בית פורומים אידישע געדאנק

וויכטיגע מעלדונג פאר "אלע" וואס האבן רשות כתיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/4/2010 23:36 לינק ישיר 
וויכטיגע מעלדונג פאר "אלע" וואס האבן רשות כתיבה

בחסדי השם גרייטן מיר זיך צו פייער אונזערע ערשטע 6 חדשים עגזיסטענץ

עס איז נישט קיין סוד אז אין די קורצע 5 חדשים פון ווען מיר האבן געפענט האבן מיר מצליח געווען אויסצוואקסן די גרעסטע און געשמאקסטע אידיש פורום. און דערמיט ראטעווען מיר אפ דעם ציבור פון פאשען אין פרעמדע פעלדער די "ליידער אידישע" פורומ'ס וואס זענען פול מיט ניבול פה, שפיחת דמים, בזיון תלמידי חכמים וצדיקים וכדו'.

אסאך כוחות זענען געווארן אריינגעלייגט צו האלטן דעם פורום זויבער און אויף א הויכע ניוויו.

כדאי צו קענען אנהאלטן דעם הויכן סטאנדערט פעלט זיך יעצט אויס א רי-ארגאניזאציע כדי צו קענען דעם פורום מער און מער אינפארמאטיוו און צו זען מי ומי ההולכים און יעדער זאל זיך פריש מתחייב זיין איינצוהאלטן די "געציילטע" תקנות המקום.

אלע שרייבער דארפן איבערליינען די תקנות, מען קען געפינען די תקנות אינם אשכול "מפתח" אנהויב פונם פורום.

ליינט איבער די תקנות און שיקט צו מיר אין אישי א התחייבות איינצוהאלטן די תקנות.

איר האט גאנצע צוויי וואכן צו קענען שיקן אין אישי א התחייבות, די אלע וואס האבן רשות כתיבה און זענען זיך נישט פריש מתחייב וועלן ווערן ארויסגעשלאסן.

נ.ב. די אלע וואס האבן געשיקט במשך די לעצטע תקופה בקשות וכדו' אין אישי און האבן נישט באקומען א תשובה זאלן ביטע שיקן נאכאמאל, אנטשולדיגט מיר האבן געהאט טעכנישע פראבלעמען אין אישי.


תוקן על ידי המהדרין ב- 14/04/2010 23:39:28




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/4/2010 20:16 לינק ישיר 

אין די קורצע תקופה פון ווען מיר האבן ארויפגעלייגט דעם אשכול האט זיך דערקענט א געוואלדיגע שינוי לטובה ב"ה.
פון איין זייט האבן מיר מצליח געווען זיך צו פארשטענדיגן מיטן קאנטערווערסיאלער שרייבער 'פארמעגליך'. אזוי ווי איר האט זיך איבערצייגט האט ער אנגעהויבן שרייבן דא. אויך האבן מיר מצליח געווען אז עטליכע ניק'ס האבן אריינגעלייגט באלערענדע אשכולות לדוגמא די כל בו כהנים\מירון פון 'נפל' ועוד.

פון די צווייטע זייט האבן עטליכע ניקס געכאפט דעם ווינק אז זייער פלאץ איז נישט דא זייערע רעטאריק און קינדישע ספינס זענען נישט 'וועלקאם' ביי אונז און האבן זיך טאקע אפגעטראגן. געוויסע וואס האבן נישט פארשטאנען דעם 'ווינק' האבן מיר אן קיין רמזים געוויזן די 'טיר ארויס'.

מיר האפן און ארבעטן אז איר זאלט נישט דארפן זיכן נייעס און אינפארמאציע אין אנדערע מקומות וד"ל.

א וויכטיגע נקודה וואס קען שטארק צוניץ קומען פארן ציבור:
עס שטעלט זיך ארויס אז דער עולם פארברענגט דא אסאך מיט חסידישע פאליטיק. אין די צייט פארגעסט מען אז אויפן צווייטן זייט פונם 'סקרין' זיצן אנדערע. דעריבער איז דאס א פאסיגע כלי זיך דורך צו שמועסן כל מיני נושאים, אויב ווילט איר לדוגמא רענטן א קאר, סיינען א קאנטראקט אויף א סעל פאון, איר דארפט 'דיירעקשאנס' וכדו' וכו' קענט איר עפענען א אשכול דערויף. ותשועה ברוב יועץ.

----

דערווייל שטייען מיר 'איין' טאג אוועק פונם 'דעד-ליין' וואס מיר האבן דערמאנט אינם ערשטן תגובה אין דעם אשכול. מיר זענען שטארק איבעראשט פון די געוואלדיגע סכום פון ניק'ס וואס האבן זיך מתחייב געווען און איך 'נייע' ניקס וואס האבן ביז היינט זיך אפגעהאלטן פון שרייבן צוליב כל מיני סיבות. מיר האבן ערהלאטן אסאך דאנקן אין אישי פון 'נייע' ניקס וואס האבן נישט געוואלט שרייבן צוליב וואס די סטאנדארט 'הייד פארק נוסח' איז נישט פאר זיי, אבער זענדיג אז די הנהלה מיינט דאס ערענס זענען זיי גרייט אריינצוטאנצן אינם וואגן און פירן שמועסן 'נאר אויף דעם סטאנדארט וואס איר וואלט געפירט מיט חברים פנים אל פנים'.

מיר וועלן אי"ה מארגן אנהייבן דעם 'קלין-אפ'. אויב האט איר פארלוירן רשות כתיבה קען דאס זיין וועגן דריי סיבות. איינס, איר האט זיך נישט מתחייב געווען צו הלאטן די תקנות (די עצה איז שיקן א התחייבות אין אישי צו המהדרין). צוויי א טעכנישע טעות פון איינע פון די מנהלים.
דריי די הנהלה שפירט אז אייער פלאץ איז נישט דא.
מיר וועלן נישט שרייבן פערזענליך אין אישי פאר די ניק'ס וואס האבן פארלוירן די רשות כתיבה.
אין פאל איר זענט פון די וואס האבן פארלוירן רשות כתיבה, קענט איר זיך ווענדן אין אישי צו המהדרין געוואר צו 'פארוואס' איר האט פארלוירן רשות, אבער מיר גערענטירן נישט א תשובה תיכף ומיד, מיר וועלן לכאורה זיין אינטער פרעשאר פון אסאך ארבעט.

הצלחה וברכה
ההנהלה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2010 18:25 לינק ישיר 

היום יום, מיר הייבן היינט אן די קלין-אפ

אויב דערזעט איר זיך אן רשות כתיבה קען דאס זיין וועגן דריי סיבות.
איינס, איר האט זיך נישט מתחייב געווען צו הלאטן די תקנות (די עצה איז שיקן א התחייבות אין אישי צו המהדרין). צוויי א טעכנישע טעות פון איינע פון די מנהלים.
דריי די הנהלה שפירט אז אייער פלאץ איז נישט דא.

מיר וועלן נישט שרייבן פערזענליך אין אישי פאר די ניק'ס וואס האבן פארלוירן די רשות כתיבה.

אין פאל איר זענט פון די וואס האבן פארלוירן רשות כתיבה, קענט איר זיך ווענדן אין אישי צו המהדרין געוואר צו 'פארוואס' איר האט פארלוירן רשות, אבער מיר גערענטירן נישט א תשובה תיכף ומיד, מיר וועלן לכאורה זיין אינטער פרעשאר פון אסאך ארבעט.

הצלחה וברכה
ההנהלה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויכטיגע מעלדונג פאר "אלע" וואס האבן רשות כתיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext