אינעם היינטיגן נומער פון "די צייטונג" איז ערשינען א אפיציעלע בריוו פון 'קהל יטב לב' - די אהרונים, וואו זיי זענען מסביר אז טראץ וואס זייער רבי האט זיך אויפגעשטעלט רעדן פון "די כלי" איז ער נאך אלץ זייער שארף דערקעגן און איש בל יהין דאס אריינברענגן אין א אידישע שטוב.
מיר האט עס אויסגעקוקט -און איך גלייב אז נאך אסאך אזוי- ווי אפאר לצים האבן באשלאסן צו טרייבן שפאס פון ר' אהרן, און אפילו איינער וואס ווייסט נישט אז ר' אהרן האט זיך בכלל צוזינגען דעם חוה"מ, זאל יעצט געוואר ווערן און זיך נאכפרעגן ביי זיינע נאנטע...
אבער דאס איז עפעס נישט מסתבר אז "די צייטונג" האט אריינגעשטעלט אזא מעלדונג אן פרעגן די אפיציעל אהרונישע קהל רשות, אלזא קען מיר איינער ערקלערן פשט פון דעם מודעה???
נשלח ב-9/4/2010 02:59
שטעל עס אריין, און דערנאך וועל מיר זעהן פון וואס דו רעדסט. ווילאנג דו לייגסט עס אראפ מיט דיין שפראך איז נישט שייך צו כאפן וואס דו מיינסט.
איך קען מיך אפשר יא פארשטעלן אז קהל זאל אריינלייגן א מודעה עפעס אזוי: היות די רבי האט ביי די דב"ק ארויסגעברענגט א נקודה וואס קען ווערן אויסגעטייטשט ווי א זלזול אין די הארבקייט פון אינטערנעט, דעריבער טוען מיר קלארשטעלן דעתו וגו'..
אויב איז עס עפעס אזוי איז עס א קלוגער שריט.
תוקן על ידי fiveboro ב- 09/04/2010 02:59:29
נשלח ב-9/4/2010 03:06
איך בין מודה צו 5 בארא, עס איז גאר א קלוגע שריט וואס די זאלי'ס האבן געטוהן פיין צו מבזה זיין ר' אהרן'ן...
נשלח ב-9/4/2010 03:30
עם עקש תתפטל:
איך בין מודה צו באלאנד, עס איז א קלוגע שריט פון קהל.
(דו פארשטייסט וואס איך רעד צו דיר אקוראט אזוי וווי דו פארשטייסט דעם רבין'ס דרשה... אלעס אויסער די פוינט..)
נשלח ב-11/4/2010 06:24
די אהרונים זענען געפערליך צושטורעמט פון דעם בריוו, וואס אויב האט נאך איינער געמיינט אז דאס איז בלויז ליצנות, האבן זיי פעסטגעשטעלט די ווארהייט דערפון מיטן איר אריינלייגן אין בלאט.
עס בלייבט צום האפן אז דער וואס האט גע'עצה'ט דעם שטארקען סטראטעגישן בריוו וועט פארבלייבן נאך לאנגע יארן דער יועץ ביי ר' אהרן אין שטוב, וליהודים יהי' אורה...!
נשלח ב-11/4/2010 06:30
טול קורה מבין עיניך.
נישט דער בריוו ברענגט אורה פאר אידישע קינדער, נאר דער גורם זעלבסט וואס האט געברענגט צו שרייבן דעם בריוו.