איבער די 5 פאקטורן וועסטו פארשטיין פונקטליך וויזוי דאס ארבעט

אין וואס האסטי געשריבען לעיל
 וואס מיינט דאס די מיינסט אז דארטען האסטי יא גערעדט צים זאך דערווייל האסטי דאס נאך נישט געטין דא קיינמאל
 אדרבה ברענג א לינק לאמיר יענע אויך אפ פרעגען

---------------------------------

אין זיין געטרייער גבאי אין משרת זאגט אויך אז ער איז בכלל נישט דא געווען אין ער האט ניטאמאל געוויסט וואס עס טיט זיך מיט עם
פארוואס דא ווערט עס יא גערעכענט אין דארט נישט
לאמיר אלע א דריי טין מיט די פינגערס אזוי ווי שבכל הלילות
מיטען נייעם ענטפער הא לן והא להו

קיין שום הא לן והא להו ס'זענען דא 5 אנדערע לאגישע תירוצים כדלעיל
אה יעצט איז פין די צייטען וואס קימט דיר אויס גיט

ניין, דאס איז קיין איינע פון די 5 פאקטורן

דאס איז מן הסתם די בעסטער ענטפער וואס די חלה דעקעלעך האבען געקענט אויסטרעפין זייט פארמעגליך האט זיי געשטעלט אין פלאץ.  
יעצט לאמיר גיין מיט ר' משה אריה פריינד אין איך וויל וויסען פינעם קליגען שרייבער דארט אדער ווער עס קען מיר זאגען פארוואס נאך דעם וואס  ער האט אינטערגעשריבען די מעכטיגע איסור וואס ענק טראמפעטירען ארום אין זיין נאמען האט ער אנגעריפען ר' זלמן לייב וואלדמאן ער זאל ברענגען דעם רבין'ס מנורה קיין ארץ ישראל ווען ער האט שוין געהאט זיינע קינדער אין די בני יואל תלמוד תורה
וואס קען זיין ווער קאן מיר ענטפערען דא.
ווי אזוי האט ער געמעגט רעדין מיט איינעם וואס איז טאקע א מעמבער אין אזא מוסד
די קשיא איז ממש מרפסין איגרא

איך קום מיט א קלארע מכתב קומסטו מיט גאסן מעשיות, ואין משגיחין בגאסן מעשיות
א מכתב אז וואס
א מכתב פין א בי"ד וואס יעדער איז העכער די אכציג אין קיינער וואוינט נישט אין קרית יואל
 וואס לויט ענקער קינטרסים קען מען זיך נישט רעכענען מיט די אלע זאכען
 
ניין, מיין טייער שעפעלע, לויט אונזער קונטרס האט עס נישט מיט קיין העכער 80, עס האט מיט די 5 פאקטורן 

רעד שנעלער אויב פארשטייסטי נישט אליינס וואס די רעדסט קענסטי מיר אויך אריינשיקען א באהאלטענער רעזיגנאציע אין זאגען עפענטליך אזוי ווי דיין חבר פינעווער

-----------------------------

יעצט ווייטער.
 עפעס א פרישע הלכה
אויב איז דער דיין נישט פין דעם שטאט דעמאלט טאר ער נישט אריינרעדין אין יענעם שטאט.
 לכאורה א גאנץ געשמאקע זאך דא פאר די גאנצע ארוינישע באהערדע
אבער איין מינוט
איך קיק שוין איבער דעם לעטער העד הינדרעט אין איין מאל אין איך זעה עיר הקודש ירשלים נישט מער אין נישט וויניגער.  ווייסט איינער ווי אזוי זיי האבען זיך יא געמעגט אריינמישען אין קרית יואל .ווען מעג מען יא אין ווען נישט

אזא שוואנצונעס? דו פארשטייסט טאקע נישט דער חילוק ווען מ'איז זיך מחולק מיטן דיין דאתרא, מיט ווען מ'שטימט מיט מיטן דיין ומרא דאתרא
ניין!!!
ברענג ארויס ווי עס שטייט די דאזיגע נייע הלכות וועלכער פוסק האלט אזוי

אפשר קענסטי אינז ערקלערין אזוי ווי אלעמאל אדער אזוי ווי דיין רבי ברענגט ארויס אלעס קלאר אין דייטליך

דאס איז זייער א פארשטענדליכער זאך וואס איך זעה באמת נישט פאר וויכטיק צו מסביר זיין, מיט אנטשולדיגונג

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2010 18:40 לינק ישיר 

בי"ד האט קיינמאל נישט געבען א איסור אויף בני יואל קיינמאל

זיי האבן געשריבן אז מטאר זיך נישט קריגן מיט'ן רבין ז"ל דער ברך משה

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2010 19:26 לינק ישיר 

 א גיטען ענטפער געטראפען אויפען בעלזער רבי
אבער וואס איז מיט די אנדערע וואס די ברענגסט אראפ דא
אין נאכדעם וואס רעדסטי פין די פינעוו פאקטורן דא לאמיר גיין אין די רייע
מצב הבריאות. 
ווי ווייט איך וויס איז דער מינחת יצחק געווען אין אסאך א ערגערע מצב ווען ער האט אינטערגעשריבען אקעגין בני יואל
אין פין דעסוועגען דאך איז דער בריוו הייליג אין טייער
 אין וואס איז די חילוק דא.
 אפשר ווייל דא געפעלט עס דיר נישט
2 די יו טוירען.
 איך האב פאר דיר ניייעס
אז די בי"ד הגדול האט אויך געמאכט אזאנס
 אדרבה גיי פרעג דיך נאך וועמען זיי האבען געשיקט פין דא אין נוי יארק אנשטאט זיי ביים ערשטען מסיבה פאר בני יואל
אין אויך ווי אזוי זיי האבען מקרב געווען די גרינדערס פין דעם הייליגעם מוסד טאקע דעם סאמען ערשטען טאטען אין אויך זייערע מלמדים
 איך ווילנישט שרייבען זייערע נעמען אבער פרעג זיך גיט נאך ביי די וואס ווייסען.
דאס וועט דיר שוין דינען אלץ ענטפער אויף 3 אויך.
יעצט 4
די שטארקע קאנטראל.
איך גראדע זע עס אנדערש
למשל זיי זענען געווען געטרייע תלמידים אין חסידים זיי האבען נישט געריפען זייער רבי אין קארט אריין אבער דיינער בענאק האט יא דאס געטין
אין די זאלבע זאך קען דאך די בני יואל פרעגען אפשר זענען די וואס האבען אנגעדרייט דעם ברך משה אויך געווען סתם מענטשען וואס האבען עם קאנטראלט אין באמת האט ער גארנישט געהאט אקעגין זיי
וואס איך האב שוין געשריבען איין מאל אז די צווי רשעים ארורירם דוד המסור אין מאיר הירש האבען דאס אלעס אנגעדרייט ווען עס האט שוין געהייסען עס גייט שוין זיין שלום ושלוה.
5
 דיינע עדות
פארוואס האלסטי אז מען קען זיי גלייבען
 אפשר ווייל דא זאגען זיי עפעס וואס געפעלט דיר אפשר זענען זיי שונאים פין ר' זלמן לייב. פין וואנעט האבען זיי געקריגען זייער קרעדיט אז זיי זענען עפעס אזוי באגלייבט איך גלייב זיי נישט קיין איין ווארט
אין צים לעצטען זאץ
איך זע נישט וואס די פארשטייסט אז די זעסט נישט פאר וויכטיג מיר מסביר צי זיין
 עס זעט מיר עפעס אויס ווי די קענסט דאס נישט טין
אדרבה בראנג מיר ווי עס שטייט געשריבען די הלכות

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2010 19:21 לינק ישיר 

איך האב אביסל געבליקט אין די ביכער איך זע דארט אינגאנצן א אנדערע זאך ווי דער עולם איך זע דארט די ענפער פאר פארמעגליך (איינער געדעקט עם נאך) אין זיין היסטאריע אין זיי מאכן גאנטץ א גיטע זאב אקעגן עם מיט אלע זיינע פאקטן

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > תושבי קר"י זייט געווארנט איבער 'אומזיסטיגע ירחונים' אין די פאסט זיי האבן נישט קיין הסכמה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.