הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים שליט"א האט דעם צווייטען טאג יו"ט אחרון של פסח געדארפט זאגן א דרשה בעניני יו"ט אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר הופער, עס איז שוין געמאלדען געווארן דערוועגן פאר יו"ט, חול המועד האט אים אנגעריפען אברהם בער יאקאבאוויטש דער יד ימינו פון רז"ל, אז ער וויל אים איבער געבן די באשלוס פון זאלי קהל און רז"ל, אז טאמער ער גייט רעדן דארט, דעמאלס גייט אים די זאלי קהל סטאפען זיין געהאלט, און נישט לאזן מער זאגן קיין שיעורים אין ראדני.
עקסטער האט אים אנגעריפען חיים יצחק מאנדל פון 82, אז טאמער ער גייט רעדן אין הופפער גייען זיי אים אוועק נעמען זיין באנגעלאו אין לפידות קאנטרי וואס ער האט עס שוין דארט איבער 30 יאר.
יא אזוי קוקן די אויס די זאליס, ווער געדענקט נאך זייער ניגון נועם המדות... נישט דא מער קיין טעראר אויף רבנים... יעדע רב קען טאן וואס מען וויל... מער קיין רבנים טעראר וועט נישט זיין...
דערווייל יעדע מין השחתה און טעראר אויף רבנים טוען די זאליס מיט די גרעסטע אימפעט און רשעות!
נשלח ב-8/4/2010 00:03
יא מר. טראק; דו בוסט הונדערט פראצענט גערעכט! מיר וואלטן זיך שוין געמעגט לערנען פון די אהרונים וויאזוי מען מאכט רבנים פונעם צד שכנגד אומבאקוועם ביי זיך אין הויף...
מיר געדענקן נאך זייער גוט וויאזוי די חיות האבן מיט הונט און פאליציי ארויסגעפירט הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף שליט"א חבר הביד"ץ פון דעם סאטמאר'ן ביהמ"ד אויף 53, נישט מיט קיין טעלעפאן רופן, נאר מיט טעראר. און אצינד לאמיר אויסשרייען הויעך און קלאר און אלע שעפסן וואס זענען צמאים לדבריו פון ר' אהרן זאלן שאקלן מיטן קאפ "זאלי טעראר אויף רבנים"!!!
נשלח ב-8/4/2010 00:11
איך זעה נישט דא קיין טעראר. ער דארף אליין פארשטיין אז אויב קריגט ער באצאלט און לערנט פאר אין סאטמארן ביהמ"ד אויף ראדני סט. דאן האט ער נישט קיין פלאץ אין הופפער און האט נישט וואס צו זיכן דארט.
ס'איז נאר נארמאל אז אויב גייט ער צו אזא קהלה ווי זייער פירער האט ג'אסר'ט אונזערע ווייץ און מצות אז ער זאל מער נישט קריגן קיין געהאלט פון די אנדערע קהלה - וואס איז אנגעגריפן געווארן.
זעהט אויס אז ער האט למעשה איינגעזעהן אז מיט די אהרונים קען ער נישט גיין צום טיש און איז טאקע געבליבן אין ראדני געהעריג און לערנט פאר ווייטער זיינע שיעורים פאר די צענדליגער בעלי בתים און עלטערע לייט.
נשלח ב-8/4/2010 00:16
באלאנד
איך מיז נישט אריינלאזען ביי מיר אין ביהמ''ד מענטשן וואס טרעטן אויף די תוה''ק אין זיי זאלען האלטען דרשה'ס ביי אינז אין ביהמ''ד, פינקט ווי ענק לאזען נישט ר' יוסף בראך רעדן אין ענקערע שולן וועגן ענקערע סיבות.
אבער דאס אז א יוד וועלכע מיז צוקומען צו ענק, אין אים טעראזירן פאר'ן גייען רעדן אין א שול וואס שטעכט ענק אויףס די אויגן, דאס מיינט החזרת עטרה צו די אמת'ע יושנה
פארוואס ארבעטן נישט די ארוינים אויף הר''ר יוסף חיים גרינוואלד, אדער אויף אלע אנדערע מגי''ש אין ראדני (לדוגמא הר''ר אברהם פוקס, הר''ר בעריש רז''ב, נאנאשער רב, הר''ר קלמן יושע באבא''ד, ר' מענדל ג''ב, וכו') 'אויף ר' שמעי' גופא' 'וועלכע זענען פאקטיש ארונים' אז זיי זאלען אויפהערן געבן שוערים ביי ענק?
נשלח ב-8/4/2010 00:20
פארוואס "מוז ער צוקומען צו אונז"? פארוואס טאקע קען ער נישט גיין צו ענק אויף הופפער אפיציעל אויב זיין הארץ איז אזוי שטארק דארט?
נשלח ב-8/4/2010 00:21
מה בני פאר עפעס א סיבה האט ער עס נישט פארשטאנען אליין........(ער מעג זיך קרוגען מיט דיין גאונישע סברה)
אין ער האט שוין עטליכע מאל אויפגעטרעטן אין סאטמאר, (ער איז נישט די איינציגסטע מגי''ש וואס טרעט אויף אין ביידע שולן)
ביז מ'האט אים געזאגט אז ער קען פאקען פעק
נשלח ב-8/4/2010 00:37
די סך הכל איז אזוי די זאליס זאגן דא קלאר אז מען מעג טעראזירען רבנים ווייל אהער און אהין...
אבער ווייטער די סך הכל איז אז מען מעג טעראזירען רבנים, אןון עס איז גאר א מצוה.
און ווי יעדער פארשטייט אליין אז די אהרונים ווען זיי האבן טעראזירט רבנים איז עס פארשטייט זיך נישט געווען די אייגענע רבנים וואס זענען געגאנגען אין שפאן, נאר די רבנים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן אין פילע פון זיי האבן נאך גאר גרעדט און געשריבען אויף סאטמאר.
אזוי ווי די זאליס שרייען דא, מען מעג טעראזירען ווייל ער איז נישט פון אונזערע, ער גייט נישט אין שפאן... ממילא מעג מען זיי טעראזירען, אפילו ער טוט גארנישט קעגן די זאליס פערזענדליך שרייבט נשיט קיין בריוון, האלט נישט דרשות קעגן וכו'.
קומט אויס!
כל שכן, אז די אהרונים האבן געמעגט און עס איז געווען א מצוה גדולה צו טעראזירען ר' אברהם לייטנער ז"ל וואס האט מלחמה געהאלטן מיט סאטמאר און געזאגט אויף מרן בעל ברך משה זי"ע אז ער איז א עבודה זרה ר"ל, קאשוי רב ז"ל וואס האט יעדן מאנטאג און דארנערשטאג געהאט אן אנדערע מלחמה מיט סאטמאר, להבדיל ר' יואליש מארגענשטערן וואס פירט מלחמות מיט סאטמאר און איז געשטאנען אונטער יאשקע מסור, ר' מנשה פריעדמאן וואס אויסגעריסען דין תורה ביי אידן און מתיר געווען בג"ץ, דער מתנחל רז"ל פילאפ וואס אזי געקומען אין בארא פארק פארלערנען מיט לעכט נאכדעם וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען, וכו'
אז פאר ר' שמעי' גרינבוים וואס האט גארנישט געטאן קעגן די זאליס קומט זיך מיתה פארן רעדן ביי די אהרונים א יו"ט דרשה, קומט אויס לויט די זאליס אז פאר לייטנער, קאשוי, מארגענשטערן, פריעדמאן, וכו' קומט זיך סקילה, שריפה, הרג, חנק....
נשלח ב-8/4/2010 01:17
דער חצוף יעקב הערש ווייס וואס איז עובר א יעדן טאג אויף כיבוד אב איז אים געגענאגען אז קהל לאזט אים נישט רעדן
פין א מסור געווארן א חצוף.
נשלח ב-8/4/2010 02:51
די אהרונים האבן געכאפט א מעכטיגן פראסק פון נישט קיין אנדערן ווי הרה"ג רבי שמעי' שליט"א אליינס.
ומעשה שהי' כל הי':
הרה"ג רבי שמעי' שליט"א האט שוין מער ווי איינמאל פארגעלערנט ביי די אהרונים, אבער ער האט זיך דאס אויסגענומען אז זיין נאמען מעג נישט שטיין אויף די מודעה.
היי יאר האבן די אהרונים יא ארויפגעלייגט זיין נאמען אז ער גייט רעדן אחרון של פסח (צו דאס איז געווען במכוון אדער פשוט בטעות איז נישט קיין נפקא מינה יעצט).
ווי הרה"ג רבי שמעי' שליט"א האט דאס געזען האט ער זיי געמאלדן אז ער גייט נישט קומען רעדן ווייל זיי האבן געבראכן זייער הבטחה.
און יעצט שעלטן די אהרונים.
זענען זיי זיך אליינס שולדיג.
נשלח ב-8/4/2010 04:59
איז אזוי,
פאר אלעם פיל איך פאר וויכטיג מקדים צו זיין אז בעצם וואלט אזא תגובה'לע קיינמאל נישט באדארפט געענטפערט צו ווערן, ווארשיינליך צוליב דאס רייכע ווי אויך קראנטע אינהאלט וואס זי פארמאגט...
נאר וואס'זשע דען אזויווי איך פרעזענליך האב דאס דורכגעטון מיט הרב ר' שמעי' שליט"א בין איך געצווואונגען דאס מודיע צו זיין.
ר' שמעי' האט מיר געזאגט די ווערטער: גלייב מיר ווען איך וואלט נישט געדארפט צוקומען צו די קרפינקל'ס, וואלט איך מיך שוין לאנג ארויסגעזען פון דא!
עס זעט מיר אויס אז לא אלמן ישראל און מ'האמיר דערוועלט בעלי דרשנים וואס ברויך נישט קאסטן אזויפיל ווי דרוקן א גאנצע חיבור אויף משניות...
און דו קום מיר נישט זאגן ווען מען האט יא געהאנגען צעטלעך און ווען מען האט נישט - ביי מיר אין וויינגארטן, ווייל דו מאכסט פון דיר דאס גענאר... איעדעס דרשה וואס ר' שמעי' האט ביי אונז געזאגט איז געווען מפורסם גענוי ווי די אנדערע, נישט מער.. און נישט ווייניגגער.
און דאס וואס אברהם בער יאקאבאוויטש, מיט חיים יצחק מאנדל, און יעקב הערש ווייס, ווערטשאפן דיר אן בושות, קום נישט צו מיר וויינען. נאר, ווישט דיר אפ די נאז און גיי ווייטער...
תוקן על ידי הערטס_צו ב- 08/04/2010 05:02:29
נשלח ב-8/4/2010 05:36
מ'שטיינס געזאגט, מ'קען שוין דעם ר' שמעי' צולייגן צו די ליסטע פון פעיראל רבנים?!...
הערטס צו, צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט האסט מיר צום וויפילטן מאל פאראורזאכט א שמייכל היינט מיט דיינע חידושים נפלאים...
נשלח ב-8/4/2010 16:30
אין א זייטיגער נאטיץ קלארצושטעלן געוויסע פונקטן
ר' שמעי' איז געווען פון די ערשטע קרבנות פון ר' זלמנ'ס מיט משה פרידמאנ'ס טעראר מאשין ווייל ווי באקאנט איז ער געווען פון די מייסדים פון איחוד התלמידים און דערפאר פלעגט ער אויסשטיין נאכאנאנדיג'ע טעראר און רדיפות פון די רשעים
און ער איז טאקע אפגעזאגט געווארן פונעם כיבוד וואס ער פלעגט לאנגע יארן האבן אז יעדן שבת מברכין פלעגט ער ראש חודש בענטשן אינעם פאליש אין ראדני און בכלל ביי יענעם מנין איז ער געווען דער שיינער יוד און ווייל ער איז געווען פון די גרויסע שטיצער פאר איחוד התלמידים האט מען עס צוגענומען פון עם צוליב'ן נישט גיין אין שפאן מיט ר' זלמעניו דאס איז ניטאמאל א קליין פינטל פון די רשעות וואס פלעגט פארקומען אין א איצטלא פון נועם המדות
ווי באקאנט זייט דעמאלטס דאוונט הרה"ג ר' שמעי' כמעט קיימאל נישט אינעם בית המדרש אויף ראדני צוליב זיין אנגעווייטאגטקייט אויף וואס מהאט געטון און מטוט נאך עד היום מיט עם ער גיבט זיין שיעור דארט ממש כמי שכפאו שד
ווי אויך ברויך דא באטאנט ווערן אז ממש כמעט אלע גוטע מגידי שיעור אין ראדני זענען געשוואוירענע אנהענגער פון רבינו הגה"ק מהר"א ט"ב שליט"א ווי למשל דעם אויבנדערמאנטן ר' שמעי' וואס ראש השנה קומט ער כסדר צו צום דאווענען פון דבין זאל זיין געזונט אין הופער ווי אויך בבי יעדער געלעגענהייט קומט ער זיך אריבער ווארעמען לאורו פון רבינו שליט"א
הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א
הרה"ג קארלסבורגער רב שליט"א פון וויליאמסבורג
הרה"ג ר' קלמן יושע באבאד שליט"א
הרה"ג החסיד ר' מענדל גאלדבערגער שליט"א
ועוד ועוד נאך מערער וואס כגידענק נישט דא אויפן מאמענט
מקען נא אסאך מאריך זיין אין דעם ענין ועוד חזון
תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 08/04/2010 16:33:04
נשלח ב-8/4/2010 20:45
הערטס צו
ווען א רבי שטעלט זיך אויף חול המועד פסח און זאגט ברבים אז ער האט שוין געוואוסט זומער אז עס וועט זיין עגמת נפש מיט די מצות אום פסח, איז עס א בושה פאר זיינע חסידים אז א מנהיג האט במשך פון 8-9 חדשים זיך נישט אנגערופן א פיפס און אינמיטן יו"ט ווען אידן האבן שוין געגעסן פון די מצות אזי ער זיי מודיע אז "איך האב שוין געוואוסט דערפון זומער".
אבער למשל ווען א קהל'ס מאן רופט אן זיינס אן איינגעשטעלטן און לאזט אים נישט גיין רעדן אויף אן אנדערן מקום איז קיין שום בושה. אויב ארבעט ער ביי מיר, האב איך דעם רעכט אים צו בעטן אזא זאך. (איך רעדט בלויז טעארעטיש, ווייל למעשה האט קיינער נישט געקאלט הרה"ג ר' שמעי' שליט"א).
נשלח ב-8/4/2010 20:46
איך שטוין צו זען דא אז אלע מגידי שיעורים אין ראדני זענען אנהענגער פון ר' אהרן און פארט האלט מען זיי אין ראדני!!!
ווען די אהרוינים זענען געווען די בעלי בתים האט מען אזעלכע רבנים געטראסקעט ווי הינט רח"ל
נשלח ב-8/4/2010 20:52
און פיר אויס
און איצט טראסקענען די זאליס און טעראזירען די אלע רבנים.
גראדע זעהט מען דא די צומישעניש ביי די זאליס איינער שרייט עס איז א מצוה געווען אין צו קאלן, איינער שרייט אז מען האט בכלל אים נישט געקאלט, וכו', באלדט וועט נאך א זאלי שרייבן אז ר' שמעי' איז בכלל נישט געבוירען...
מאכט אפ וואס די מעשה איז.
גראדע אז מען רעדט שוין יא פון ר' שמעי', ברויך ארויס געברענגט צו ווערן אז די זאליס האבן אים פאר 5 יאר צוריק געשניטען זיין געהאלט פון $600, צו $400 און אויך נאר מיטן תנאי אז ער זאגט נאך א שיעור.
פארשטייט זיך אז פון ר' זלמן לייב פילאפף, צו פון ר' ישראל חיים מנשה וואס לערנעט פאר, פאר א מנין אלטע אידן וואס האלב שלאפען דארט, האט מען גארנישט געשניטען.
אבער ח"ו מען טעראזירט נישט קיין רבנים....
נשלח ב-8/4/2010 21:01
דער נושא מוז זיין זייער ברענענדיג אז מ'האט ר' יונה געמוזט ארויסנעמען פון קבר לכבוד דעם...
עס זאגט קיינער נישט אז מ'האט גערופן רבי שמעי' סטראשענען, די פראגע איז וויאזוי וואלטן די אהרונים געהאנדלט אין אזא פאל, און להבדיל דאס נעימת המידות פון צד מהרי"י אז טראץ וואס ר' שמעי' איז -לשיטתכם- א פארברענטע חסיד פון ר' אהרן, איז ער נאכנישט געפלויגן פון זיין פאזיציע.