אייסלענד איז א קאנטינעט צווישן אייראפע און אמעריקע, זי געפינט זיך הויך אויפן כדור הארץ. זי פארמאגט בערך 300,000 בירגער אריבער 93% וואוינען אין אייסלענד גופא און בערך 6-7% זענען צושפרייט איבער די וועלט רוב פון זיי אין פוילן. די שטח פון אייסלענד איז כמעט 40,000 סקווער מייל. ביז אינמיטן די צייציגער יארן איז די עיקר אקאנאמיע אין אייסלאנד באשטאנען פון "פישינג" און אגרעקאלטער". אינמיטן די ניינציגער יאר איז אייסלענד אריין אין די פארבאנד פון אייראפעאישע אקאנאמי מדינות, דאס האט געפענט די מארקעט אין אייראפע פאר א אייסלענדער סטאק מארקעט.
אייסלענד באשטייט א גרויסע חלק אויף קרקע וועלכע איז "אקטיוו" דאס הייסט אז אינטער די קרקע קאכט און זיד, מזמן לזמן קומען דארט פאר וואלקעינא אויפרייסערייען.
פארגאנגענע מיטוואך האט א מאסיווער אויפרייס געשטורעמט דעם גאנצן שטח, די אויפרייס האט ארויסגעשפיגן טויזענטער טאן רינעדיגע שטיין באקאנט אין ענגליש אלס "לאוו" די אויפרייס האט ארויפגעשפיגן אזוי הויך ווי ביז אין ספעיס אריין און די ווינטן טראגן די רויעך און שטיקער אויפרייס אין די הימלען אריין אין אייראפע.
די אויפרייס איז געווען אזוי מעכטיג און די רויעך וואס האט זיך צושפרייט איבער גאנץ אייראפע האט געווארפן א פחד אז אייגענטליך קענען זיך געפינען פיזישע שטיקער שטיינער און לאוו וואס זענען אזוי גרויס און אזוי פיל אז אין אייראפע קען א פליגער זיך נישט הייבן צוליב די סכנה פון ווערן געשעדיגט דורך זיך אנשטויסן אין שטיינער אינמיטן די לופט.
היינט זינטאג כמעט פיר טעג נאכן אויפרייס וועלן זיך פליגער'ס הייבן אין די לופט אלס א פראבע אויב זיי וועלן טאקע ווערט געשעדיגט. דאס קומט צושטאנד נאכדעם וואס מען האט זיך איבערצייגט אז עס זענען נישט פארהאן קיין שטיינער אין די לופט ווייל ווען יא וועלט גערעגענט שטיינער איבער גאנץ אייראפע. די פראבע וועט צייגן אויב די ריידאר סיסטעמען פון די פליגער קענען זיך ספראווען מיט די רויעך און וואס פארא נאכפאלג די רויעך קען האבן אינעוויניג פונם פליגער בשעת זי פליט אריין אינם רויעך.
דערווייל זענען טויזענטער היימישע אידן געשטראנדעט אין אייראפעישע מדינות, דערצו קומען צו טויזענטער בחורים וואס האבן געדארפט פליען דורך אייראפע אנצוקומען צו זייערע ישיבות יעצט אין די טעג פונם התחלת הזמן. אלע אמעריקאנע בחורים וואס לערנען אין אייראפע אדער אין ארץ ישראל - און האבן געדארפט דורך פליען אייראפע - זענען דערווייל געבליבן זיצן אינדערהיים.
דערווייל איז א מזל אז עס קומען נישט פאר אין די ספירה טעג "חתונות" ווי דער חתן אדער כלה בלייבט געשטראנדעט...
נשלח ב-18/4/2010 21:18
די ווינטן פירן די רויעך פון אייסלאנד אריבער קיין אייראפע
תוקן על ידי נפל ב- 18/04/2010 21:23:16
תוקן על ידי נפל ב- 18/04/2010 21:23:44
נשלח ב-18/4/2010 21:18
נשלח ב-18/4/2010 21:19
נשלח ב-18/4/2010 21:22
נשלח ב-18/4/2010 21:31
נשלח ב-18/4/2010 21:38
וואס פאסירט צו א פליגער וואס פליעט אריין אין די רויעך?
1. עס איז אומבאקאנט וואספארא השפעה די רויעך האט אויף די לופט אינם פליגער 2. עס רעדעצירט די בליק פונם פיילאט וועלכע פליט אין די טינקל 3. עס קען אריינציען שעדליכע באנשטאנדטיילן אין די מאטאר, אנגעהויבען פון פיזישע שטיקער וואס קענען מאכן שאדן, גענדיגט ביי עטליכע גאז'ן וועלכע געפינען זיך אין די רויעך, זיי קענען אין געוויסע פעלער "צולאזן" חלקים אינם מאטאר.
נשלח ב-18/4/2010 21:42
נשלח ב-18/4/2010 21:44
נשלח ב-18/4/2010 21:45
נשלח ב-18/4/2010 21:49
נשלח ב-18/4/2010 21:54
Live Footage Iceland Volcano 2010 April
* width="873" height="525"> <*
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/04/2010 23:27:58
נשלח ב-18/4/2010 21:58
Raw Video Iceland Volcano Spews More Ash
* width="660" height="525"> <*
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/04/2010 23:28:33
נשלח ב-18/4/2010 22:02
* width="873" height="525"> <*
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/04/2010 23:29:26
נשלח ב-18/4/2010 23:26
נפל, די האסט א שיינע שפראך, די לייגסט קלאר אראפ א ענין, פארשאפסט פארן גאנצן ציבור א הנאה. האלט אן מיט אזעלכע אשכולות, יישר כח