ואפרש שיחתי.
נניח, לאמיר זאגן אז די זאליס זענען ליידער אזוי געפאלן, אז ממש...ממממפפארקויפט חמץ'דיגע ווייצלעך אין די מצות, און מ'מאכט א שווייג ויאאככלו ענוים וישבעו. יא. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. די רעבעזכרוינעלברוכע אידן, די וואס זענען מכלומרשט מתקן די גאנצע וועלט, האבן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון, און מ'געט צו עסן פשוט חמץ פאר אידן אין פסח און מ'מאכט א שווייג.מ'פארקויפט באבקעס.... פיין. דער צער און ווייטאג איז מורא'דיג גרויס.
אבער דא שטעלט זיך א מורא'דיגע קושיא; אויב האט דער גאון אדיר וחכם נפלא שוין בשעת'ן ארויסקוקן פון פענסטער אין פאלם ספרינגס געוויסט אז אין לאנג איילענד רעגנט, און שוין געזען ברוח קדשו אז ס'איז גרויייסע צרות, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט 2 וואכן פאר פסח און מאכן געוואלדעס - אזוי גוט ווי נאר ער קען: געוואלד טייערע אידן, מ'פארקויפט חמץ אין פסח. איר גייט עסן ביים סדר אויף דער נאכט מפוקפקדיגע מצות! יא, גייט קוקט נאך יעדער איינער אויף די כלי, וועט איר זען.
דא רעדט מען דאך נישט בלויז פון די זאליס. ס'דאך פארהאן צענדליגער טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט וואס עסן די מצות, אין גאנץ לאנדאן איז דא צו באקומען נאר די מצות פון די סאטמארער בעקעריי, וואס ווערט געברענגט דורך כדתיא, אין אגערטינא, אנטווערפן, צענדליגער חבורות פון ליטווישע אידןוכולו וכולו, דאס איז דאך די גרעסטע האנט-מצות בעקעריי אין אמעריקא, טא וואו איז די וויי-געשריי פון דעם מעכטיגן מתקן, דער רבשכבה"ג והגה"ק וואס לבו נוקפו פון יעדע קלייניקייט, און איז מתקן גדולות ונצורות נאר להינצל מחשש?
השאלה נשאלת: פארוואס האט ער נישט אויפגערודערט דאס אידנטום??? געוואלד חמץ בפסח!!!
מ'ווארט ביז חול המועד פסח, ווען ער האט שוין סייווי געהאלטן די יערליכע דרשה, (איר געדענקט נאך איין יאר ווען נישט? א גוטן מועד....) און שוין סייווי גע'דבר'ט ווי א תינוק בן יומו וועגן די "קאקאו", האט ער שוין בדרך אגב אריינגעווארפן א "פלאקן" וועגן די חמץ'דיגע מצות.
אפגערעדט פון דעם וואס זיין אייגענע בעקעריי האט רוב ווייץ גענומען פונעם זעלבן פלאץ אקוראט די זעלבע צייט, וואס לפי שיטתו קומט אויס אז ער האט זעלבסט ביודעין מאכיל חמץ געווען בפסח?!
פרעגט זיך א שאלה: איז דאס א מנהיג בישראל??? איז דאס דער זעלבער וועלכער באטיטלט זיך א רבן של כל בני הגולה מיט אויפטוען חובקות זרועות עולם?? איז א ווינדער אז מ'קען אים נישט געטרויען צו זיין א מרא דאתרא אין א שטאט מיט העכער דריי טויזנט משפחות כ"י?
קאמענטארן זענען גענצליך איבריג.
ולסיום הענין, ווען מ'שטיי מיר נאך אזא אפשניט, נאך עלף גאנצע יאר וואס מיר זענען פון דעם מאניאק פטור געווארן, דארפן מיר אלע אויפהייבן די הענט בשבח והודי' להקב"ה על גאולתינו ועל פדות נפשינו, ואילו לא הוציאנו הרי אנו ובנינו ובני בנינו עד סוף כל הדורות וכו'.
עלינו לשבח לאדון הכול!!!!