שליח עדה החרדית ארויסגעווארפן פון מסרב לדין
ר' שלמה פאפענהיים פון די הנהלת העדה החרדית אין ירושלים, איז געווען ביי הרב אהרן טייטלבוים אין קרית יואל, און ר' אהרן האט אויף זיין סבלנותדיגען שטייגער געעפענט זיין פי האתון מיט קולי קולות, היתכן די עדה החרדית העלפט צו די בג"ץ,
ר' שלמה האט זייער קלאר געשטעלט אז בעת זיין קהלה איז גאגאנען אין אמעריקאנער געריכט צעהן יאר צוריק האט ר' אהרן דעמאלס געבעטן די עדה החרדית זאל זיך בשום אופן נישט אריינמישן און נישט נעמען קיין שטעלונג אויף קיין סאטמאר סכסוך, און פארוואס האט ער יעצט טענות אז די עדה מישט זיך נישט,
האט ר' אהרן געזאגט אז דער פראבלעם אז דער גאב"ד מישט זיך יא, ווייל ער זאגט אז ר' אהרן מוז חתמ'ן שטרי בירורין, האט ר' שלמה פאפענהיים אז דאס איז א הלכה'דיגער פסק פון גאב"ד וואס די הנהלה קען זיך נישט מישן, אבער די סברה איז אויך אז ר' אהרן מוז אונטערשרייבן ווייל ער האט דאך שעירס אין די חברה, ר' אהרן האט זיך גהאלטן ביי זיינעם און געזאגט אז ער שרייבט נישט אונטער,
ר' שלמה האט דערמאנט ר' אהרן אז מיט פינף יאר צוריק האט ער פרובירט פארשלאגן א בית דין פאר סכסוך פון אלע קהלות אבער ר' אהרן האט געזאגט אז נאר וויליאמסבורג דארף גיין צו דין תורה, אבער אויף קרית יואל אין בארא פארק וויל ער נישט קיין דין תורה, און פארדעם איז צופאלן די גאנצער פלאן,
דער שמיס האט זיך געענדיגט זייער ברוגז'דיג, און ער האט געזאגט פאר ר' שלמה אז ווען ער שיקט משלוח מנות פאר זיין שוואגער איז די עדה החרדית ברוגז, אבער ווען זיי זענען מחזק זיינע שונאים דארף ער שווייגן,
 |
|
|