כשמו כן הוא!
דער נאמען נידערמאן האט זייער א פשוט'ן באדייט, און מ'ברויך נישט צוקומען צו קיינע גימטריאות וכו'...
נידערמאן מיינט: א נידעריגער מאן!
איך האב אבער נישט געוויסט ווי ווייט שמא קא גרים, רחמנא לישזבן.
הערטס_צו א מעשה,
איך וואק אריין דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח אין גראסערי, דער אייגענטימער, מיינס א באקאנטער, זאגט מיר ער וויל עפעס רעדן מיט מיר. אונז גיי מיר אין א זייט און ער זאגט מיר:
אזויווי דו ביזט א פארמעגליך אינגערמאן ב"ה, וויל איך דיר בעטן אז זאלסט מיר ארויסהעלפן, איך האב א קאסטומער א איד א אמת'ער בן תורה וואס מוטשעט זיך זייער און האט א שטוב מיט קינדער, ער קומט מיר שוין - - . - - - , - $ (אן אסטראנאמישע סכום)! און איך ווייס אז ער קען מיר נישט באצאלן, אבער למעשה האב איך א פראבלעם אים אפצוזאגן.
פונקטליך וואס איך האב געטון איז נישט קיין נפקא מינה, אבער על העבר איז עס ערלעדיגט.
וואס העט אבער זיין מיט'ן עתיד?!
דער איד איז גראדע א פאפא'נער און אחוץ גריסן פון צייט צו צייט האב איך אים נישט געקענט, אבער דאס איז זיכער אז ער איז א איד וואס איז זיך ממית על התורה. איך האב געקאנטאקט דעם איד אז איך וויל זיך טרעפן מיט עמען און עפעס דורכשמועסן, רעדנ'דיג האב איך אריינגעדרייט אין דער שמועס זיין פינאנציעלער מצב, פארציילט ער מיר אזוי,
איך האב אלע יארן געלעבט ברייט דורך א יששכר זבולון געשעפט, און ליידער איז פלוצים זבולון געגאנגען בארג אראפ מיט די פרנסה און נישט נאר ער קען מיר גארנישט געבן, נאר ער איז אינגאנצן אנג'חובות'ט! יעצט פאר פסח האב איך מיך בלית ברירה געוואנדן צו א חבר ממינער פאר הילף, האט ער מיך אנגעטראגן צו ר' משה דוד נידערמאן אז ער זאל מיר ארויסהעלפן כאטש יעצט פאר פסח, איך האב גערעדט מיט מ. ד. א צוויי דריי מאל און ס'האט אויסגעקוקט אז די דאגה איז שוין אראפ פון מיין קאפ, ער האט מיר צוגעזאגט פון אלעם - וויין, מצות, גרינצייג און פרוכט וכו' וכו', איינמאל האב איך אים אנגערופן און איך בעט אים, אז ווען ער וועט מיר ארלעדיגן מצות זאל ער פראבירן אז ס'זאל זיין פון אריזאנא. מיין חבר האט מיך שפעטער מסביר געווען אז מ. ד. האט זיך לכאורה פון דעם באליידיגט, אבער איך קען דיר נאר אזויפיל זאגן אז זייט יענעם טעלעפאן רוף האב איך מער נישט געקענט צוקומען צו אים!
רבותי! אין די ווערטער: זייט יענעם טעלעפאן רוף האב איך מער נישט געקענט צוקומען צו אים!, ליגט אידיש בלוט! דאס הייסט אן עסקן?! ביי מיר הייסט דאס: נידערמאן!
יא! כשמו כן הוא!!
איך וויל בעטן דעם עולם, ווער עס וויל זיך מיט עפעס משתתף זיין זאל זיך ווענדן צו מיר אויף [email protected] אדער אין אישי.
יישר כח, תזכו למצוות!
 |
|
|