בית פורומים כל העולם כולו

זאליס אין אר"י פייערן חוה"מ מיט קלעפ און שמוץ לויט אמאליגן מסורת סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/4/2010 18:13 לינק ישיר 
זאליס אין אר"י פייערן חוה"מ מיט קלעפ און שמוץ לויט אמאליגן מסורת סאטמאר

די זאליס אין ארץ ישראל רעכטן אפ דעם חוה"מ פסח מיט בלוט קלעפ און שמוץ ווי סאטמאר איז אמאל געווען געוואוינט

אין ירושלים -
ס'איז שוין לענגער באריכטעט אין א שכינות'דיגן אשכול איבער די שרעקליכע געוואלדטאטן און רדיפות פון די הנהלת הישיבה פון רח"צ טייטלבוים [אין שפיץ פון יוסל שווארץ מיט זיינע געהילפן הערשל ראטמאנן און יצחק ווייס] אנטקעגן די בחורים פון די ישיבה

אין בני ברק -
איז פארגאנענעם פרייטאג-צונאכט'ס א ספרד'ישער צוגיינער אריינגעקומען אין די זאליס-חאטקע אויף די נחמיה גאס און געשטאכן מיט א מעסער עטליכע שטעכן אין איינער פון די מתפללים א. י.

די מעשה האט צוויי ווערסיעס, איינס פון א טייל זאליס פון ב"ב און די צווייטע פון די מתפללים פון די שכינות דערנעבן וואס זיי האבן איבעגעגעבן פאר די פאליציי.

די זאליס טענה'ן אז דער א. י. איז א חשו'בער אניגערמאן א תכשיט וואס א ספרד'יש אינגל האט אנגעשלאגן זיין זוהן און ער האט זיך נישט מער ווי אנגענומען און פארשיקט דעם שלעגער מיט שיינעם, און אלס נקמה האט יענער געברענגט זיין ברידער וועלכע איז געקומען זיך נוקם זיין מיט א מעסער איהם צו דערהארגענען ח"ו, און די איבעריגע איז נישט מער ווי א עלילת דם נוסח ארונים.

די שכנים פון די דערנעבעדיגן ספרדי'שן ביהמ"ד דערציילן אסיבל אנדערש די פאסירונג, אז שוין עטליכע וואכן וואס דער א. י. טשעפעט (איידל גערעדט) מיט קינדער פון זייער ביהמ"ד און מיט צוויי וואכן צוריק פאר פסח האבן עטליכע עלטערן גובה עדות געווען פון די קינדער און דערנאך זיך געוואנדן צו דעם ראש-הקהל פון זייער חאטקע דער ספרדי'שער דוד מ. טאלעהר (נישט וויסנדיג אז דער באטרעפנדער איז גאר זיין שוואגער) און זיי האבן איהם געווארנט צו טוהן די נויטיגע שריט מיט דעם אינגערמאן ווייל די קינדער באקלאגן זיך געפערליך, און אויב דאס וועט נישט אויפהערן וועלן זיי זיך ווענדן צו די פאליציי איבער דעם אינגערמאן.

אגב, טאלהער טענה'ט אז זיי האבן איהם טאקע געזאגט אז ס'איז דא פראבלעמען דארט אבער ער לייקנט שטיין און ביין אז ס'האט עפעס מיט זיין שוואגער דער א. י.

הכלל די וואך שבת זענען ווידער אלאמירט געווארן די מתפללים פון די ספרדי'שן ביהמ"ד דורך א קינד איבער דעם אינגערמאן, און א צורידערטער ברידער פון דעם באטראפענעם קינד איז געקומען צולויפן אנצושלאגן דעם א. י., אבער דער איז נישט קיין מפיל קינד (ער האט זיך ביז פאר א יאהר נאך געשלאגן אין סאטמאר) און ער האט צובראכן די ביינער פאר דעם שלעגער, יענער א טונקעלער בלוט-דארשטיגער איז אהיימגעלאפן און געברענגט א פסח'יגן מעסער און אנגעהויבן אריינצושטעכן פאר דעם א. י. און דערנאך אנטלאפן פון דארט

ל. מ. ר. א שוואגער פון דעם געשטאכענעם א. י.  איז גלייך ארויסגעלאפן צו די דערנעבידיגן פאבליק-טעלעפאן און אלאמירט די פאליציי (אויף די קושיא פון חילול שבת ווייל דער שטעכער איז שוין במיילא אנטלויפן האט ער געדרייט מיט א פשעטיל) די פאליציי איז גלייך אנגעקומען און זיי האבן גענומען די וועריסיעס פון ביידע צדדים, זיי האבן קיינעם נישט איינגעזעצט דער שטעכער ווייל ער איז אנטלויפן און דעם אינגערמאן א. י. ווייל ער האט זיך גלייך באהאלטן און שפעטער צוגעגדאנגען אין שפיטאל.

דער צורידערטער מ. וו. [דער שווער פונעם געשטאכענעם אינגערמאן] האט זיך גענומען מאכן באונומענע קולות אויף די פאליציי פארוואס זיי פארשרייבן די עלילת דם פון די ספרדים קעגן זיין איידעם, דער פאליציי שעיף יהודה ב. האט איהם אבער זאפארט שטיל געמאכט און געזאגט "דיין אייזעריגן קול איז אונז נאך גוט באקאנט פון די געשלעגן אין די סאטמארער שיכון, זיי שטיל פאר ווען מ'זעצט דיך איין", דער איידעם י. ש. האט שנעל אוועקגעשלעפט דעם שווער אין א זייט.   

אצינד האבן די זאליס געדונגען א לויער לטובת דעם אינגערמאן א. י. ער זאל אפווארפן די קלאגע פון דעם ספרד'יש אינגל. 

       




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 04/04/2010 18:20:43




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס אין אר"י פייערן חוה"מ מיט קלעפ און שמוץ לויט אמאליגן מסורת סאטמאר
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext