בית פורומים כל העולם כולו

מוראדיגע דרשה פון סאטמאר רבי וועגן מצה און שחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2010 00:42 לינק ישיר 

דא איז אן ארטיקל וועגן ווייצלעך,
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2769666&forum_id=16386

אבער לאמיר אייך דערלאנגען א שטיקל משנה ברורה וואס איז צום שטוינען,

וז"ל הל' פסח ס' תנ"ח ס"ק ג' (זייטס אליין מעיין דארט)

והנה רוב ישראל אין נוהגין להזהר אפי' במצות מצוה ללוש בערב פסח כ"א איזהו מהם, וחפשתי באחרונים ומצאתי בבגדי ישע טעם להליץ בעד המנהג מפני שיש כמה דעות שאפי' בע"פ במשהו כאשר מבואר לעיל סי' תנ"ב וזה קשה להזהר שלא ימצאו אף משהו חמץ בהחטים שלא יהיו מצומחים וע"כ אופים מקודם כדי שיתבטל החמץ, עכ"ל


דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז היות ס'איז דא מצומחים אין די ווייץ, ווערט עס נישט בטל ער"פ נאך חצות, מסתמא ווייל יבש ביבש ווערט נישט בטל נאר ווען ער ווערט א טייג, דאס מיינט אז אין מצומח'דיגע ווייץ קען זיין א חשש לפי השיטה אז ער"פ נאך חצות קען מען נישט מבטל מאכן די חמץ ווייל ס'איז במשהו כדברי הבגדי ישע, נו איז דען נישט אריזאנע מער מהודר וואס האט נישט קיין מצומחות?....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2010 00:45 לינק ישיר 

נעבעך גרויסע לוזערס!!!!!

מען האט שוין געשניטן אויף קול סאטמאר פון מהר"א'ס דרשה בנוגע די אינטערנעט......................
אזוי אויך האט דער מנהל שוין געמעקט דא פון מיר איין תגובה


די פילע דברות קודש פון מהר"א

"אלע אידן", איך וויל בעטן, איך רעד יעצט צי די "גאנצע", צי ,יעדן" איד, היינט איז דא מכשירים, איך דארף אייך נישט זאגן, יעדער איינער ווייסט, עס איז דא מכשירים, זאל זיך "יעדער איד" נאכפרעגן ווען האט מען געשניטן די ווייץ, וועלכן טאג, א דאטום, ווען האט מען געשניטן די ווייץ, און אויף וועלכען פלאץ, ווי האט מען געשניטן די ווייץ, און וועלכען טאג, און זאל ער ארויפגיין (...) עס איז דא מענטשן, נישט יעדער האט די כלי, אבער ווער עס ווייסט מען קען היינט נאך גיין, וויפיל טעג האט גערעגנט פאר מען האט געשניטן די ווייץ, "זאל יעדער", איך בין מכבד "יעדעם איינעם", "יעדער איינער" קען עס נאכגיין, מען קוקט דאס נאך למפרע, ווי אין יענע יענע שטעטל, ווען האט גערעגנט דארט, וויפיל טעג האט גערעגנט דארט, וויפיל טעג האט גערעגנט פאר מען האט געשניטן די ווייץ, מען קען קיינעם נישט פארקויפן קיין מעשיות, נישט פארקויפן קיין באבקעס, "יעדער איינער זאל נאכקוקן",


די ווערטער אין "רויט" איז וואס מען האט אויסגעמעקט!!!

  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/4/2010 00:46 לינק ישיר 

ר' אלי' סימאן זאגט אינעם אינטערוויא אז מהר"א איז געווען אין נוי העמפשיר בשעת'ן שניידן, ער ווענד דאך דערמיט אפ מהר"א וואס האט קלאר געזאגט אז ער האט געזעהן בשעת מען דארף שניידן אז עס רעגנט


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/04/2010 08:37:20




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2010 03:16 לינק ישיר 

דער מנהל האט א תיבה אישית פאר א סיבה



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/04/2010 08:38:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 04:56 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:
אלי' סימאן זאגט אינעם אינטערוויא אז נהר"א איז געווען אין נוי העמפשיר בשעת'ן שניידן, ער ווענד דאך דערמיט אפ מהר"א וואס האט קלאר געזאגט אז ער האט געזעהן בשעת מען דארף שניידן אז עס רעגנט


נוטראלער טיייערע, די תירוץ אויף דיין קושיא איז די קושיא אויף ענקערע תירוצים...

די ווייץ זענען געשניטן געווארן היי יאר "דריי וואכן" נאכ'ן ארגינעלן פלאן.

נו, נאך דריי וואכן איז שוין געווען א שאנס אנצוקומען אין ניו העמפשור.. שטימט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 06:35 לינק ישיר 

אסעמבלי!!!
בנוגע מיין שטעלע וועלן מיר רעדן אן אנדערס מאל אויב די ווילסט דווקא, איך וועל דיר פארענטפערן דיינע אלע שרייעדיגע רויטע אותיות...............

אבער קודם דארף איך א תשובה פארוואס האט מען געשניטן פון די דברות קודש...

206-424-5999


תוקן על ידי נוטראלער ב- 07/04/2010 06:42:03




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2010 11:32 לינק ישיר 

מ'לויפט אוועק פון די אישוי....

מ'רעדט פון די מכשירים, וואס האט ער געזאגט פארדעם און וואס האט ער געזאגט נאכדעם....
דאס איז קיין עוולה צו זאגן אז מ'קען נאכקוקן די פאקטן ווען ס'האט גערעגנט, ווי און וויפיל, ס'איז סאך מער עוולה צו פארדעקן... צו באהאלטן פונעם ציבור די סודות און די קלות, יא יא זאל יעדער נאכקוקן די מכשירים און זעהן אז מוצאי שבת האט גערעגנט, און מאנטאג האט בראדוועי געשניטן ווייץ....

צו מ'שרייבט דאס מיט רויטע אותיות צו מיט בלויע אותיות דאס איז אמאל זיכער אז מהיום והלאה וועט בראדוויע נישט שנייד אזוי נאנט צו א רעגן טאקע נאר צוליב די מכשירים, ווייל דער רבי איז מכבד יעדן נאכצוקוקן ווען האט גערעגנט און ווען מ'האט געשניטן.
ביי די וועי דאס איז שוין נאכדעם וואס דער רבי האט געזאגט פילצאליגע דרשות איבער דשעי נעט....

מ'כאפט זיך ארויף אויף איין ווארט און מ'שרייט ווי א בת היענה, די פאקט איז אז דער קול איבער די היי יעריגע שוואכע ווייץ פון בראדוועי איז געקומען פון זייער אייגענע לאגער, פון אייגענע מחמירים וואס האבן אויפגעהויבן א קול אז היי יאר איז דא שוואכע ווייץ, ווי זענען די שרייער'ס פון מיסקאווי? ער באהאלט.... ער פארדעקט... בראדוועי באהאלט...

די ריכטיגע שריט וואלט ווען געדארפט זיין אז דער בעל מכשיר פון בראוועי זאל זיך אויפשטעלן און זאגן א דרשה פארקערט, ס'איז גוט, ס'איז פיין, ס'איז כשר, ויאכלו ענבים וישבעו, די מעשה איז נאר אז קיין בעל מכשיר איז נישטא....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 19:07 לינק ישיר 

1) דער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט געזעהן "ביים שניידן" אז עס האט גערעגנט. דער רבי איז נישט געווען פאראיר אין לאנג איילענד ביים שניידן. דער רבי האט געזאגט אז זייענדיג נאך אין קרית יואל אין די צייט ווען מען האט געדארפט שניידן דעמאלטס האט גערעגנט. (די בחורים חסידים תלמידי המתיבתא הק' געדענקען ווי דער רבי האט גערעדט דערוועגן אייניגע מאל).

2) עמיצער האט מיר געזאגט א גוט ווארט: דער רבי האט געמיינט צו זאגן אז די אידן וועלכע אסר'ן די טשיקנס מכח די אונטערנעט, די זעלבע זאלן נעמען דעם זעלבן אונטערנעט און געוואר ווערן וואס טוט זיך בנוגע די ווייץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:13 לינק ישיר 

ווייסט אפשר איינער פארוואס מען האט אראפגענומען די באמבע אינטערוויא צווישן טעלער אין סימאן

זעהט אויס אז די סיסטעם פון "קול סאטמאר" איז צובראכן, קודם פאלט ארויס עטליכע ווערטער פון די "דברות קודש", און נאכדעם איז ארויסגעפאלן די אינטערוויא............



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:16 לינק ישיר 

איך בען געווען אויף צווייטע טעג יו"ט אין קרית יואל, האט זיך געדרייט דארט גוטע מעשה'לע:

ר' ק"וו האט געטראפן שבת חוה"מ הג"ר מרדכי דוד קאהן שליט"א, און עס האט זיך פארפירט אן 'קורצע אבער זייער אינהאלטסרייכע' שמועס... ווי פאלגנד:

ר' ק"וו: רמ"ד, הא? חמוץ גמור??

הגרמ"ד: הא? נבילות וטריפות???

און די מעשה האט זיך דא געענדיגט... ודפח"ח.

תוקן על ידי fiveboro ב- 07/04/2010 20:17:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 20:17 לינק ישיר 

1) איך די היסטאריע האט נאך נישט פאסירט אז א אדמו"ר זאל הייסן זיינע חסידים "נאכקוקן אויפן אינטערנעט"! (נאך א זאך וואס די אהרוינים קענען צולייגן צו זייער רשימה פון זיין די ערשטע)

2) די אהרוינים האבן געשניטן די ווייץ "אין זעלבן פעלד" און "אין זעלבן טאג" ווי די זאליס. (כל הפוסל במומו פוסל)

3) איך האב געהערט פון א ארבייטער אין די אהרוינישע בעקעריי אין וו"ב אז אין אלע אריזאנע מיירעס האבן זיי אריינגעמישט א געוויסע פראצענט ניו יארקע ווייץ ווייל עס איז געווען צו שווער צו ארבעטן מיט 100% אריזאנע טריקענע ווייץ.

4) די פאקט אז זיינע חסידים האבן געדארפט שניידן און צופיצן זיין דרשה עטליכע טעג שפעטער אויפן האט ליין איז די גרעסטע הוכחה אז ער האט זיך שוין ווייטער "פארעדט"

5) די אהרוינים "פערענטפערן" זיך אז זיי האבן פארקויפט אויך מצה פון ניו יארקע ווייץ "ווייל די אריזאנע איז צו שנעל אויסגעלאפן צוליב די גרויסע פארלאנג"... אבער עס האלט נישט אפ געוויסע ניקס דא אין דעם אשכול צו שרייבן אז "נאכן רבי'ס דרשה איז דער עולם געלאפן קויפן "אריזאנע מצות"...

6) סאטמאר רבי פון ק"י זאגן "איך האב זיך הערשט נעכטן דערוויסט אז עס איז בכלל דא א פארלאנג אויף קאקאו און ביז נעכטן האב איך בכלל נישט געוויסט אז עס איז דא א פראבלעם מיט די קאקו" תיכף דערנאך נעמט ער זיך האקן אויף דעם ברידער'ס ווייץ... רבי, ווען האט איר זיך דערוויסט אז עס האט גערעגענט "יעדן טאג"? דאס האט איר זיך אויך דערוויסט "נעכטן" אדער האט איר "אליינס געזען" (אין ניו העמפשער...) פארוואס האט איר געווארט ביז אינמיטן חול המועד? פארוואס האט איר נישט איינגאמאלדן פארן ציבור פאר פסח? פארוואס האט איר בזדון געלאזט עסן "חמץ" ביז צו די מעכטיגע אינטערנעט דרשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:22 לינק ישיר 

נפל טייערע איך פארשטיי אינגאנצן נישט דיין שאלה פארוואס ער האט געווארט ביז חוה"מ צי זאגן א זאך וואס ער ווייסט שוין פון אינמיטן זומער.

ער איז דאך א "סבלן", ער האט זיך איינגעהאלטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2010 20:22 לינק ישיר 

נפל, בנוגע די אינטערנעט, לויט ווי איך האב געהערט האט מהר"א באשלאסן אז גענוג איז גענוג, שוין גענוג געפאפט די מענטשהייט אז ער איז קעגן אינטערנעט, יעצט איינמאל וועט מען ארויסקומען צום עולם פארציילן דעם אמת, אז רצון קדשו איז אז יעדער איד זאל זיך אייינהאנדלען א אינטערנעט אקאונט, און זאל די וועלט וויסן אז פונקט ווי די גאנצע קנאות איבער ציונות איז נאר געווען לפנים, באמת איז ער א אויסגעשפראכענע ציוני, די זעלבע איז מיט די אינטערנעט.

ביסטע רואיגער? אויב יא, יהא זה שכרי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 20:28 לינק ישיר 

און בנוגע די טאג פון שניידן די ווייץ, קר"י האט געשניטן דינסטאג, און בראדוועי האט געשניטן מאנטאג. דאס איז די טרוקענע פאקט.
און בד"וו, קרית יואל איז געווען אויפן פעלד מאנטאג אויך, אבער מען איז אהיימגעקומען מיטן ענטפער אז די ווייץ זענען נאכנישט טרוקן.

און בנוגע וועגן ווען די רבי האט זיך דערוויסט וועגן די פראבלעמען אין בראדוועי, איז די תירוץ: מוצאי יו"ט. אזוי האב איך געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט מפה קדשו ביי א שמועס אין ביהמ"ד.
יא, יעדער האט געוויסט אז עס האט גערעגנט און ס'איז געווען א שווערע שניט, אבער דאס אז הלכה למעשה איז געווען א ריזיגע פראצענט מצומחות אין ענקערע ווייץ, וואס אויף דעם זענען מעיד ענקערע מענטשן, און - מפי השמועה - אויך רש"ל וו"ב, דאס איז געווען נייעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2010 20:36 לינק ישיר 

בארא זעט אויס די האסט נישט געהארט די "אינטערוויו פון סימאן" ער זאגט אליינס אז די זאליס האבן געשניטן אין זעלבן טאג עטליכע שעה פריער בלשון קדשו בערך "ווען מיר זענען אנגעקומען זענען זיי שוין געווען דארט ווייל זיי האבן שוין א קאנטראקט מיטן פעלד פון יארן צוריק, האבן זיי געשניטן קודם. דערנאך האבן מיר געשניטן".

בנוגע וואס די פארקויפטס בשם "ענקערע מענטשן" און "מפי השמועה" בכגון דא נאמר "קויפט נישט אלע באבקעס"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוראדיגע דרשה פון סאטמאר רבי וועגן מצה און שחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext