בית פורומים כל העולם כולו

פאקט'ן און ידיעות וועגן מיעל מארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2010 23:03 לינק ישיר 
פאקט'ן און ידיעות וועגן מיעל מארט

היות די עניני הכשרות איז שטארק אין די נייעס, איבערהויפט די ענינים פון שחיטה, און איבערהויפט די ענינים פון בשר בהמה, וויל איך עפענען אן אשכול וואס זאל אראפברענגן די פשוט'ע און גלייכע פאקט'ן פון וואס עס טוט זיך אפ אין מיעל מארט. דער איינציגסטער גסות שחיטה אין אמעריקע, און די גרסטע אין די וועלט.
היות יעדער האט דאך עפעס א חבר וואס איז א שוחט אדער בודק אדער משגיח אין מיעל מארט, בעט איך יעדער זאל פרעגן זייער באקאנטע די אינפארמאציא, און עס דא ברענגען.
ביטע נישט אריינמישען סתם לשון הרע און פוליטיק, נאר טריקענע פאקט'ן.
א. ווער זענען די שוחטים און בודקים?
ב. וועם נעמט מען יא אהן און וועם נישט?
ג. ווער זענען די מנקרים?
ד. ווי שח'ט מען אלץ?
ה. וואס איז די סדרי השחיטה אין יעדע פלאץ?
ו. ווער זענען די אחראים אויף די אלע אפטיילינגען?
וכו' וכו'
ביטע "נאר פאקאט'ן און ידיעות", נישט לשון הרע און פוליטיק
ווער עס קען נישט דא פאסט'ן זאל שיקען צי :[email protected]



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 01:08 לינק ישיר 

לויט מיין וויסן, נאך צוויי וואכן פון ריסיורטש. איז די פאלגענדע גאר קראנט.

און מיר וועלן פרובירן צו גיין לויט די רייע פון די גרויס פון די בית השחיטות:

א.      טשיקאגו – 560 בהמות א טאג (North Aurora Beef Packers)

ב.      אורגוויי – 500 ביז 750 א טאג, אבער נאר יעדע צווייטע חודש (Frigorifico Las Piedras)

ג.       טורנטו – 300 בהמות א טאג

ד.      טעקסאס – 200 בהמות א טאג

ה.      מאנטריאל – 250 ביז 300 קעלבער א טאג

ו.        טשילע – 200 בהמות א טאג, יעדע צווייטע חודש

ז.       מארטשו NJ– 200 קעלבער א טאג

ח.      באלטימאר – 100 בהמות א וואך

ט.      קאטעלי – 200 קעלבער א טאג

י.        דעטרויט מישיגען – 750 לעמעלעך א וואך

יא.    מזמן לזמן שח'ט מען אויך אין די פאלגענדע פלעצער. מינאסוטא-גסות. וויילוסינג PA עגלים. יוטיקאNY  עגלים. דענווערCO  כבשים. עמפייער-עופות. נאברעסקע-גסות. פעטערסון NJ-כבשים ועגלים.

ווער עס ווייסט מער פרטים זאל עס ביטע שיקן צו: [email protected]

מיר האפן אי"ה די אנדערע וואך צו לייגן א ליסטע פון אלע שוחטים בודקים משגיחים מנקרים אחראים ורבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 01:29 לינק ישיר 

אין קרית יואל שעכט מען יעדע וואך ארום 1000 קעלבער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2010 01:33 לינק ישיר 

איין זאך ווייס איך בן פראדל האט געמיינט אז אין קרית יואל וואינען לעמלעך, ער איז געוואיר געווארן אז דארט וואינען שטירן וואס קענען גוט שטויסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2010 02:22 לינק ישיר 

ר' מיעל מארט ני', עס וואלט זייער וויכטיג געווען זאלסט אויך זאמלען א ליסטע פון אלע פאבריקען אלע האלס אלע קעיטערער'ס (90 פערצענט האל'ס און קעיטערער'ס זענען מיעל מארט) ווי דער רב המכשיר, הרב מ'נירבאטור שליט"א האט זיין הכשר. 

די מיעל מארט שחיטה איז ארינטער געקיייקלט אזוי מיאוס אז אונזער רבי שליט"א האט געמוזט נעמען שטרענגע שריט. עס איז זייער שכל'דיג אנצונעמען אז די אלע אנדערע זיינען נישט בעסער נאר דער רבי שליט"א האט זיך נאך נישט אריין געלייגט אין זיי.

ועוד חזון למועד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 08:15 לינק ישיר 

מ'מוז פארשטיין וואס איז באמת געשעהן מיט מילמארט אין די לעצטע תקופה,

די עצם שחיטה פאר 30 יאר צוריק איז באשטאנען פון 10 שוחטים וואס זענען נאך'ן ותיקין מנין ארויס געפארן צו די שחיטה און געשחטן קארגע 100 בהמות א טאג, און זענען צוריק געוועהן צו מנחה מעריב אין ביהמ"ד,

די אחים וויינשטאק זענען באמת וואוילע אידן און נאכגעקומען אלעס וואס די בעלי מכשירים האבן פארלאנגט, און דער אמת'ע פאקטן זענען אז דער באטור'ע רב זצ"ל ויבלח"ט בנו שליט"א האבן אלע יארן געהאט א רעקארד פון ערליכע כשרות ווי קיין סקאנדאלן זענען נישט געוועהן ביי זיי,

די התחלת הירידה איז געווארן ווען ס'איז געוועהן מצבים וואס מ'האט געקענט מאכן תיקונים און פארבעסרן די שחיטה אבער איינע פון די משמשים בקודש פנימה ביי רביה"ק מיט זיין שבת אחים זיי פלעגן נישט צולאזן קיין שינוים לטובה, און מאנאווירט ביים רבי'ן אין שטוב אז אלעס זאל בלייבן ביים אלטן, אזוי ארום האט מילמארט באקומען דעם נאמען "דעם רבינ'ס שחיטה"
על אף וואס ס'איז דא בפי' טעיפ'ס און ס'איז געדריקט געווארן לעצטנס אין בית וועד לחכמים ווי דער רבי ז"ל זאגט קלאר אז ער האט נישט קיין שחיטה אויף בהמות, ער ניצט נאר דעם באטור'ע רב'ס שחיטה, לעצטנס איז ארויס געקומען א ספר פון באטור'ע רב שליט"א ווי ער שטעלט אוועק אז זיין שחיטה איז גאר דעם רבי'נס שחיטה... וואס איז א שקר מוחלט, כאילו יעדע קולא וואס איז באשטעטיגט געווארן פון די שטוב מענטשן איז גאר געוועהן דער רבי ז"ל זעלבסט.

כהיום יום, איז די אפציעלע שחט הויז אין שיקאגא א פאבריק ווי עס ווערט געשחט'ן 600 בהמות א טאג צו פערציג אידישע ארבעטער'ס דאס מיינט בלויז 40 אידישע שוחטים ובודקים דארף'ן קעיר נעמען פון 600 בהמות טעגליך, שטעלט זיך די פראגע איז דאס דעם רבינס שחיטה?, אין רבינ'ס צייטן איז דאך געוועהן בלויז 10 שוחטים פאר קארגע 100 בהמות א טאג,

די מצב האלט שוין אז שוחטים האבן נישט מורא צו זאגן אפן אז אין די לעצטע שעה פון טאג איז נישטא קיין הרגשה, זיי זענען שוין נישט מרגיש אויפן מעסער צו ער איז פגום צו נישט, און טייל מאל נאכן ענדיגן שחט'ן נעמען זיי דעם מעסער אין די האנט מתוך יושב הדעת אין זייער שטובל אין זעהן קלארע פגימות, וואס איז א ערנסטע חשש טריפה, איז דאס א דשאק?

ווען איינער איז משנה פון אזא שחיטה און גייט צוריק צו 30 יאר און הייסט אז 10 שוחטים זאלן שחט'ן צו 100 בהמות א טאג, הייסט דאס משנה געוועהן פון רבי'ן ז"ל, אדער גאר מחזיר געוועהן עטרה ליושנה?

אבער דער אמת איז אז מילמארט האט א שטארקע טענה, ווער זענען זיינע קאסטומער?, וויפיל שטיקלעך בהמה פלייש גייט אויס צווישן היימישע אידן אין וומס"ב ב"פ ק"י?, די תי' איז אז די היימישע קאסטומער זענען גאר א קליינע פראצענט, אונזער עולם איז נישט געוואוינט צו עסן בשר, מ'באגניגט זיך מיט א שטיקל טשיקן, ברוילט אדער גרילט ותו לא, אויף יו"ט קויפט מען אפאר שטיקלעך, און צו די טשאלענט ווארפט מען אריין א שטיקל בהמה פלייש, פון דעם אליין קען מען קיין ביזנעס נישט מאכן, זיינע קאסטומער'ס זענען בעיקר די פרעמדע גאס, און דערפאר ברענט אים נישט צו זיין מהודר מן המהודר, ער זיכט נישט קיין שטאטע שחיטה, ווייל די וואס זיכן עס נעמען פון טעקסאס...

אפגערעדט זינט פרשת ראבאשקין זיכט ער צו כאפן וואס מער די פרעמדע גאס, מ'זעהט קלאר אז אין די לעצטע תקופה איז געשעהן היפש שיניום אין מילמארט בעת אמאליגע צייטן האבן די היימישע שוחטים געהאט די ערשטע רעכטן און זענען אלץ געשיקט געווארן פריער אויף דשאב'ס אל אווער אמעריקא, און הערשט דערנאך האט מען געגעבן ארבעט פאר די מער פרעמדערע שוחטים, היינט איז דאס נישט אזוי, די פרעמדערע שוחטים זענען פירסט פיארעטי צולב זייער שנעלע ארבעט, די היימישע שוחטים זענען צו שטאט פאר מילמארט, מ'דארף אריין כאפן ווי מער צו שחט'ן און פאשן ווי מער סחורה...

דאס איז א מקצת וואס קומט פאר אין מילמארט, מיר ווייסן נאך, אבער סיג לחכמה שתיקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2010 19:07 לינק ישיר 

זייער גוט געשריבן, כוואליע.

בנוגע וואס דו שרייבסט וואס עס איז "דעם רבין'ס שחטיה".
האב איך געהערט אין נאמען פון הר"ר נח גפן שליט"א שו"ב, אז ווען מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן ז"ל א הוראה איבער מער הידוירם וויאזוי צו שחט'ן - ווען מען האט גע'שחט'ן פאר אים פריוואט - , האט די רבי צוגעלייגט איין זאך: מען זאל מאכן א "טרוקענע בדיקה".
א טריקענע בדיקה הייסט אז איינער מיט טרוקענע הענט זאל מאכן א בדיקה אויפן חלף בעפאר יעדן איינציגן בהמה, צו פארזיכערן א "שיינעם חלף" (ווי די רבי דרוקט זיך אויס כסדר), ווייל די הרגשה איז שוואך ביי א נאסע בדיקה, און מען קען שווער כאפן א פגם.
און אז "דאס" האט רביה"ק געוואלט פאר זיך, קען "דאס" ווערן אנגערופן "דעם רבין'ס שחיטה". און ווי באוויסט איז דאס פון די גרויסע נייע הידורים אין טעקסאס.

ער האט אויך צוגעלייגט אז דער באטור'ער רב זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער ווארט אויף די געלעגנהייט צו קענען אויספירן מכח אל הפועל צו איינפירן א טרוקענע בדיקה.

וברוך שהחיינו וגו' לזמן הזה.

תוקן על ידי fiveboro ב- 26/04/2010 19:33:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2010 07:33 לינק ישיר 

איך זעה אז מענשטן האבן א שוואכקייט קעגן א הידור, ווי צב"ש מהודר'דיגע ווייץ, אדער מהודר'דיגע פלייש, אנשטאט צו טון צו דער זאך זיך צו נעמען און מהדר זיין, פאקט מען זיך אריין אין א מאנטל פון מ'איז נישט משנה, אין א לבוש פון "איך וויל נישט זיין פרומער פון מיין רבי'ן, זיידן" וכו'

וואס ליגט אונטער דעם?, ערליכקייט נישט, דער מקור דערפון איז נישט קענען קוקן דעם אמת אין פנים, לאמיר געבן א שטיקל משל אויף דעם, א יונגערמאן מיטן נאמען שלמה לייב וויינבערגער פון ק"י האט ארום געשיקט א קונטרס אפאר יאר צוריק פאר אלע אידן איבער חתונה מאכן, איבער עפארדעבל פלענער, דער ציל פונעם קונטרס איז געוועהן פשוט אויפצוקלערן דעם עולם ווי נאריש און לעכערליך רוב אומזיסטע אויסגעבעריי זענען,

די רעאקציע פונען ציבור איבער דעם קונטרס איז געוועהן פארשידנארטיג, אבער די אינטרעסאנטע חלק דערפון איז געוועהן אז די יונגערע עולם איז געוועהן מער דערפאר און כמעט יעדער בפה אחת האט געזאגט אז ס'מוז ווערן, ווידער די מער עלטערע עולם די וואס האבן שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער זענען ארויס שטארק שארף קעגן דעם און זיי האבן זיך געלאזט הערן אז ס'האט נישט קיין האפט (רובם פון די עלטערע אבער יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל)

יעצט לאמיר טאקע חוקר זיין וואס איז טאקע די סבה פארוואס די עלטערע עולם איז געוועהן דערקעגן?, די סבה איז וויבאלד דער קונטרס האט אזוי שטארק אוועק געשטעלט און אראפ געריסן די אומזיסטע קאסטן פון א שמחה ווי אזויפיל געלט גייט אין מיסט, האט א מחותן וואס האט שוין חתונה געמאכט די קינדער נישט געקענט מיטשאקלען מיטן קאפ און זאגן יא ער איז גערעכט, ווייל אויב יא מיינט דאס צו זאגן אז ער אליין האט ביז איצט אויסגעגעבן געלט אין מיסט אריין און ס'איז געוועהן סתם א איבריגע זאך, אזא זאך קען א מענטש נישט מסכים זיין צו זאגן אויף זיך, ממילא מוז ער זאגן אז ניין דער קונטרס איז נישט אויסגעהאלטן און ער איז נישט גערעכט מ'דארף יא חתונה מאכן מיט ברייטערע הוצאות,
מ'דארף זיין זייער גראד און אויסגעהאלטן צו נעמען דעם אמת קעגן זיך און זיך אליינס קענען אפרעגן און קומען צו די החלטה אז ביז יעצט איז נישט גוט.

ע"כ המשל, הנמשל מובן, ס'איז זייער שווער פאר מענטשן צו נעמען און קוקן דעם אמת אין פנים אריין, מענשטן ווילן נישט הערן אז די פלייש, ווייץ, וואס ער האט געגעסן ביז היינט איז דא א צד קולא, און ס'איז דא א מקום ווי מחמיר צו זיין, נע ס'קען נישט זיין, איך? איך האב נאר געגעסן פון די הייליגסטע וואס איז דא אויפן מארקעט, צו קענען מחליט זיין אויף זיך אז ניין, איך קען ניצן מער מהודר, מוז מען זיין זייער ערליך און אמת'דיג, נאר מיטן אמת און זיך נישט פאפן מיט פאלשע תירוצים צו פארדעקן די ביז יעצטיגע קולא פשוט צו פארגלעטן דעם געפיל אז ער איז נישט די הייליגסטע,

איך גלייב אז דער עולם פארשטייט ווי איך ציל, יא, ס'איז דא א היפשע מקום ווי מחמיר צו זיין, און ווער ס'לייגט זיך אריין דערון זעהט עס קלאר, און די נייע ראבאשקין שחיטה יוכיח אז ער אפעלירט צום ציבור מיט פרישע חומרות און הידורים באגלייט מיט הייליגע שוחטים וואס ווייזט קלאר אז ס'איז דא א מקום ווי מחמיר צו זיין, מ'טאר זיך נישט פאפן און צומאכן די אויגן און זאגן אז פארן רבי'ן אזי דאס געוועהן גוט איז עס מיר אויך גוט, מחמת צוויי טעמים, 1 פון רבי'ן ביז יעצט איז עס געפאלן עשר דרגות אחרנית, והשנית, דער רבי גופא ווען ער האט געקענט איינפירן א גוטע חומרא האט ער עס אויך געטון, ופרשת מקוה יוכיח ואכמ"ל,

ודי בזה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/4/2010 18:42 לינק ישיר 

ווער זענען די נייע שוחטים פין רובאשקין'ס?
אין אגב, כדי רובאשקין זאל קענען נאכקומען אינזער - סאטמערע סטאנדארט דארף ער צו האבען זייער א לאנגע וועג, די האלטס ער גייט עס מאכען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2010 22:28 לינק ישיר 

פארוואשע נישט?
שוחטים האט ער (עכ"פ אזוי האט ער געמאלדן) ר' משעון יוסף רייז, ר' הערשל ווייס, ר' ישוע הערשל האלפערן, ראש משגיחים ר' שמואל שלמה שפיץ,

בנחת האט ער דאך געהאט מתחילה, און די אנדערע הידורים וועט ער נאכקומען,

די לעצטע פאר טעג ערשיינט א הודעה אין קלאספיידס אז אונגאר בוטשער האט ספעצילע בשר בהמה מיט חומרות און הידורים, קאהן בוטשער האט שוין לאנג ספעציעלע פלייש מיט חומרות און הידורים דאכט זיך דאס איז פון רב שפיגל פון מאנסי אויך מיט די כמעט זעלבע חומרות און הידורים ווי טעקסאס,
כך הכל בלייבט אז מילמארט ווערט א צווייטע קלאס שחיטה, וואס וועט סערווירן די שוואכערע טייל, ובתוכם 82,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/4/2010 00:51 לינק ישיר 

פארגעס נישט טעקסאס איז אויך מיעל מארט
נאר אינטער א באזינדערע השגחה אין סיסטעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 01:02 לינק ישיר 

יש'כ מנהל


תוקן על ידי דיןתורה ב- 30/04/2010 01:46:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 01:22 לינק ישיר 

ביטע נישט אטאקירן קיין פריוואטע מענטשן דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2010 05:44 לינק ישיר 

כנראה אז די שווייגעניש וועט נאך לאנג אנהאלט'ן, איך האב געוואלט מפרסם זיין א פונקטליכע רשומה פון אלע שוחטים ביי מיעלמארט, אבער די הנהלהת הפורם האט מחליט גיווען אז עס איז לשון הרע.
אזוי איז אויך גיווען ביי פינקל, די אלע שומרי לשון הרע האב'ן נישט געלאזט ארויסגעבן די אמת'ע פרצוף פון פינקל.
די אמת איז אז איך האב נישט געשריבן קיין איין ווארט לשון הרע, נאר טריקענע פאקט'ן, דער איז א בעלזא, דער איז פון רבנות און רעדט עברית (ער אליין באהאלט עס נישט) דעם'ס ווייב גייט א לאנגע שייטל (יעדער קען זען, וואס איז די לשון הרע?) אין דער האט א טאכטער חי' מושקה (אויך נישט קיין סוד).
די אונטערשטע שורה איז, אז מיעלמארט ניצט היינט אלע שוחטים וואס איז דא אויפ'ן מארקעט:
בעלזא, ליבאוויטש, ווייבער מיט לאנגע שייטלעך, רבנות שוחטים פון ארץ ישראל, כלומר'שט מאכט מען א קאנטראקט אז ווילאנג מען שחט פאר מיעל מארט וועט מען נישט גיין צי בחירות... אבער דאס איז די סוג שוחט וואס מען ניצט, אויך די פסולת פון אלע אנדערע חסידות'ן, סקווירא און טאהש, וואס מען לאזט זיי נישט שחט'ן ביי די אייגענע, גייען זיי צו מיעל מארט.
אדרבא! זאל יעדע בעטן פון בארטערער רב א פונקטליכע רשומה פון אלע שוחטים וואס ער האט לעצטנס גענוצט...
די אנדערע וואס האפן מיר אביסל צו באשרייבן איבער די הנהגה און הנהלה אין די בית השחיטות, ווער זענען די משגיחים און רבנים? איז בכלל דא א רב אדער משגיח אין יעדע פאבריק?
מיר בעטן ווער עס האט קראנטע איפארמאציא עס צו שיקע צו [email protected]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 21:33 לינק ישיר 

ווען נישט וואס איך הער עס ערשט האנטיג פון עטליכע אינערליכע קוואלן, וואלט איך עס קיינמאל נישט גגעלייבט.
מיעל מארט האט נישט קיין רב אדער משגיח אין די בית השחיטות!
איר גלייבט עס? איך אויך נישט, אבער עס איז א פאקט.
אין טשיקאגו געפונט זיך נישט קיין בעל מכשיר אדער שליח פון בעל מכשיר וואס איז אחראי אויף די כשרות פון די פלאץ, מען פארלאזט זיך בעיקר אויף די שוחטים בודקים ומנקרים, וואס ווי פארשטענדליך איז דאס ליצנות, ווייל זיי זענען גאר שטארק פארנומען מיט זייער אייגענע ארבעט.
סך הכל איין טאג א וואך קומט א רב אויף א פאר שעה, און מיט דעם איז מען יוצא...
איך קען נישט אריין און א לאנג פרטית הדברים פארוואס מען דארף האבן א רב, אבער דער מציאות איז אז "אלע אנדערע האבן א רב אדער ראש משגיח" וואס איז נושא בעול הכשרות, אבער ביי מיעל מארט וואס איז די גרעסטע אין די וועלט, וואס כמובן דארף מען מער אויגן... איז נישט דא קיין רב אדער משגיח!
חוץ אין טעקסאס וואס מען האט לעצטענס יא איינגעפירט א משגיח א בעל אחראי אויפן כשרות.
אויך אין אורגוויי האט מען געשטעלט איינעם, ווייל היות מען האט ארוסויסגעריקט הרב מ. וו. ע. שליט"א (א לאנגע סיפור הדברים, אי"ה נאכפאלגען) און אויך האט מען געדארפט געבן ארבעט פאר די ראש השוחטים'ס טאטע, האט מען אהין געשטעלט דעם משגיח.
אבער אלע אנדערע צען בית השחיטות ווערן גע'כשר'ט פון זיך אליין.
הזדעזע עולם הכשרות ומלואו!
וויפיל מכשולות זענען שוין ארויס פון די פאבריקן און קיינער ווייסט נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 22:18 לינק ישיר 

מיעל מארט טייערער יפה דיברת אבער נישט בעתו דיברת ווייל דאס האט מען שוין מיט צען יאר צוריק געדארפט ליארמען.......

אבער הוי דן את האדם לכף זכות. דער רב המכשיר הרה"ג נירבאטור שליט"א איז א ארויסגעווארפענער פון מיעל מארט.

כפי הידיעות ווען ער איז געווען בתוקפו און יא געווען שטרענג, און געוואלט פטור ווערען פון דעם שוחט-בודק הידוע, האבען אים אחים ................ארויס געווארפען.

עס האט גענומען גרויס פראטעקציע פון זיין משפחה ביים ברך משה, וואס כידוע איז ער געווען א פעטער, און מען האט זיי געהייסען אים צוריק נעמען.

א רב וואס איז שוין געשטאנען אויף די אנדערע זייט טיר, קוקט שוין אויף אלע שאלות מיט א "קאמפאני אויג". די קענסט צו אים קיין טענות נישט האבען.

דאס זעלבע זאלסטו וויסען וועט געשען מיט די נייע אגרי, העשל פרידמאן'ס שחיטה פון טארטיקאוו. דאס איז נאך בעסער. זיי האבען ארויס געווארפען דעם נייטרע דיין שליט"א און מיט לויער'ס בריעף געסטראשעט מיט מסירה ר"ל. די טארטיקאווער בי"ד וועט דאס שטענדיג האבען פאר די אויגען און פסק'ענען שאלות אין ליכט פון די לויער'ס בריעף און קאמפאני אינטרעסען.

גענוג א חרפה בדורינו אין וועמען'ס הענט עס ליגט דאס האקעלסטע פון כלל ישרא'-שחיטה!

והמבין יבין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאקט'ן און ידיעות וועגן מיעל מארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext