בית פורומים כל העולם כולו

פייערדיגע דברי מחאה פון הגה"צ אבדק"ק זענטא שליט"א - שבת כ"ו ניסן בעת סעודה שלישית!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/4/2010 02:06 לינק ישיר 

ביזט גערעכט איך וועל ממשיך זיין


ווען מען שרייבט הגה"ק אויף דעם מאנראוער צדיקל

ווען מען שרייבט הגה"צ אויף דיינע צדיק'לס יונגערן ברודער רש"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2010 02:10 לינק ישיר 

נאך א מזל ליפא האט מוחה געווען אזוי וועט ער אפשטעלן דעם מורא'דיגען חילול השם
נאר א שאד אזא מען מיז מי קומען צי אזא בעל עבירה זאל מוחה זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2010 12:50 לינק ישיר 

איך הער יעצט נאך א פרישע באמבע:

הגה"צ רבי יודל מייזליש שליט"א פון לאנדאן האט דעם שבת ביי שלש-סעודות אויך מוחה געווען אנטקעגן זיין ברידער, אינמיטן איז איהם די בלוט ארויף און ער האט אויסגעשריגן אז זיין טאטע האט אמאל געזאגט אויפן ברידער אז ער איז טאקע א קינד אבער נישט מיין זוהן
איז אפשר מעגליך אז הגה"צ ליפא מיט הגה"צ יודל'ע האבן זיך אפגערעדט צו פראטעסטירן אינאיינעם ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2010 16:24 לינק ישיר 

נישט חלילה עס איז שייך אפצופרעגן די הייליגע רייד, פונעם ''קודש הקדשים'' מזענטע  זאל זיין געזינט און פריש,

 

נאך א קליינע קאמענטאר,

 

עס איז ידוע אז רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, האט זיך מוסר נפש געווען געווען, לוחם צו זיין מיט די מחבלי כרם השם צבאות, דער כת הידוע לשמצה, די ג'אסור'טע  ''בני יואל'', ער האט לוחם געווען קעגן זיי בחירף נפש, ער האט געהאלטען אז זיי מאכען חרוב אז וואס דער הייליגער רבי זי''ע האט אויף געבויעט,

 

און פארשטייט זיך אז די שקצים, האבן פארן ברך משה זי''ע געטרינקן דאס בליט, אויף א פארנעם, וואס איז ניטאמאל שייך ארויסצוברענגן אויף פאפיר, די שקצים האבן זיך פארגארנישט אפגעשטעלט כדרכם,

 

ויהי היום, ר' זלמעלע קימט קיין וויליאמסבורג, ער האט נאך ניטאמאל, אנגעווארמט דאס א''ג רבנות בענקל, זיינע ספרים, ליגן נאך און ירושלים פארשטויבט, ניטאמאל קיין שו''ע יו''ד האט דער מן הארץ  געהאט אונדערהיים,  שטעלט ער זיך אויף האלטען א דרשה וואו פאלגענד:

 

'' די אלע וואס מיין טאטע האט ארויסגעווארפן, און געאסערט, איז לא מעלה ולא מוריד, פארוואס? ווייל זיי זענען גאר געווען זיינע גוטע פריינד, איי זיי האבן אים יעדן טאג געשאלטען מיט טויטע קללות,? נא! דאס איז געווען אהבה מסתרת, ''  ביז אהער איז די רייד פון דעם בועט באביו ר' זלמעלע,

 

אלזא, זענטער רב היכה? וואו זענען דיינע פערל'דיגע דברי מחאה? כלל ישראל האט געווארט צו הערן א מחאה דרשה פון זענטע רב, אז זיי קליינע ברידער מאכט חרוב אלעס וואס זיין פאטער האט אויף געשטעלט, און זיך מוסר נפש געווען דעראויף, וואס האט מען געהערט אנשטאט דעם? מען האט געהערט ''מתת' דייטש ימ''ש'' חוץ פון דעם האט מען פון מלכות זענטע גארניקס געהערט, הייתכן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2010 17:25 לינק ישיר 

אדרבא, פרעגט ר' יוקל גראס פאר וועם דער רבי דער ברך משה זצ"ל האט געזאגט די שרעקעדיגע ווערטער "אהרן איז טאקע א זוהן אבער נישט מיין קינד", צו ער האט געזאגט דאס זעלביגע אויף כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס האט -לשיטתכם- אים אזוי מבזה געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2010 18:30 לינק ישיר 

נישטו ווער ס'זאל לאכען
דער ''הגה''צ'' וואס האט נאך אלס בחור געטרינקען די בלוט פין זיין הייליגען טאטע'ן מיט זיין גראליגע התנהגות איז מוחה אויף זיין ברודער וועלכע האט געגעבן בלוט אין נחת פאר'ן הייליגען טאטע'ן...... (עי' דרשת אב''ד קהלתינו מאנטריאל במעמד יסוד איתן)

זעהט אויס, אז זיי האבען נישט געטראפען א צווייען פאר די דברים של טעם, האט מען געבעטן דעם הגה''צ זאל זיך לאזען הערן מיט די פערל רייד.

עס איז א כבוד פאר סאטמאר אז דער שטריק אין שותף לדבר עבירה פין מקצר ימים זיין הייליגע טאטע'ן בסוף ימיו, האקט אויף אינז.
פינקט ווי עס איז אינז א כבוד אז דער איד אדער פארוועטס אדער אלע אנדערע משכילישע אדער ציוניסטישע צייטונגען שימפען אויף סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2010 19:00 לינק ישיר 


אויף צו פארשטיין דעם זענטא'ער עם הארץ דברי מחאה קוקט אריין אין די גמרא:

כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו

[מסכת פסחים דף מט:]




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2010 00:21 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
  
און  איך וויל ענק איבער זאגען וואס דער טאטע האט אליינס געזאגט דא אויבען ביי זיך אין שטוב "אהרן איז טאקע א זון אבער נישט מיין קינד"

 



יא יא גערעכט! רבינו הק' פלעגט אלס זאגן "מיין זון ר' אהרן איז ביי מיר נישט א קינד נאר העכער פון א קינד" בתורה ובעבודה וכו'.


איך האב אמאל געהערט פון ר' ש. ווערטהיימער אז רבינו הק' האט אים אמאל געזאגט "איך האב פינעף זון" און ר' ש. האט אים מעיר געווען אז ער האט נאר 4 זון האט אים רבינו הק' זי"ע אויסגערעכנט 5' זון ר' אהרן ר' ליפא ר' מנדל ר' זלמן לייב ר' שלום אליעזר, און ר' ש. האט ווידער אמאל פראבירט צו מעיר זיין אז ר' מנדל איז א אייניקל און נישט קיין זון האט אים רבינו הק' געזאגט "נו.. ער איז ביי מיר אזווי א זון..."



תוקן על ידי עירהתורה ב- 13/04/2010 00:22:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2010 00:25 לינק ישיר 

די רבי שרייבט אים אין די בריווען נכדי כבני



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פייערדיגע דברי מחאה פון הגה"צ אבדק"ק זענטא שליט"א - שבת כ"ו ניסן בעת סעודה שלישית!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.