טראץ עקאנאמישער קראך: גערער רבי וואקסט מיט 50 מיליאן...
אין ארץ ישראל איז די טעג נתפרסם געווארט די רשימה פון די 500 רייכסטע אין די מדינה.
מיר האבן אלעמאל געהאט א דוגמא פון א רבי וואס האט גארנישט פארמאגט. עס איז באקאנט אז דער רבי ר' זושא האט געזאגט פאר איינעם וואס האט אים געפרעגט פון וואס ער לעבט, האט ער גענטפערט "איך האב צוויי קיען"...
די חסידים זענען שנעל געלאפן צו די רבצין קויפן מילעך... אזאנס די רבי לעבט פון צוויי קיען, פארוואס זאלן מיר נישט געבן פרנסה פארן רבין?
ווי ערשטוינט זענען זיי געווארן ווען די רבצין האט גענטפערט, קיען? מילעך? מיר פארמאגן "גארנישט" זענען די חסידים געלפאן צום רבין פרעגן פשט, האט די רבי גענטפערט, נישט "קיען" האב איך געמיינט! איך האב געמיינט צוויי כי'ען... כי בו ישמח לבינו, כי בשם קדשו בטחנו!
עס איז באקאנט אז דער רבי ר' אלימלך האט נישט איבערגענעכטיגט מיט א פרוטה אין טאש, א באקאנטע מעשה איז ווען די רבי האט געהייסן דעם גבי'ן גיין אין גאסט-הויז זען אויב איז איינער געקומען מיט געלט ווייל ער קענן נישט איינשלאפן. ווען דער גאסט איז געקומען האט ער געזאגט אז ער האט נישט געוואלט שטערן דעם רבין אינמיטן די נאכט האט ער געוואלט ווארטן ביז צופרי אבער דער רבי ר' אלימלך האט אים מסביר געווען אז היות ער האט געברענגט געלט פאר אים קען ער שוין נישט שלאפן, דער רבי ר' אלימלך האט גענומען דאס געלט און תיכף פארטיילט פאר צדקה.
אזוי אויך איז דא א דעה אז די סיבה פארוואס צאנזער רב האט נישט גענציט קיין זילבערנע כלים פסח איז ווייל אלע זילבער זענען געווען פאר'משכן'ט ווייל ער האט אויסגעטיילט אלעס וואס ער האט געהאט. ער האט אלעס אוועק געגעבן פאר צדקה.
אינם רשימה פון 500 רייכסטע אין ארץ ישראל געפינט זיך הוד כ"ק אדמו"ר ר' יעקב אלטר מ'גער שליט"א... אלס דער 134 רייכסטער... אין פינקליכע נומערן מיינט דאס אז בסך הכל געפינען זיך אין די מדינה נאר 133 מענטשן וואס פארמאגן מער געלט פון אים!! אין פינאנציעלע נומער איז די עשירות געוואקסן מיט 50 מיליאן דאלאר אין די פארגאנגענע יאר. דאס יאר ווערט זיין פארמעגן געשאצט צווישן 170 און 200 מיליאן אין די צייט וואס א יאר פריער איז דאס געווען געשאצט אויף 120-150 מיליאן.
מאכט נישט קיין טעות, ווען מען רעדט וועגן זיין פארמעגן מיינט דאס "פערזענליכע" פארמעגן, נישט נעמענדיג די מוסדות וקהלת גער פארמעגנס אין חשבון.
זאלן אלע אידן האבן אזויפיל געלט, וועם גייט אן אז ער פארמאגט נכסים, ער האט איינעם באגנב'ט?
ער האט געירש'נט א גרויסע ירושה פון זיין טאטן, ער האט פון קיינעם נישט גענומען קיין פרוטה,
נשלח ב-18/4/2010 22:23
יא איך הלאט אויך אז אלע צדיקים וואס האבן אויסגעטיילט זייער גאנצע פארמעגן זענען סתם בטלנים...
נשלח ב-18/4/2010 23:03
פון ווי ווייסטו וואס ער טיילט אויס?
נשלח ב-18/4/2010 23:20
איך ווייס נישט וואס ער טיילט, איך ווייס יא וויפיל פון מיינע גערע שכנים מיטשען זיך חתונה צו מאכן קינדער און איך ווייס יא וויפיל ער טיילט נישט
נשלח ב-19/4/2010 00:46
אינטערעסאנט איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א גור'ער חסיד ארומגיין נאך געלט ווייל ער מאכט חתונה, אפשר אין טאהש קומען זיי יא,
דאהי זענען זיי נישט בנמצא, עס מוז זיין אז זיי האבן עפעס א סיסטעם וויאזוי דער עולם אין ארץ ישראל מאכט חתונה, פון אנדערע פארטייען קומען ארויס יודען נאך געלט,
בכלל האט דער גורער רבי ר' שמחה בונם געמאכט אסאך תקנות פאר זיין ציבור בנוגע שפארן געלט, היינט האבן אסאך קהלות נאכגעמאכט אבער ער איז געווען דער ערשטער און איז נאך אלס דער בעסטער, אפילו ער האט נישט קיין פראפאגאנדע אין קיין צייטונג,