בית פורומים אידישע געדאנק

ויהי ממחרת ה '"באגאץ-פלעי"...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/4/2010 05:17 לינק ישיר 
ויהי ממחרת ה '"באגאץ-פלעי"...

נו, מ'האלט שוין נאך אלע שפילערייען טראקס מייקס, וואס די ארונישע הולכי בג''ץ העולמי האבן אראפגעשפיעלט.


 מיט'ן נישט געלונגענעם ציל צו פארווישן דעם שרעקליכן אומ-אויסמעקבארן פלעק און קאפוויי וואס זייער רבי האט זיי אנגעווערטשאפט מיט'ן חחוה''מ אויסבראך פון קאקאו-אינטערנעט-כלי-חמץ-מצה-באבקעס.

פאר כלל ישראל איז עס עכט געווען א חוה''מ אונטערהאלטונג - א מילתא בדיחתא וואס איז נאך אלץ גענוג גוט צו ברענגען עני ערנסטע מענטש אויסצוברעכן אין א געלעכטער...

די שאלה איז וואס איז נעקסט אויפן סקעדועל צו פארווישן דעם ר' אהרן-סומאטאכע?

תוקן על ידי המהדרין ב- 19/04/2010 15:43:16




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 05:25 לינק ישיר 

סארא אנטוישינג: אונזער רעדנער האט אונז אויסגעשפילט! 

מיר האבן געווארט און געווארט אונזער רעדנער ר' אהרן זאל זיך אויפשטעלן רעדן, און גארנישט!?

די זאליס זענען זענען ר' אהרן'ס גרעסטע פענ'ס, די ארונים שטאפן זיך צו די אוירן און ציפן זיך די פיס ווען ער רעדט, און די זאליס? - מיט אנגעשפיצטע אויערן און מיט א שמייכל אויף די לעפצן הערן זיי אים אויס און גיבן אכט נישט צו פארפאסן א איינציג ווארט...!



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 19/04/2010 05:32:20




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/4/2010 06:00 לינק ישיר 

איין זאך פארשטיי איך נישט,
וואס האבן זיי זיך יעצט דערמאנט,

ווי זענען זיי געווען פאראיאר ה' אייר, פאר צוויי יאר ה' אייר.

איך האב מורא די קדחת האט זיי געכאפט זענדינג, ווי די קהילה שטעלט צו אזא ערנסטע עצרת דעס יאר, נאך די גרויסע חילול השם, מיטן זיך רייצן מיט אבאמא,
און די מורא איז געווען אז די ערנסטע דארט וועלן זיך אריבער כאפן הערן, האט געמאכט די גאנצע באלאגאן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 06:03 לינק ישיר 


ועוד קשה אפי' זיי זענען מודה, אז די אישו איז שוין נישט אין בג"ץ,
נאר די גאנצע מחלוקה איז ווער וויל נישט אינטער שרייבן שטרי בירורין

האט שוין אמאל איינער געזען אז מ'מאכט א מחאה, אויף אן עבירה וואס מ'האט געטוהן יארן צוריק?????

סאמטינק פישי, אינטער דעם גאנצען עצרת -פלעי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 06:38 לינק ישיר 

ויהי ממחרת...
 
עס איז געווען א מחזה הוד צוצוזעהן וויאזוי עס קוקט אויס ווען 'יאוש און פארלוירנקייט' זיצט ביים רעדל... פאשקעווילן זענען געפלויגן, מייקס האבן געשריגן, דרשנים האבן זיך אויסגעגארעט, דער האט-ליין האט אריבערגעפירט א לייוו הוק-אפ, און אפילו דער עזרת נשים איז געווען געפאקט מקצה אל הקצה...
 
מען האט אריינגעברענגט דעם אגלי דבש מיט עמרם כהן פון קרית יואל, דעם חמשה עשר רב מיט זיין דיין, דער שטודירטער לייכטאג פון בארא פארק, אייזלן פון גאנץ ניו יארק רבתי, אבער דער עולם פרעגט נאך אלץ די פראגע "פארוואס שרייבט דער רבי נישט אונטער די שטרי בירורין".
 
עס איז קיינעם נישט קיין סוד אז דער איווענט אין הופפער האט געדארפט דינען א צוויי פאכיגן ציהל; צום אלעם ערשט פארדעקן די געלונגענע דרשה וואס איז געזאגט געווארן אויף דעם זעלבן פלאץ מיט א קנאפע פאר וואכן צוריק דורכן אונטערנעט מפיץ זעלבסט. און דער עיקר צו פארטושן די קליינע מוחות מיט ספינס איבער דעם ביטערן מציאות וואס שפילט זיך אפ אין ציוניסטישן בג"ץ.
 
פון די אלע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן האט קיין איינער נישט געקענט ערקלערן פשט פון דעם עקשנות וואס דער סבלן האט, נישט אונטערצושרייבן שטרי בירורין צו גיין צו א דין תורה. אויסער שרייען קאזאק הנגזל, זענען קיין קלארע דיבורים נישט געהערט געווארן. א חוץ דעם הארץ רייסענדן יקרבו געשריי פונעם בן הבכור, וואס איז א ריכטיגער הולך בדרכי אבות, און געשריגן מיט פאטאס "דער טאטע זכרונו לברכה"... זענען קיין זאכליכע דיבורים דארט נישט געווען צום האבן.
 
מען האט פאר דעם איווענט פארארבעט מעשים, מען האט אפילו אפגעשטויבט דעם טיטל 'בעל ויואל משה' און איר גע'חזר'ט איין מאל און נאכאמאל מיט די באטייליגטע, אולי וועט מען אזוי אפקויפן סימפאטיע פונעם ציבור אז מ'דארף נישט זיך ברעכן און אונטערשרייבן שט"ב.
 
מען האט אויפגעשטעלט מסלתה ומשמנה פון די חלה דעקלעך שרייען אז דער צד שכנגד זאל ארויסגיין פון בג"ץ, אפילו דעם פארקאלעכטן בערל פריעדמאן האט מען ארויסגעשלעפט פון אלד-עידזש האום פאר דעם צוועק, און ער האט באצויבערט דעם ציבור כדרכו.
 
די רעזעלוציעס זענען זייער קלאר; הר' אהרן טייטלבוים דער מרשה פון די נידערטרעכטיגע קלאגע אין טמא'נעם בג"ץ, האלט נישט ביים אונטערשרייבן שטרי בירורין זיך צו שטעלן צו א דין תורה!
 
מען פירט ארום דעם ירושלימער רב שליט"א מיט נאכאנאדע תירוצים, אבער קיין שטרי בירורין האט מען נאך אלץ נישט אונטערגעשריבן!
 
מען שטאפט די האזלעך מיט פאברעצירטע פאקטן, אבער קיין שטרי בירורין וועט ער נישט אונטערשרייבן!
 
מען נעמט אויף אלישע הורוויץ פאר ווארטזאגער אין דעם נושא, ווייל קיין שטרי בירורין וויל מען נישט אונטערשרייבן!
 
אצינד שאקלט אלע מיטן קאפ "ארויס פון באגא"ץ.... אבער שוין!!!"

תוקן על ידי לאפלאש ב- 19/04/2010 07:00:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 06:53 לינק ישיר 

עמרם כהן, דער באוואוסטער מסית ומדיח, וואס האט נאך געהאט די חוצפה און העזה צו זיך אויפשטעלן ברבים בין פסח לשבועות תשנ"ט אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל מיט די ארגסטע לשונות אויף רביה"ק בעל ברך משה זי"ע. און אפאר יאר שפעטער האט ער זיך ברייט באקאנט געמאכט מיט זיין פייערדיגן חסדי השם טאנץ אויפן באלעמער אן א קאפל. האט געהאלטן געשפאנט די ברייטע מאסן מיט ערשט-האנטיגע, האר-אויפשטעלענדע געשיכטעס און רעזעלוציעס...
 
קודם האט ער געהאט א באריכט, וואס קומט לכאורה פונעם פאליציי שעף אין בני ברק, אז ביי א בר מצוה וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין די התמר זאלן האבן די זאליס ה"י גערופן די פאליציי אז א איד מאכט בר מצוה, א חינגא, אין זייער טרויער טאג דער 'יום הזיכרון', און די פאליציי האט פארשטערט די שמחה...
 
נאכער איז אים צוגעטיילט געווארן דעם כבוד פון שליסן דעם "קאווער אפ" איווענט, און פארליינען די רעזעלוציעס.
 
מען האט ארויסגענומען פון שופלאד דעם אלטן פייל פון די חובת הלבבות שיעורים, און זיך גענומען האקן און בראקן אויף די בעלי זרוע וואס האבן איבערגענומען סאטמאר שנת תשנ"ט...
 
מען האט זיך געעפענט א פיסק אויף הגאוה"צ חברי ביד"ץ דקהלתינו הקדושה שליט"א, און געפאדערט אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פרעשורן פון די בעלי זרוע וואס קומען צו זיי מיט צעטליך אונטערצושרייבן.
 
ער האט גענומען די אלטע "אלף בית גימל" שפיל וואס דער אונטערנעט מפיץ האט נאך גענוצט בשעתו, און געשטעלט שארפע אולטומאטימ'ס און פאדערונגען, געוויינט צו די מאסן זיי זאלן זיך חלילה וחס נישט לאזן איינרעדן פון די גאס אז דער צד שכנגד האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און אצינד ווארט אלעס אז דער סבלן זאל אונטערשרייבן.
 
ער האט פארענדיגט מיט א געשריי "גייטס ארויס פון באגא"ץ"!!! אבער שוין!!!....
 
עמרם'ל; אז דער כבוד פון סאטמאר ברענט דיר אזוי, פאר נאך היינט נאכט אראפ אויף סאנז קט. פארשפאר דיך מיטן סבלן און פארשאף אים א רענצל ער זאל קענען ארויסגיין פון בג"ץ, אבער שוין!!... זעה ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, און זיך נישט אויפפירן ארגער ווי איינער פון די 'שוואכע חסידות'ער' וואס אפילו זיי ווייסן אז א סכסוך בעניני ממנות גייט מען צו די"ת און נישט צו א געריכט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 07:33 לינק ישיר 

וואס גייט באמת פאר מיט די בג''צ ?אפשר ווייסט איינער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 07:36 לינק ישיר 

וואס גייט באמת פאר מיט בג''ץ? אפשר ווייסט איינער?


תוקן על ידי וויליבאג ב- 19/04/2010 07:38:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:03 לינק ישיר 

אינזער בעל דרשן מיט די הוילע קאפ

http://www.theshulsaga.com/default.aspx?moid=1593



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:26 לינק ישיר 

היסטארי ריפיטס איטסעלף!!! ווער געדענקט דען נישט דעם בחירות פלעי, דעם כותל פלעי, די שלש שבועות פלעי, די ניתוחי מתים פלעי, די גיוס בנות פלעי, די אסורי ציון פלעי, תכנית הליב''א פלעי, און יעצט די בג''ץ פלעי, יא מיט ליצנות זינקט איר אין שאול תחתית...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 18:50 לינק ישיר 

גערעכטער.

ביז היינט האט מען נישט געוויסט פון אזא מושג ווי "כותל פעלי" "בחירות פעלי" וכדו'... איר זענט די וואס מאכן פון אלע הייליגע מערכות א פנים פון א "פלעי".

די וועלט זאגט אז די גאס זינקט טיף און די אידן זינקען ליידער מיט, טאקע נישט אזוי שנעל און שטארק אבער פארט האט דאס א השפעה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 19:36 לינק ישיר 

הייסט דאס אז מוחה זיין אויף הליכה לערכאות הציונים איז א פלעי, איז פארוואס איז דער איסור צו גיין צו די בחירות נישט א פלעי?, ביידע שטאמען דאך פון ויואל משה, נאר וואס דען ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן מאכט מען ליצנות און עס ווערט א פלעי, איך האב נאר פארגעסן צו צושרייבן "עפרא לפומייכו!!!"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 21:12 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
היסטארי ריפיטס איטסעלף!!! ווער געדענקט דען נישט דעם בחירות פלעי, דעם כותל פלעי, די שלש שבועות פלעי, די ניתוחי מתים פלעי, די גיוס בנות פלעי, די אסורי ציון פלעי, תכנית הליב''א פלעי, און יעצט די בג''ץ פלעי, יא מיט ליצנות זינקט איר אין שאול תחתית...

יעצט האסטו געענטפערט פונקט ווי א תלמיד פון רא"ט דארף צו ענטפערן:

בחירות, כותל, שלש שבועות, ניתוחי מתים, גיוס בנות, אסירי ציון, כולל שומרי החומות, תכנית הליבה אלעס איז ביי מיין רבי'ן א פלעי, יעצט שפילט ער סאטמאר'ער רבי,
אזוי ווי ער האט מסביר געווען אין זיין באקאנטע העריטעדזש דרשה, אז אידישקייט וואס ווערט געלערנט אין קרית יואל פאבליק סקול איז נישט ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן' נאר פאר העריטעידזש!

נעכטן ביים גרויסארטיגן "מעמד הוצאות הבאבקעס", ווען די חכמי כעלעם זענען ענדליך אויפגעקומען מיט אן עצה אוועקצונעמען דעם אויפמערקזאמקייט פון רא"טס באבקע דרשה, ביי וועלכן ער האט צוזאמען גערעדט שטותים מיט הבלים איבער קאקאוי לאנג איילאנד ווייץ און קעגן די פלעטבושער אידן, פול מיט אפענע שקרים און געדעכטע שטותים, וואס האט געברענגט אז רא"ט זאל ווערן ללעג ולקלס איבעראל, און אפילו די אייגענע מענטשן האבן נישט געוואוסט וועמען מען דארף דא באשולדיגן דעם רא"ט אליין, חיים שלמה פישער, אדער דוד עקשטיין. האט מען באשלאסן אז מען גייט מאכן א מעמד הוצאות הבאבקעס, מען גייט אנהייבן א קאמפיין פון באגאץ אזוי וועט מען אויפהערן רעדן פון די באבקעס.

עס איז וויכטיג צו וויסן, אז עס זענען געווען אפאר ערנסטע אהרונים וועלכע האבן זיך געבעטן מען זאל נישט מאכן דעם פאליטיק פארזאמלונג אינעם טאג פון ה' אייר, ווייל עס נעמט אוועק פון די ערנסטקייט פונעם טאג. אבער די פירערשאפט האט געענטפערט אז פונקט פארקערט מען איז שולדיג א "נקמה אקציע" פאר די "רעבעזעכרוינעלברוכע" אידן וועלכע האבן צובראכן דעם סידור קידושין אין קרית יואל, איז די בעסטע זאך מען זאל זיי טשעפענען מיט זאכן וואס זענען הייליג ביי זיי, ווי כולל שומרי החומות, און ה' אייר וכדומה.

יא ביי ענק זענען די אלע זאכן א פלעי, און פארדעם האטס עס נישט קיין עכטן געפיל פאר קיין שום זאך ואוס האט שייכות מיט סאטמאר, און מיר רביה"ק זי"ע.

אבער פאר אונז ביטע פארקויפט נישט קיין באבקעס!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 21:56 לינק ישיר 

יא ליידער איז דאס דער אמת מיט ר' אהרן'ענען


אלעס איז א פלעי.

יעצט שפילט ער שובבים, יעצט שפילט ער קנאי, יעצט שפילט ער קלויזענבורגער, יעצט שפילט ער מחמיר, יעצט שפילט ער מקיל.

דאס איז באמת דער ענטפער אויף אלע זיינע סתירות, אז ער שפילט נאר א געים.

אין די ערשטע טצענע איז ער יאכצל, און די צווייטע טצענע איז ער שוין פארשטעלט פאר יאנקל פון פאריז, 
דא לאכט ער און דא וויינט ער,

גארנישט איז נישט ערנסט אלעס איז נאר א שפיל.

ממילא איז בכלל נישט שווער וויאזוי ער קען זאגן אז לאנג איילענד ווייץ איז חמץ,
ווען אין זיין בעקעריי נוצט מען דאס, 
עס ווענדט זיך וועלכע פארט ער שפילט יעצט.

אויף אפצוטאן די "רעבעזערוינעליברוכע אידן" איז ער גרייט צו מאכן א ה' אייר שפיל און שרייען אז סאטמאר זענען ציונים,

אויב ווילט איר פארשטיין דעם נארישן פלעי פון שפילן בעגאץ ה' אייר, הערט נאכאמאל איבער די באבקע דרשה פון חוהמ"פ, און מיט א רבי'ן אזא חכם, איז שוין נישט קיין קשיא אויף די חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 22:20 לינק ישיר 

פארשטייצעך אין א גיטן טאג, איר זענט א באנדע ליצנים, און מען דשארף אייך שרייבן ברחל ביתך הקטנה, ביי אונז אהרונים איז גארנישט נישט קיין פלעי, נישט בחירות, נישט חטא הידועה, נישט כותל, נישט ויואל משה, און נישט  די שלש שבועות, אלעס איז דברי אלקים חיים, אבער ביי אונז איז דער גאנצער ויואל משה כמסירתן מסיני, בחירות מיט בג''ץ איז אותו דבר, איין זאך, ביידע איז ביהרג ואל יעבור, און אויב ביי אייך איז איסור הבג''ץ נאר געווען א פלעי, דאן איז דער רבי זי''ע געווען א גיטער שפילער און א עקטער, איר קענט אייך נישט וועלן, געוויסע מאמרים אין ויואל איז קראנט און געוויסע איז נאר א פלעי, מעיק אפ יאר מיינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 22:59 לינק ישיר 

גערעכטער


קען זיין דו האסט נישט געהערט קיינמאל דיין רבי'ס העריטעדזש דרשה ווייסטו נישט וואס עס מיינט "שפילן" אידישקייט.

לענינינו, מיר האבן דעם ויואל משה זייער גוט אדורכגעלערנט, און רביה"ק זי"ע שרייבט דארט אז "מחוקק זיין חוקי עכו"ם פאר אידן איז יהרג ואל יעבור", ער שרייבט דאס נישט אויף "נוצן" די ציוניסטישע ערכאות מיט א היתר בי"ד, און ער שרייבט עס נישט פייטן א טיקעט אין מדינת ישראל וכדומה, און ער שרייבט עס נישט אויף רופן פאלייציי ווען איינער ברעכט איין ביי דיר אין די דירה אין ארץ ישראל.

נאר וואס דער ר' אהרן, האבן במכוון געמאכט א "טעות אמרקני זוטר" אנצורופן דעם בית המשפט אין ארץ ישראל "בגץ", כאטש ער אליין איז גאר געגאנגען אין בעגאץ צו אפיעלן דעם פסק פון א נידריגערן שופט, 
דערמיט האט ער געוואלט פארקויפן "באבקעס", פאר די אמעריקאנער אידן וואס ווייסן נישט פונקטליך וואס בג"ץ איז, און זיי ווייסן עפעס אז דער רבי שרייבט אין ויואל משה קעגן בג"ץ, זאלן זיי מיינען אז דאס איז היינו הך.

דו שרייבסט אז "בחירות און בגץ" איז היינו הך!
אבער דו שרייבסט נישט וואס בגץ.
זיין א "מחוקק" פון חוקי עכו"ם פאר אידן איז יהרג ואל יעבור, זיך באנוצן מיט די חוקי עכום דאס הייסט שוין "ערכאות" און אויב מען גייט אן א היתר בי"ד איז מען מרים יד בתורת משה.
אבער אויב מען האט צו טאן מיט אהרונישע הולכים בערכאות, וועלכע זענען געלאפן צו די ציוניסטישע אינסטאנצן איבערשרייבן אונזערע נכסים מיט פאלשע וועגן, מעג מען זיך באשיצן בערכאות דורך א היתר בי"ד,
אויף דעם האט דער רבי קיינמאל נישט געזאגט אז מען טאר נישט, און אלע סאטמארע בנינים וואס ווערן געקויפט אין ארץ ישראל ווערן פארשריבן אין די ביכער פון מדינת ישראל, ווייל ליידער זענען זיי דער שלטון דארט!
און ווען די אהרונים האבן געוואלט מיט פאלשקייט איבערשרייבן אונזערע נכסים וועלכע זענען פארשריבן ביי די ציוניסטישע אינסטאנצן האט מען נישט געהאט קיין ברירה נאר גיין מודיע זיין פאר די אינסטאנצן איז יענע זענען שווינדלערס.

אויף דיר פערזענליך האב איך נישט קיין קשיות, ווייל דו קענסט זיך נישט אויס

אבער דיין רבי ווייסט יא דעם אמת, און דאך שפילט ער דעם ה' אייר בעגאץ שפיל, ווייל אידישקייט איז ביי אים נאר א שפיל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ויהי ממחרת ה '"באגאץ-פלעי"...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext