בית פורומים כל העולם כולו

ראוז פלאזא געווינט עפראוועל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/4/2010 23:24 לינק ישיר 



יכול פארוואס האט לעווין געוואוט דערפאר??? אויב 70% גייט פאר ארטיסטען???

ער קען זיך ווען האלטן פעסט אין לויט ווי די זאגסט וואלטן דאך די אנדערע קאנסול מעמבער נישט געוואוט יא אויב ער איז נישט דערפאר??

ווי אזוי האט נידערמאן ציגעלאזט אז לעווין זאל וואוטן יא דערפאר???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/4/2010 23:34 לינק ישיר 

לעווין איז נישט קיין היימישער איד, אים אינטערעסירט נישט צו מען בויט פאר ארטיסטען, ער קען נאר העלפען אויף עפעס וואס זאל בענעפיטען די מענטשען פון זיין דיסטריקט וועם ער רעפרעזענט.

והדבר פשוט מאוד, פליז מאך דיך נישט ווי די פארשטייסט נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/4/2010 23:37 לינק ישיר 

http://twitpic.com/1fluev - Winners of the Day!!!

http://twitpic.com/1fluth - Loosers of the decade!!! B"h Wmsb"g is no Longer under Niderman's Lappes, finished with his Terror!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/4/2010 23:43 לינק ישיר 


וואס פשוט??? נידערמאן איז לעווין'ס בעל הבית!!! ווען ס'ליגט ווען אין זיינע הענט, אין נידערמאן וויל נישט וואלט ער געוואוט דערקעגן, אין נישט דערפאר!!!

דאס איז פשוט מאוד!!!

בד"וו נעכטען האט עטץ פארקויפט אז נידערמאן גייט טיילן די דירות וואס איז געווארו דערמיט??

יעצט גיי ווייטער פארקויפן פאר דיינע אינגעליך אז ראזענבערג האט נאכגעגבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/4/2010 23:46 לינק ישיר 


אין פארדעם האט נידערמאן מבטל געווען די פארטעסט?? ווייל ס'גייט "נאר" זיין 70% פאר ארטיסטען אין נישט 75%??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 00:07 לינק ישיר 

וויאזוי גייט דאס ווערטל?


עס איז אלץ גוט צו קויפן א לאטא מיט אן אהרוני, ווייל ער געווינט אלעמאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2010 00:17 לינק ישיר 

וואס הייסט א לאו אינקאם דירה?
וויפיל קאסט דאס בערך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 00:19 לינק ישיר 


דוד'ל לאמיר פארשטיין

דורכפאל: אהרונים, ווייל זיי האבן געארבעט אז ראוז פלאזא זאל אפראווד ווערן, אין ס'איז אפראווד געווארן...

געווינערס: זאליס, ווייל זיי האבן געארבעט אז ראוז פלאזא זאל נישט אפראווד ווערן, אין ס'איז "יא" אפראווד געווארן...

יעצט זאג מיט וועם לוינט זיך צי קויפן א לאטא????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 00:26 לינק ישיר 

איינער ווייסט ווי מ'קען טרעפן באלאנד?

קאנפירמד - ברעיקינג: יצחק ראזענבערג ברעכט זיך!!!

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א אסיפת הרבנים ביי הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א אין שטוב, אויפן פארלאנג פון יצחק ראזענבערג אז די רבנים זאלן אפשטעלן הר"ר משה דוד נידערמאן הי"ו פון לוחם זיין אנטקעגן ראז פלאזא.
 
די רבנים האבן דן געווען בכובד ראש, און גע'פסק'ט אז ר' משה דוד טאר נישט אויפגעבן די מערכה לטובת דירות פאר אידן.
 
אויף דערויף בראות יצחק אז ס'איז גרויסע צרות (...) האט ער זיך געבראכן און געקומען צום פארהאדלונגס טיש מיט א פארשלאג אז 33% פון די דירות וועלן זיין לאו אינקאם, און צוגאב וועלן זיי זיין פיל גרעסער ווי לכתחילה געפלאנט, אזוי אויך געט ער איבער די מאנדאט פאר יו.זשעי.או. זיי זאלן פירן די צוטיילן די דירות ווי די גורלות א.ד.ג.
 
דאס וויליאמסבורגע אידענטום נעמט די בשורה טובה מיט גרויס פרייד, אז עס איז ב"ה געלונגען פאר די געטרייע עסקנים אדורך צופירן דעם געוואלדיגן פראיעקט לטובת אחב"י וואס מאנגלען זיך אין לאו אינקאם דירות.

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2776777&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2010 00:28 לינק ישיר 

מענטשן ציפן זיך צי מען לעבט צי מען טויט, מען קען פשוט נישט גלייבן אז דער גנב נידערמאן האט געכאפט אזא שאס.
פאריגע וואך איז נידערמאן מיט וויטא לאפאז געווען אין סיטי קאנסול זיכער צי מאכן מאכן אז די וואטוס איז קעגן ראוז פלאזא
היינט זענען זיי שוין נישט געווען אין קאנסול לכאורה לויט די זאליס וואלט דאך נידערמאן געדארפט אראפ קומען אפנעמען זיין מזל טוב אין טרינקען לחיים.
 
ווען די קאמיונעטי באורד האט געשטימט קעגן ראוז פלאזא אין נידערמאן האט דארט געהאלטן א העצערישע דרשה קעגן יצחק, איז יצחק ציגעגאנגען צי נידערמאן אין געפרעגט וואס ער האט קעגן ראוז פלאזא אפשר קען מען זיך אראפ זעצן אין פארהאנדלן
האט אים נידערמאן געזאגט מיט רשעות, איך טו וואס מיינע רבנים הייסן 
ווייסט איינער וואס זיינע רבנים זאגן יעצט ? 
ווייסט איינער פארוואס די רבנים לאזן נישט מאכן קיין פראטעסט וואס טוט זיך מיט ארטיסטן .

צים סוף נידערמאן האט געזעהן אז ס'איז צרות פין די הויכע פענסטערס אין סיטי קאנסול האט מען ארויס געגעבן א באפעל אז ס'מיז פאר אלע פרייזן דורך גיין
האט נידערמאן ארויס געלאזט א ספין צי בארוגין די זאליס אז ער גייט טיילן די עפארדבאל הייזער
וואס האט זיך פריש ארויס געלאזט אלץ פיסטער שקר פין די צישאסענע זאלי'ס וואס ווייסן נישט וואס צי טיען פאר כעס.
 
מען הייבט אן אויף צי כאפן נידערמאן מיט לאפעז זענען נישט בעל בית אין דער מעסיזש איז היינט קלאר אין הויך
אז מען גייט ברעכן נידערמאן פאר אלע פרייזן ער טוט אלעס אויף זיין היינט אין קיין רבנים נאר פאר רשעות.

צי די זייט די זאליס ווערן קראנק ווען זיי הערן אז יצחק ראזנבערג איז געווארן א מיליאנער איבער נאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 00:33 לינק ישיר 

דעס האט שלום דייטש מיט יאסעלע פריעד פאריגע מיטוואך ארום געשיקט

SatmarHQ
pls be mispalel that the building of 28 floors 800 apt (Certified Lumber)not for comunity doesn't get approved by city council today



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 00:45 לינק ישיר 

שווער צו גלייבען אז וויטא לאפעז כאפט א פליק אין קאונסיל
ער איז דארט א ממליך מלכים
מן הסתם האט ר' יצחק געמאכט א דיל מיט איהם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 00:49 לינק ישיר 

די עלטערע אידן דערציילען מיט פרייד דער טאג וואס דער שטעטל מסור האט געכאפט זיין וויסטער מפלה גדולה, די גאנצע שטאט איז צוזאם געקומען און זיך געפריידט און געדאנקט דעם הייליגען באשעפער אז דער שטעטל מסור האט זיין מפלה געהאט.

איצט וועלן מיר קענען איבער געבן פאר אונזערע קינדער דעם הייניטיגען גרויסען טאג מיטוואך טהרה ר"ח אייר תש"ע, דער גרויסער טאג וואס וועט אייביג געדענגט ווערן, דער טאג וואס משה דוד נידערמאן דער מסור ומלשין פון אונזער שטעטל וויליאמסבורג האט געהאט זיין וויסטער מפלה, וואס קלינגט אפ איבעראל!

און דער גרויסער טאג וואס וועט אייביג געדענגט ווערן, דער טאג וואס דער מסור נידערמאן שותף, דער שונא ישראל וויטא לאפעז, האט געהאט זיין וויסטער מפלה, וואס קלינגט אפ איבעראל!

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!

היינט איז געווען א טאג מיט פרייד ווען דער מסור נידערמאן איז פאליטיש באגראבען געווארן, ווען די גוישע פאליטישע וועלט וואס ער האט אמאל געהאט אין טאש, און געטאן וואס ער וויל, יעדער איד וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיטן מסור האט ער אונטער געברענגט, זה למיתה, וזה לחנק, איז געווען ביי אים א טאג טעגליכער נישטיגער זאך, איין איד נאכן צווייטען גע'מסר'ט, שאדן געמאכט, וכו', מען האט אים געמיזט באצאלען ריזיגע סכומים טאשן געלט טאמער איינער האט עפעס געוואלט פון די שטאט, ווייל ער האט געהאט די שטאט אין די האנט!

אבער ב"ה היינט איז געקומען צו א ענדע!!!

נאך דער גרויסער קאמף וואס דער מסור האט אפגעטאן, מען רעדט שוין נישט דעם חילול ה' שמים באופן נורא וואס דער מסור האט אפגעטאן, ווען פאריגע וואך אליין נאך דעם וואס די אחים ראזענבערג ני"ו האבן געזאגט פאר די לענד קאמיטי אז זיי גייען געבן 30 פארצענט עפאריבאל הייזער, האט זיך אויפגעשטעלט דער מסור נידערמאן און געזאגט א דרשה פאר די גוים, אין פנים פון ר' יצחק ראענבערג, און געזאגט:

איך רעדט אין נאמען פון די אידישע קאמיאנעטי, מען טאר בשום אופן נישט דורך לאזן ראז פלאזא, ווייל דער אינפירער דערפון איז יצחק ראזענבערג, ער איז א קרימינאלער פארברעכער, ער איז שוין 2 מאל געגאנען באנקראט, ער איז א גנב און א שלעכטער מענטש, יעדער אין די אידישע קאמיאנעטי ווייסט אז ער איז א גנב, און אזא מענטש טאר מען גארנישט געבן, און דאס איז חוץ דעם וואס די לענד איז פיל מיט שרעקליכע עווייערמענטאל פארבלעמען, וואס טאמער מען גראבט דארטן גייט עס שטארק שאטן פאר די געזינט פון די מענטשן ארום און בפרט פאר די קינדער, זאל עס בלייבן אזוי ווי יעצט קאמערשאל ווייל די קאמיאנעטי דארף קאמערשאל דשאבס.

אזוי האט דער רשע ומסור משה דוד נידערמאן געזאגט פאר די גוים, און דאס זעלבע האט ער געזאגט פאר די פרעסע, און ארום געשיקט געמיינע זאכן קעגן ר' יצחק.

אויך האט ער איינגעשפאנט דער שונא ישראל וויטא לאפעז, וואס האט זיך מחיה געווען אז מען קען אונטער ברענגען א איד, שאדן מאכן פאר א איד מיליאנען, און די דריי שותפים מסור נידערמאן, שונא ישראל וויטא לאפעס, קאנסילמאן לעווין, האבן געארבעט מיט אלע כוחות, אויף אלע אופנים, מיט אומענטשלעכע כוחות אז דאס זאל נישט דורך גיין.

נעכטן נאכמיטאג איז ב"ה געקומען די שינוי לטובה, ווען די ספיקער פונעם קאנסיל, האט געמאלדן פאר די קאנסיל מעמעבערס, אז זי האט דורך געטאן די זאך מיט מעיאר בלומבערג, און זי זעהט אז די דריי רשעים ארבעטן נאר אויף אונטער צו ברענגען ראז פלאזא פאר פאליטישע זאכן, און מיינען נישט קיין האזינג וכו', האט זי באשלאסען מיטן מעיאר, צו בעטן אלע קאנסיל מעמבערס צו שטימען יא פאר ראז פלאזא.

קאנסיל מאן לעווין האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה, אז ער איז פארטיג און דער קאנסיל גייט שטימען יא, צו ער וויל יא צו נישט, האט ער נעכטן 9 ביינאכט אויסגעדרייט דעם היט, און געזאגט אז ער גייט שטימען יא, פארשטייענדיג אז ער וועט זיין די גלעכטער פון די שטאט, אז די גאנצע קאנסיל וועט שטימען יא, און ער וועט שטימען ניין, אבער די אנדערע 2 לאפעז מיט נידערמאן האבן נישט אויפגעגבען און ביז היינט אין מיטען טאג האבן זיי נאך פרובירט מיט אלע זייערע כוחות און רשעות דאס אפצושטעלען!

אבער ב"ה לא עלתה בידם, און ראז פלאזא איז דורך אין קאנסיל!

און מיט דעם האט דער מסור ומלשין נידערמאן געהאט זיין וויסטער מפלה!

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/4/2010 01:38 לינק ישיר 

דער אייבישטער זאל העלפן די אהרוינים זאלן נאר אזוי פארלירן
אין די זאליס זאל נאר אזוי געווינען אין ס'וועט זיין שלום על ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2010 02:00 לינק ישיר 

City Council passes Williamsburg development project

Another battle came to a close in the ongoing feud between two camps of New York's Hasidic Satmar world today, with the City Council passage of a large development project in the Williamsburg section of Brooklyn.

After contentious, behind-the-scenes negotiations between the developer, Isack Rosenberg, and Brooklyn Democratic Chairman Vito Lopez, who originally opposed this project, the Council passed the measure.

Sources say Lopez, a Democratic Assemblyman, begrudgingly backed it, as did his ally, Councilman Steve Levin (D-Brooklyn). The two are close to the Williamsburg Satmar clan and the project is aligned with the opposing group in Orange County.

Some said the move showed a thawing in the historically icy relationship between Council Speaker Christine Quinn and Lopez, since Lopez was able to get a higher affordable housing component from the developer before the measure came to pass.

But others said Quinn pressured the Brooklyn kingpin to come around because she would have supported it with or without him, particularly since the Council recently killed a major development project for the vacant Kingsbridge Armory in the Bronx.

"Lopez and Levin wanted to kill this absolutely, 100 percent. They made the best deal they could, but ultimately this is a reward to the other side here," the source said




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ראוז פלאזא געווינט עפראוועל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.