שמרונים = אהרוינים?
ווען געפאלט דאס יאר א' שמות? הער איך כסדר ווי מען פרעגט אהרוינים...
אין ארץ ישראל געפינט זיך א גרופע וואס רופן זיך 'שמרונים' זייערע מנהגים זענען זייער ענדליך צו אידישע מנהגים, לויט געוויסע מקורות אין היסטאריע זענען זיי אפשטאמיגע פון תלמידים פונם אותו האיש ימ"ש וזכרו.
היסטאריע פארציילט אז ווען מען האט גע'הרג'עט יוזלן ימ"ש זענען א חלק פון זיינע תלמידים אנטלאפן צו די בערג זיך דארט באהאלטן אלס פחד פון נקמה דורך דעם עולם.
די גרופע האט א "כהן גדול" און זענען מקריב קרבנות וכדו'.
נא וואספארא קשר איז דא צווישן די שמרונים און די אהרוינים?
די שמרונים האלטן דעם יו"ט פסח בערך אזוי ווי להבדיל אלע ערליכע אידן, 'אבער' זיי ניצן א אייגענע לוח און לויט זייער לוח וועלן זיי אנהייבן דעם יו"ט אין 14 טעג פון היינט... ביי זיי איז היינט ר"ח ניסן...
|
|