פין אידישע וועלט http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=11089
יושב בשמים ישחק – דער "וואלקעינא" מיט א ניכטערן בליק
שוין לאנגע יארן וואס די גרעסטע וועלטס שפיץ-קעפ זיצן און טראכטן: וואס גייען מיר טון? די וועלט ווערט ווארימער און ווארימער, מיר דארפן זעהן עפעס צו טון, אז נישט וועט עס ברענגען א עק צו די וועלט.. ביליאנען דאלארן זענען שוין פארשווענדעט געווארן ביי די רעגירונגען איבער "גאו גרין" און אנדערע משוגעת'ן, צווישן זיי פילע טויזענטער און מיליאנען דאללארן וואס די רעגירונגס פאסט-אמט דערלייגט, אוועק שיקנדיג טויזענטער ארבעטערס פון זייערע פאזיציעס, אלעס א דאנק "גאו גרין"... נישט נוצן קיין פאפיר ח"ו... פינף א האלב טויזנט יאר איז געונג געווען צו נוצן פאפיר, פון איצט דארף מען נאר נוצן אי-ביל, אי-מעיל, וכל שם וחנוכה ופורים דאית להו.
"על גאור", דער קנאבל שלום פרייז געווינער, זיצט מיט א גרויסן קרעדיט קארד און קראצט זיך די שווייס פון שטערן (על אף וואס ער זיצט איינגעקורטשעט אין א מאנטל אינעם פראסטיגן ווינטער...) וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם שרעקליכן קאטאסטראפע אין וואס "מיר האבן זיך אליינס אריינגעלייגט"... און די גאנצע פמליא של וואשינגטאן גיבט אים שטיצע, די גרעסטע וועלטס לענדער שיקן זייערע הויך באשפריצטע לייט צום סאמיט... אמער, די וועלט גייט אונטער! מיר דארפן ראטעוווען די וועלט! הצלה.............!!!!!!!!!
דאס ליצנות ווערט אבער גרעסער, ווען מיר קוקן אביסל אויף צוריק, נישט מיט צוויי טויזענט און נישט מיט צוויי הונדערט יאר צוריק, מיט בלויז בערך דרייסיג יאר צוריק האט זיך געטון א סוטעמאכע אין דער וועלט – ווי איך האב שוין צוגעלינקט ערגעץ וואו אין די שפאלטענעס פון קרעטשמע – אז די וועלט ווערט קאלטער און קאלטער, און ביז אזוי פיל ווי צען יאר וועלן אלע תבואה אפגעפרוירן ווערן און ס'וועט ווערן א הונגער בלא בלא בלא בלא...
און ווען מ'קוקט אריין אביסל טיפער, זעט מען אז לויט ווי די יארן גייען ווערן די יארן כסר ווארעמער און ווארעמער, א צירקע פון בערך דרייסיג-פערציג יאר, און דאן ווערט צוריק קאלט, וחוזר חלילה. און די גאנצע איינרעדעניש איז נישט מער ווי אויסגעבלאזן פון פינגער.
און אפילו ווען עס איז געווען א שרעקליך קאלטער ווינטער הענגט מען דאס אויך אן אין גלאבעל ווארמינג... מ'האט געטראפן אין א אוניווערזיטעט פעלשערייען? פארדעקט דעם לאך און גלאבעל ווארמינג גייט ווייטער אן, עד כדי כך אז זיי "ווייזן" א דיאגראם פון די לעצטע פיר הונדערט יאר, וואו זיי האבן "אליינס געזאגט", אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזאלכע ווארימע ווינטערס ווי די לעצטע פאר יאר, איי מין וועמען פאפט מען דא?
וואס גייט דא פאר?
וואס ברענט אזוי פאר די כלומר'שטע וועלט פירער צו זאגן אז גלאבעל ווארמינג איז א זאך? וואס גייט זיי אן צו יא אדער נישט גלאבעל ווארמינג? נישט איז נישט... ווישט אייך אפ די נאז און געגאנגען ווייטער. וואס אין די וועלט שטופט זיי צו ענטפערן אלע סארט לעכערליכע טענות און "אויפווייזן" אז גלאבעל ווארמינג איז א "זאך".
דאס זעלבע, וואס האט געשטופט די "סייענטיסן" אין 1975 צו זאגן אז די וועלט ווערט קאלט און מיר דארפן עפעס זען צו טון דערצו?
אבער אז מיר טראכטן אריין טיפער, איז דא א זאך "אונטער די מיינד" ווי מ'רופט עס, וואס דאס איז דער תירוץ.
דער פשוט'סטער פשט וואס מ'קען טרעפן דערין, איז איין ווארט "צו ווייזן אז מיר מענטשן פירן די וועלט"...
מיר מענטשן האבן קאלט געמאכט די וועלט, און מיר דארפן עס ווארים מאכן...
מיר מענטשן האבן אנגעווארימט די וועלט, און מיר "מוזן" איר קאלט מאכן...
טבע? יד אלקים? פארוואס? פארווען? כוחי ועוצם ידי! אלעס פירן די "גרויסע וועלט פירער", ווען די "גרויסע וועלט פירער" וועלן זיך צאמקומען און "זיכער מאכן" אז די וועלט גייט נישט אונטער, וועט עס נישט אונטער גיין... אבער טאמער די "גרויסע וועלט פירער" וועלן זיצן שטיל וועט די גאנצע וועלט חרוב גיין... נישט אזוי?
כאטש מ'זאגט עס נישט אפן, געט נאר א טראכט אריין א מינוט, מיט א רעאליסטישן בליק, און זאגט מיר צו איר קענט טרעפן א בעסערן פשט?
יושב בשמים ישחק
דער באשעפער זיצט אויבן און לאכט, ער לאכט פון די נאאיווע מענטשן, היינט לעבט ער און מארגן שטארבט ער, און ער רעדט זיך איין אז ער פירט די וועלט, און אז ער ווייסט וואס ס'וועט זיין און ווען ס'וועט זיין.
דער יד אלקים שפילט זיך מיט די אלע וועלטס אויבער חכמים ווי זיי וואלטן געווען מענטשעלעך אויפן שאך-ברעטל, קודם קומט די עקאנאמיע וואס קראכט אויף א מיאוס'ן אופן, און די אלע וועלטס פקחים קענען נישט זעהן קיין וועג ארויס פון דעם עקאנאמישן לאך...
אבער טראץ וואס מיט א זאך – וואס איז יא בדרך הטבע אין די הענט פון מענטשן, צו האנדלען און פארקויפן – האבן זיי זיך בכלל נישט געקענט אן עצה געבן. פונדעסטוועגן האלטן זיי נאך אלס אז אויפן "נאטור" קענען זיי שאפן, מ'ווייסט, מ'האט פונקטליכע אינפארמאציע, און מ'וועט "קעיר" נעמען פון די וועלט.
דער יד אלקים לאזט אבער נישט די מענטשן זיך איינרעדן פאר א מינוט אז זיי פירן די וועלט, און ער ווייזט זיי באשיינפערליך דעם "יש מנהיג לבירה", אויף יעדן טריט און שריט.
צוויי מעכטיגע ערדציטערנישן אין טיילן פון די וועלט, וואס אפילו די "חכמים" האבן נישט געקענט פאראויס וויסן, איז נישט גענוג געווען – ווייזט אויס – פאר די חברה צו אנערקענען אז נישט זיי פירן די וועלט.
אט איז אונטער געקומען א זעלטענער "נאטורליכער" ערשיינונג, וואס האט אלעמען אפגעשטעלט א מינוט. דער "וואלקעינא"...
טויזענטער פליגערס געשטראנדעט... טויזענטער מענטשן זענען פארבליבן אויף זייערע ערטער אן קיין פלי רייזע מעגליכקייטן... ס'הערשט א כאאטישן צושטאנד און די אלע וועלטס אויבער חכמים זענען פארשטעקט אין די מויזן לעכער...
איין מינוט, קענסט נישט גיין צום בארג און זאגן ער זאל אויפהערן צו שיסן? דו פירסט נישט די וועלט? קענסט נישט מאכן א "דשי-טווענטי" סאמיט און "מחליט זיין" וואס מ'גייט טון צו "ראטעווען" די וועלט...
האסט נישט געקענט זיכער מאכן פאר דער וואלקעינא איז אנגעקומען אז ס'זאל נישט אנקומען? וואס איז מיט אייך? איר זענט די גרויסע "וועלט פירער"?
דוכט זיך אז וועט אפילו על-גאור וועט אויף אזא פראגע בלייבן פארפריטשמעליעט...
זעט אויס אז ס'איז יא דא א יד אלקים, זעט אויס דו הערשסט נישט אויפן נאטור!.
ה' ילעג למו
כביכול דער באשעפער שפעט פון זיי אלע.
לאמיר טאקע האפן אז דער פסוק וועט מקוים ווערן אין פולן זין פון ווארט, ווען מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו במהרה, אמן.
 |
|
|