| נשלח ב-12/4/2010 21:40 |
|
| |
במ"ל באקומען 32 יאר!!!!
באקומען אין אימעיל ווייסט איינער אויב עס איז אמת???
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 21:51 |
|
| |
א ווייטאג אבער....................
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 21:55 |
|
| |
איך האף א נישט.
טאמער יא איז אויס וועלט ה"י.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 22:05 |
|
| |
יא ס'איז ליידער אמת, און אסאך אידן האבן ליידער א חלק אין דעם הארבן אורטייל, ירחם השם.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 22:21 |
|
| |
די קענסט זיי אנרופן יודן?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 22:39 |
|
| |
א שוידער פון א טראגעדיע! ממש נישט צום גלייבן!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 22:48 |
|
| |
טאקע א פחד, אבער די בחורים וואס ער האט ציגרינד געלייגט איז אסאך ארגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2010 23:04 |
|
| |
מספה"ק פלא יועץ:
בכלל לשון הרע יש כמה דברים, והן מבוארים בכל ספרי מוסר, אבל זה הכלל נקט בידך: שתדין את כל אדם לכף זכות, אף לשנוא.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 01:31 |
|
| |
א שוידערליכע פאסירנוג ! אבער ווי ערווענט איז שולדיג ליידער אין דעם די מחלוקה אין סאטמאר וואס זייט דעמאלס איז אלעס געווארן הפקר אין איש כל הישר בעינו יעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 17:23 |
|
| |
סוף גנב לתליה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 17:40 |
|
| |
בכור שוטה, איך מיין עס איז שוין בעסער זאלסט צוריק אנהייבן לייגן דיינע עדווערטייזמענטס און זיך פארמאכן דיין שמוציג פערדערישע פיסק!
דו האסט אפילו דא געזעהן איין אהרוני שרייבן אזוינע רשעות'דיגע ווערטער?
עס איז א טראגעדיע וואס איז ליידער זייער גרויס, קיינער פריידט זיך נישט, חוץ דו. שוטה!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 18:23 |
|
| |
איז דאס געווארען מיט אונזער "מלכות של חסד".....
א רעגירונג וואס רודף'ט די מענטשען מיט אכזריות'דיגע שטראף.......
שופטים וואס זענען מקיים דעם "צדק צדק תרדוף" מיט אוועקיאגען יעדען פונק פון ישרות.......
השם ירחם וואס דאס קען נאך ברענגען..........
אין אלע מדינות ווי עס בושעוועט אכזריות קומט דערנאך דאס ארגסטע........
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 21:19 |
|
| |
איך ווייס אז פאר די ווערטער וואס איך גיי דא שרייבן גיי איך באקומען אזוינע קולות וקללות, אבער איך האלט מיר נישט צוריק פאר איין סיבה, ווייל איך וויל פארשטיין וואס דא גייט פאר, איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך פרעג נאר, ילמדינו חברינו.
שאלה: איז דא איינער וואס לייקנט אז ער זאל האבן געטון מעשים מגונים, און מחטיא געווען את הרבים?
תשובה: איך האב נאך נישט באגעגנט איינער וואס זאל עס לייקענען.
שאלה: וואס איז די עונש על פי תורה אויף אזעלכע מעשים?
תשובה: קוקט נאך נעקסטע וואך אין די סדרה, הארבער ווי תפיסה.
נו אויב בין איך גערעכט ביז אהער, זייט מיר מסביר וואס א מין רחמנות ליגט דא אויף דעם איד, איינער וואס האט אפגע'הרג'ט צאן קדשים אויף אייביג, ברוחניות, און אסאך אויך בגשמיות, און עס איז נישטא דא אפילו איינער וואס האלט אז ס'קומט אים א עונש?
עלטערן מאכן נאס די קושן פון זייער בעט, משפחות שעמען זיך מיט זייערע געשוויסטער ווי אזוי זיי קוקן אויס א דאנק אים, אויף זיי האט קיינער נישט רחמנות?
אתמהה
============
איך האב איין תירוץ, ס'מוז זיין אז ס'איז הוילע שקר, דער איד האט אין זיין לעבן נישט מכשיל געווען א צווייטן.
און ס'איז פשוט א עלילת דם.
נו ענטפערט ביטע אלע, בין אין גערעכט מיט מיינע לעצטע ווערטער, אדער מיט די ערשטע ווערטער?
איך בעט מחילה אויב איינער ווערט געטשעפעט פון מיינע ווערטער, אבער איך וויל פארשטיין שכל'דיג און תורה'דיג, און איך בין דאנקבאר ווער עס קען מיר עס מסביר זיין נארמאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 22:17 |
|
| |
ליידער איז די מעשה אמת, ס'איז נישט קיין עלילת דם, דא אין בארא פארק איז דאס געווען א דבר הידוע לכל, רבנים ודיינים האבן פראבירט זיך צו באפאסן מיט דעם פראבלעם אבער ליידער אן א ערפאלג, יעדע שטיקל צייט איז אינטער געקומען א פריש פעקל, א פרישער קרבן, אין די רבנים זענען געווען אובד עצות, איך האב אויך נישט געהערט פון קיינעם אז ס'איז א בלויזע עלילה, דאס רחמנות איז, אז א איד א בן שישים זאל נעבעך אנקומען אין אזא שפל המצב אז ער קען נישט קענען שולט זיין ברוחו, דאס רחמנות איז אויף זיין משפחה, זיינע קינדער אין אייניקלעך, אין אדם חוטא אם כן נכנס בו רוח שטות, און דערפאר איז ער א ביטערער רחמנות.
לאמיר נישט באשולדיגן די גאווערמענט פארן גיין בכל חומר הדין, ווייל דער פרעשער פון די קאמיוניטי און די פאבליסיטי פון די פרשה האט זיי געצווינגען צו גיין מיט אזא שטרענגן אורטייל, איך קען אייך ברענגען (פון די כלי...) ביישפילן ווי מענטשן מיט אזא פראבלעם האבן באקומען דריי פיר און פינעף מאל אזא הארבן שטראף. אחינו "כל בית ישראל" הנתונים בצרה ובשובי' המקום ירחם עליהם.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2010 22:21 |
|
| |
האמת, כ'וועל דיר ענטפערן: איך ווייס נישט!
אבער דאס איז זיכער אז קיין סנהדרין פארמאגן מיר נישט היינט, און קיינער איז נישט ביכולת צו באשטימען עונשים אויף א צווייטן. שוין אפגערעדט אז ווען מיר זאלן יא ווען האבן א סנהדרין וואלט זיך אויסגעפעהלט עדים מיט התראה, התראה מיינט אז בעפאר יענער טוט די זאך האבן אים צוויי אידן געווארנט אז "אויב דו טוסט דאס ווען דיין עונש זיין אזוי און אזוי", און דענראך קומט שבע חקירות אויף די עדים וואו די סנהדרין וואלטן געזוכט צו כאפן די עדים ביי א פעלשונג, וגו' וגו'. עכ"פ, אין אונזער פאל, ווען אויסער די דעת תורא פון א מנוול איז נישט געווען קיין איין דעת תורה וואס זאל בארעכטיגן אזא מסירה אויף איינצוזעצן א איד אין תפיסה אויפן גאנצן לעבן (!!), און ס'איז קרוב הדבר מאוד צו זאגן אז די וואס האבן דאס געטאן זענען עתידים ליתן את הדין.
|
|
|
|
|