אפאר נקודות פאר די וואס ווילן פארשטיין
דער רבי האט קיינעם נישט געהייסן מאכן א אינטערנט אקאונט, נאר אויפן זעלבן פלאץ ווי ער האט געבעטן די וואס מוזן דאס האבן זאלן מאכן די כשר'סטע וואס עס איז דא, האט ער זיי אויפמערקזאם געמאכט אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פארפירן פון צייטונגען נאר אליין גיין נאכקוקען די פאקטן און זיך אליין איבערצייגן.
דער רבי רעדט שוין אפאר יאהר איבער די פראבלעמען וואס מען גייט אדורך יעדעס יאהר ביים שניידן חטים לכבוד פסח, האט ער נאר איצט גענומען די געלעגנהייט צו איבערצייגן זיין עולם וואס עס גייט פאהר.
די התרים היי-יאהר זענען די זעלבע ווי אלע יאהרן און פון דעם רעדט דער רבי שליט"א, אז מען דארף זיך פארלאזן אויפן גרעסטן מקיל ווען רוב פוסקים זענען מחולק,
יעצט לאמיר זיך נעמען צו די פראגע וואס יעדער פרעגט בין אדם לחבירו,
וואס איז דער חילוק צווישן אונזערע ווייץ היי-יאהר און זייערע?
איבער אונזערע האט מען נישט געהערט אויף די גאס אז עס זאל האבן מער מצומחות ווי אנדערע יאהרען, איבער זייערע האט מען יא געהערט זיך אפרעדן אפילו צווישן זיי אין בהמד"ר, די סיבה פארוואס זיי האבען מער, קען מען קלערן ווייל זיי האבן געשניטן אין מעטיטאג - לאנג איילענד צוויי טאג מאנטאג און דינסטאג און מיר האבן געשניטן נאר דינסטאג, גערעגנט האט ביז זונטאג פארטאגס, מעגליך אז זיי האבן נאך געהאט צופיעל ליחות מאנטאג אין די ווייץ, און עס איז מצומח געווארן אין די זעק.
אבער דאס איז נישט ממעט פון דעם פאקט אז די ווייץ האבן שוין געהאט א רייפע קאליר נאך בעפאר שבת, און עס האט געהאלטן און איין רעגענען מיט קליינע הפסקות וואס צוליב דעם אליין איז א ווינדער פארוואס עס איז נישטא מער מצומחות.
אויסער לאנג איילענד האבען זיי דאך געשניטן אין אינדיאנא וואס איז אלעמאל א שוואכע שניט און היי-יאהר האט דארט אויך אסאך גערעגנט אזויווי אין גאנץ אמעריקע, עס קען דאך גאר זיין אז די מצומחות זענען פון דארט, פון מערילענד איז מן הסתם נישט ווייל זיי זאגן אז היי-יאהר האבען זיי עס שוין פארפאסט עס האט שוין געהאט צופיעל מצומחות,
די נקודה איז איין זאך, מהיום והלאה איז שניידן ווייץ מער נישט קיין סוד...,
אויב ס'איז א סוד קען מען אלץ טרעפן התרים און זאגן יאכלו ענבים וישבעו, ווידער אויב איז דא פאקטן וואס דער ציבור ווייסט טרויעט מען זיך נישט צו מאכן אזעלכע שטארקע התירים,
דאס מיינט אז בשנת תש"ע אינמיטן זומער וועט יעדער איד שטיין און קוקן, ווי שניידט מען און ווען שניידט מען, וואס איז די וועטער דא און דארט, דערפאר איז דער חרון אף אזוי גרויס, פונקט ווי אסאך בעלי מכשירים לאזן נישט אריין סתם מענטשן אין זייערע פאבריקן מחמת חשש אז מענטשן וועלן אויפדעקן זייערע קלות'ער, אזוי ברענט די הויט פאר די בעלי הווייץ אז מ'דעקט אויף די קלות, און מ'ציט זיך אראפ די היט און מ'שרייט אז ער רעדט גאר אויף די פריעדיגע רבנים מ'איז מוציא לעז אויף ראשונים, בו בזמן ווי די רבנים המכשירים פלעגן יעדעס יאר קלאגן אויף די צאל התרים וואס מ'האט געניצט,
לגבי די ווייץ פון רביה"ק זי"ע זעלבסט מוז מען פארשטיין, יעדעס יאר איז יעדעס פעלד א אנדערע שאלה, איין פעלד איז בעסער איין פעלד איז ארגער, וואס איז פאראיאר געוועהן גוט איז יענעם יאר געוועהן שלעכט, פארן רבי'ן אליין פלעגט מען שניידן מיט די הענט און געזיכט דאס בעסטע מיט די ווייניגסטע מצומחות, עכ"ז האט זיך דער רבי נישט פארלאזט אויף דעם נאר געהייסן קלויבן ווייצלעך, ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז מ'איז משנה פון רבי'ן ווייל דער רבי אליין האט יעדעס יאר געזיכט דאס בעסטע, אפי' געהייסן קיין קיין אריזאנע עטליכע יארן כידוע,