לויט ווי איך הער איז די מסע המלכות אפגעשטופט אויף כ' אלול יומא דהילולא פון הרה"ק ר' המשה אריה פריינד זי"ע.
נשלח ב-13/4/2010 23:04
מאכסט א וויץ - האף איך..
נשלח ב-13/4/2010 23:14
לויט ווי איך הער איז געפלאנט א ריזיגע הפגנה אין ניו יארק וועגן די פרישע פרשה פון די קברים וועלכע מדינת ישראל האט באשטעיטיג די וואך אויסצוגראבן, די הפגנה וועט זיין אנגעפירט דורך אדמו"ר מהרז"ל מיט די פערזענליכע השתתפות פונם גאב"ד.
דער גאב"ד האט געבעטן צו לאזן אפען די קומענדיגע תקופה פארן פראטעסט בהשתתפותו.
די אהרוינים וועלן דארפן אסאך שוויצן אפצולייקענען די אפענען צוזאמענארבעט פון התאחדות הרבנים בראשות האדמו"ר מהרז"ל מיטן גאב"ד.
נשלח ב-13/4/2010 23:29
אוי וויי ס'איז צרות
נפל האט דא נישט מיר נישט דיר באשטעטיגט אז די כ' סיון נסיעה איז געקענסעלט (קוקט אויס נאכן רעדן מיט זיין שוואגער'ס ברודער שכן וואס זיין פעטערס שוועגערן'ס ברודער וואוינט אין ירושלים)
איך האב גארנישט באשטעיטיגט בנוגע דעם נסיעה ווייל איך האב אין דעם נישט קיין אהנונג.
עס וועט אייך אסאך כוחות קאסטן און איר וועט דארפן אריינלייגן אין דער בלאט בלידער פונם פראטעסט מיטן גאב"ד ווי ער שמייכלט צו מהרז"ל און צו צושרייבן "דא שרייט דער גאב"ד"
נשלח ב-13/4/2010 23:49
יונה'לע
מיר ווארטן נאך אויפן ערשטן בריוו
לאמיר כאטש זען דעם צווייטן בריוו
נשלח ב-14/4/2010 00:23
נפל כתב:
לויט ווי איך העראיז געפלאנט א ריזיגע הפגנה אין ניו יארק וועגן די פרישע פרשה פון די קברים וועלכע מדינת ישראל האט באשטעיטיג די וואך אויסצוגראבן, די הפגנה וועט זייןאנגעפירט דורך אדמו"ר מהרז"ל מיט די פערזענליכע השתתפות פונם גאב"ד.
דער גאב"ד האט געבעטן צו לאזן אפען די קומענדיגע תקופה פארן פראטעסט בהשתתפותו.
די אהרוינים וועלן דארפן אסאך שוויצן אפצולייקענען די אפענען צוזאמענארבעט פון התאחדות הרבנים בראשות האדמו"ר מהרז"ל מיטן גאב"ד.
איינער האט געהעקט דיין ניק? אדער דיינע שוואגערס האבן אפגעהאקט מיט דיר??
נשלח ב-14/4/2010 01:00
ארונימליך, כאפטס ענק נישט אן אין ר' יונה'ס געבעקסן, ווייל ווען דער אמת קומט ארויס וועט ער נישט דא זיין ענק צו העלפן, כדרכו, עס לוינט נישט די ריסק
נשלח ב-14/4/2010 01:16
הייס, קאכעדיג א פרישע געבעקס פון נאך פסח יעצט ארויס פון די זאלי'ס
מהרז"ל געקענסלט די כ' סיון נסיעה צוליב די עלטערע בחורים פון די ירושלימ'ער ישיבה
"נישט מער א קראנקע שוויגער נאר עלטערע בחורים"
נשלח ב-14/4/2010 01:20
אזוי גאר? הייסט עס ער פארט יא?
נשלח ב-14/4/2010 04:42
א רחמנות דא אויף די זאליס, יעדער עקסטער פרובירט צו באקן א תירוץ, אפווישען די בזיונות וואס דער בג"ץ מאכט אן.