בית פורומים כל העולם כולו

פאקט'ן און ידיעות וועגן מיעל מארט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/5/2010 14:25 לינק ישיר 

איין נקודה האב איך נישט דערמאנט.

מיעל מארט-נירבאטור, אגרי-טארטיקאוו (געוועזענער רובאשקין), היימאוויטש-דעברעצין !

די אלע בעלי בתים זענען גילוחי זקן אן איין אויסנאם !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

קען מיר איין איד בעולם מסביר זיין פאר וואס דארף איינשטיין כשר פלייש אין אזוינע הענט וואס ווען די שוחטים רירען צו די בארד איז זייער שחיטה אסור ביי אונז???

איז ביי דעם נישטא דער כלל וואס רבינו זצלה"ה האט אונז אוועק געשטעלט אייזען שטארק-כח הפועל בנפעל?

מיר געבען אויס מיליאנען דאלארען צו קעמפען ביי מוסדות זיי זאלען זיין ריין פון וועלכן שמץ פון דעם כח הפועל פארוואס ווען עס קומט צו פלייש פארגעסען מיר פון די הוראה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2010 20:03 לינק ישיר 

באמת האב איך געוואלט היינט באשרייבן די שחיטה אין טשיקאגו, די פשוט'ע פאקט'ן פון די סדר השחיטה, בדיקה און ניקור, זאלצ'ן, פעקעדזשינג און טראקינק.
אבער בינו לבינו האט מען מיר געשיקט צוויי ידועות, וואס איז ממש פחדים נוראים, אמאליגע צייטן וואלט דאס גיווען א שערורי' ממש, אבער היינט איז א אנדערע וועלט....
א. די ראש השוחטים פון מיעל מארט, עסט נישט פון די שחוטה, און לאזט דאס נישט אריין צו זיך און שטוב!
צו פארשטיין די חומר הדברים, דארף מען מקדים זיין איין נקודה, נישט דא אין גאנץ מיעל מארט איינער וואס ווייסט אזויפיל אין די שחוטה, ווי די ראש השוחטים. ער פארט ארום די מערסטע אין אלע 12-15 פאבריקן, ער ווייסט פונקטליך ווער שח'ט ווען און ווי, וויאזוי מען שח'ט בדקנ'ט און ניקור וכו', ער רעדט די מערסטע מיט די בעל מכשיר און מיט די בעל בעתים, ער ווייסט די מערסטע פרטים איבער די משגיחים, די טראקינג, פעקעדשזינג, זאלצ'ן וכו'.
נו! איז נאך דא אזא גרויסע מבין ווי איהם אין מיעל מארט? און ער לאזט דאס חלילה נישט אריין צו זיך און שטוב...
ב. יעצט בשעת די שורות ווערן געשריבן נעמט מיעל מארט קיין אורגוויי א בודק חוץ וואס האט קיינמאל קיין בדוקה נישט געמאכט!
די מדובר איז פון א 20 יעריגע יונגערמען, אהן עקספיריענס, א שוחט פון רבנות, וואס האט קיינמאל נאך נישט געלערנט קיין בדיקות, און מען גייט איהם שטעלן בדיקות חוץ ביי די גרעסטע און שנעלסטע כשר'ע בית השחוטה אין די וועלט... (אפיציעל הייסט עס אז די ליין טאר נישט גיין שנעלער ווי 90 א שעה, אבער היות עס איז נישט דא א רב א בעל אחריות, ציט עס די בעל הבית ארויף צי 120 א שעה! שומו שמים!).
מען האט עם געברענגט פאר 3 וואכן קיין טשיקאגו צו לערנען בדיקות, א פאך וואס בדרך כלל געדויערט 6 חדשים, און ערשט נאך זעקס חדשים גייט מען נאר צי די קלענערע פאבריקן, אבער אין אורגווי איז דאך הפקר, עס איז נישט דא קיין איין אויג פאר וואם מיעל מארט האט מורא (הרב מ. וו. ע. שליט"א איז דאך שוין אויך נישט דארט) במילא וועט מען שיק'ן איינער וואס קען נישט, און אזוי וועט זיך כשר'ן א בעסער פראצענט, ווייל ער האט נישט גלערנ'ט ביי די בודקים אל היכא תמצא'ס וואס מען נעמט נישט (דם, תרתי לריעותא, שלא כסדרן, בשר בין הצלעות וכו'), ויאכלו ענבים וישבעו...
מען בעט ווער עס האט השפעה אויף נירבאטור רב, זאל איהם בעטן נישט צי לאזן בדקנ'ן אין א גרויסע פאבריק איינער וואס האט נישט לכה"פ 6 חדשים שימוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2010 07:02 לינק ישיר 

כככ, איר שרייבט אז מיעל מארט גייט ווערן א צווייטע קלאס שחיטה,

דאס איז אלעמאל געווען אזוי, עכ"פ פאר די לעצטע דרייסיג פינף און דרייסיג יאר איז עס שוין א צווייטע (און אפשר גאר א פיפטע) קלאס שחיטה, וואס זייער זעלטן וואס אן אמת'ער ערנסטער מענטש נעמט דאס אריין אין שטוב אדער אין מויל. (אפילו מהר"א מ'סאטמאר האט דאס שוין נישט געגעסט פאר קרוב צו דרייסיג יאר).

ר' כעוואליע,
זעט אויס אז איר האט נישט קיין השגה ווער דער רב שפיגל פון מאנסי איז, אזוי אז דו קענסט נאך מיינען אז עס איז טאקע אזוי. קודם פרעג זיך בעסער נאך אויף דעם "רב" שפיגל פון מאנסי, און נאכדעם שרייב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2010 07:05 לינק ישיר 

אדם אמיתי,

רובאשקין (נישט דער נייער בעה"ב, איך רעד פון דעם אלטן) איז נישט קיין מגולח.

און אויב רעדסטו פון מגולח, דאן האסטו דעם זעלבן פראבלעם ביי טעקסעס, ווייל דער בעה"ב איז דער זעלבער ........ ווי ביי אנדערע מיעל מארט ביזנעסער, נאר די השגחה איז אן אנדערע.

און גראדע קען איך א שיינע פאר אידן וועלכע וועלן בשום אופן נישט עסן פון די טעקסעס שחיטה, טאקע פאר דעם ווייל זיי טראסטן נישט די בעה"ב, און ווי ערליכע אידן ווייסן, אז ווען דער בעה"ב איז נישט ערליך מעג מען האבן דעם בעסטן הכשר.

(פינקל האט אויך געהאט זייער אן ערליכן רב פאר רב המכשיר)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2010 00:24 לינק ישיר 

גביר
איך וויל נישט פארקריכן די נושא, נאר 2 נקודות, וואס כ'האב באקומען אין אישי, (כ'וועל לייגען נאר די תוכן דערפון)

אויב קוקסטו אויפן בעה''ב פרעג דיך בעסער נאך ווער מאר. ראבב פין וויינלאנד איז, אין אויב ער איז א שומר שבת
אין וועגן פינקעל'ס רב המכשיר, ס'קען זיין אז ער איז א ערליכער אבער ווייט פין א היימישער.
אבער איך וויל נישט פארקריכן די נושא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2010 01:08 לינק ישיר 

היראים,

מיט מר. ראאב פון וויינלאנד ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, אבער ער האט א שותף לייפער וועלכער איז דוקא זייער אן ערליכער היימישער איד.

לגבי פינקעל'ס רב האב איך נייעס פאר דיר. איך קען אים פערזענליך. ער איז זייער אן ערליכער, און דוקא נישט ווייט פון א היימישער. אמת, ער טראגט נישט א רעגן שטריימל, (און מסתמא קיין ר"ת גאטשעס אויך נישט), אבער ער טראגט א בארד און איז דוקא א היימישער.

ער איז רב פון א זייער ערליכער אשכנז'ישער קהילה, א שטייגער ווי וויען אין וומ"ס האט אויסגעקוקט פאר 25 - 30 יאר צוריק. זיי זענען יעקעס, אפשטאמיגע פון דייטשלאנד, אבער דאס מאכט אים נישט אויס היימיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2010 01:17 לינק ישיר 

גביר_אדיר כתב:
היראים,

מיט מר. ראאב פון וויינלאנד ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, אבער ער האט א שותף לייפער וועלכער איז דוקא זייער אן ערליכער היימישער איד.

לגבי פינקעל'ס רב האב איך נייעס פאר דיר. איך קען אים פערזענליך. ער איז זייער אן ערליכער, און דוקא נישט ווייט פון א היימישער. אמת, ער טראגט נישט א רעגן שטריימל, (און מסתמא קיין ר"ת גאטשעס אויך נישט), אבער ער טראגט א בארד און איז דוקא א היימישער.

ער איז רב פון א זייער ערליכער אשכנז'ישער קהילה, א שטייגער ווי וויען אין וומ"ס האט אויסגעקוקט פאר 25 - 30 יאר צוריק. זיי זענען יעקעס, אפשטאמיגע פון דייטשלאנד, אבער דאס מאכט אים נישט אויס היימיש.


מארווין ראבב איז דער אויסשליסליכער מענעזשער פין די בית השחיטה  - אין אויף אים האט ר' יודל גרובער געשריבן אז זיין נאמנות איז פויגעלדיג
איך ווייס נישט וויפיל דער אלטער הרב לייפער קען דארט אריינרעדן, אבער עס איז זיכער אז מארווין קען אים מיליאן מאל איבערקלוגען.

איך רעדט נישט אריין וועגן די עצם כשרות פין וויילאנד,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2010 02:48 לינק ישיר 

גביר אדיר,

רובאשקין מיט די בארד האט געהאט (די איצטיגע בעלי בתים האבען אויך דאס און מן הסתם וועלען זיי אויך דורכפאלען צוליעב דעם.) דעם חלק אחוריים פון די בהמה וואס דאס איז איסורי הנאה מדאורייתא און מען טאר מיט דעם נישט האנדלען. די בארד האט גארנישט געהאלפען מציל זיין פון דעם ממילא האבען זיי געמוזט דורך פאלען.

מיעל מארט קענסטו אסך בעסער פארענטפערען, רבינו הקוה"ט זצלה"ה האט דאס געלאזט אלע זיינע יארען !
אקעי אין די ערשטע יארען אין אמעריקע איז מן הסתם נישט געווען קיין ברירה צו האבען אן אנדערען קצב אבער היינט????

איינער האט מיר דערציילט אז רבינו הקדוש האט אויס געלאזט א עלי' שבת ביים לייענען, פאר איינעם פון די בעלי בתים פון מיעל מארט "שר הטבחים" און מען האט דאס אנגענומען ווי א הסכמה אויף זיין בעלות. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת אדער ניין אפשר ווייסט איינער פון די גולשים פון דעם.

אויב וועסטו מיך פרעגען איך ברענג דאך א מעשה לסתור את דברי, ריכטיג ווייל איך האב נישט קיין תירוץ אויף די קשיא.

למעשה האט דער קצב ארויסגעווארפען זיין רב המכשיר און איהם געדעמדזשט אז ער טאר דארט מער נישט געבען קיין הכשר לויט ווי עס גייט צו.

פינקל'ס רב מכשיר קען זיין אז ער איז ערליך, אבער איז א בטלן פון די ערשטע קלאס און ערליכקייט העלפט גארנישט מציל צו זיין א מענטש פון בטלנות.

געדענק נאר גוט ווי אזוי א פאר יאר נאך פינקעל האט מען געפונען די בעקעריי אין דעם סופער מארקעט וואס האט געבאקען הפקר מיט גויים אן קיין איד. כ'געדענק נישט יעצט די פרטי הדברים אבער גאנץ מאנסי איז אויף געווען מיט זיין בטלנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 00:37 לינק ישיר 

איז דא דער טעיפ פון די פייערדיגע דרשה דעם פארגאנגענעם חוה"מ סוכות פון סאטמארען דיין שליט"א (15 עוו.) אקעגען די מיעל מארט פלייש?

תסמר שערות אנוש פון די שוידערליכע פאקטען וואס ער האט איבערגעגעבען. די עדה חרדית און הרב לאנדוי שליט"א און אנדערע וועלכע קומען דארט אן אסר'ן דאס פלייש בתכלית האיסור.

עס קומט אויס אז עס איז ערענסטע שאלות פון דארפען כשר'ן אלע כלים, כמעט ווי ביי פרשת פינקעל ר"ל.

האט די דרשה צו טוען מיט דעם וויזיט לעצטע וואך פון דייני סאטמאר שליט"א ביי אגרי (רובאשקין) צו זען אויב מקען איבערפירען די כשר'ע  שחיטה קיין אגרי צוליעב דעם וואס מען קען שוין מער נישט אויספירען די פשוט'ע הלכות אין כשרות ביי מיעל מארט דורך די שטארקע געגנערשאפט פון די בעה"ב מיט'ן הכשר באנאזאם.

ווער עס האט מער פרטים ביטע פאסטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/10/2010 01:20 לינק ישיר 

כ'האב אויך געהערט פון א באטייליגטן ביי די דרשה פון הג"ר אפרים שמעון שליט"א אז עס איז געווען מורא'דיג, דער דיין האט מגלה טפח און מכסה טפחיים געווען וואס עס טוט זיך היינט אפ בנוגע כשרות הבשר, און בנוגע די געוואלדיגע הידורים וואס מרן רבינו שליט"א האט איינגעפיהרט און מתקן געווען.

כפי ששמעתי וועט לכאורה די טעיפ פון די דרשה נישט ווערן ארויסגעגעבן צוליב פארשטענדליכע סיבות, וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאקט'ן און ידיעות וועגן מיעל מארט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.