בית פורומים כל העולם כולו

ר' נחום פריעדמאן אויפגעזאגט/רעזיגנירט פון עזרת חולים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/4/2010 05:41 לינק ישיר 
ר' נחום פריעדמאן אויפגעזאגט/רעזיגנירט פון עזרת חולים

ר' נחום פריעדמאן אויפגעזאגט/רעזיגנירט פון עזרת חולים. אויף זיין ארט ווי איך הער, איז אריינגעשטעלט געווארן איינער מיטען נאמען מיטטעלמאן וואס איך בין נאכנישט דערגאנגען זיין אידענטיטעט. ווער עס האט מער דעטאלען איבער דעם ביטע שרייבן דא



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/4/2010 17:57 לינק ישיר 

ברוינפן כתב:
אויפגעזאגט/רעזיגנירט


נחום פריעדמאן איז א זאלי!
יואל מיטעלמאן איז מאיר הירש'ס איידעם!

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:10 לינק ישיר 

בכלל איז וויכטיג צו וויסן, אז נחום פריעדמאן איז הערשט נעכטין געווארן א זאלי, און די לעצטע 10 יאר איז ער געווען א פארברענטער אהרוני, און אזוי ווי ער איז געווארן א זאלי האט ער רעזיגנירט און איבער געגעבען די פאזיציע פאר מיטטעלמאן.

קאמענטארן זענען גענצליך איבריג!!!!!!!!!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:15 לינק ישיר 

מיט קיין חלה דעקל טענה'ט מען נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 18:18 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פינקטליך וואס דא טוט זיך
אבער מעגט איר זיין גערישט

אז אין אזא פאל,
איז זיכער אז ער איז געפלויגען (אפי' ער זאל האבען אליין ריזיינט)
זיכער איז ס'איז געווען רציחה (אפ' ס'איז געווען א פשוט'ע געלט סיכסוך)
זיכער אז ער איז געפלויגען ווייל ער איז א זאלי (אפ'י ער איז געווען א ארוני)
זיכער אז סאטמערע רבי איז שילדיג (אפי' ער ווייסט נאך אפי' נישט דערפון)
וכו'

ווארט אביסל
ווער עס קען די זאלי'ס ווייסט אז איך טרייב גארנישט איבער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 18:18 לינק ישיר 

טיפיקל זאלי ענטפער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 18:21 לינק ישיר 

וויאזוי קען דאס זיין אז דיין מאנראוער צדיקל ווייס נישט וואס טוט זיך הינטער זיין נאז???


ער ווייסט גענוי וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג, בארא פארק, אא"וו, אבער אין זיין אייגענעם שטאט זאגט מען אים נישט אויס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 19:01 לינק ישיר 

זיכער וויסט דער קרית יואל'ער רבי פון אלעס וואס גייט פאר אין די מעדיקל סענטער. אין אויב ער ווייסט נישט, דאמאלט וויסט זיין רעבעצין וועלכע איז אויפן פעיראל פון די מעדיקל סענטער. זי באקומט א יערליכע טשעק פון 50 אלפים אינטערן קאטעגארי פון קאלסאנטענט פי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 19:33 לינק ישיר 

ער איז געפלויגען ווייל ער האט זיך ערקלערט אלס בעל הבית, און אנגעהויבען צו טאן כל מה שלבו חפץ, גענומען געלט און געטאן וואס ער האט געוואלט.

ער האט געטענהט אז ער איז בעל הבית דערפון, נאר ער דארף געבן 30 פארצענט ריווח פאר די מוסדות, און די איבריגע 70 איז זיינס, ווען מען האט אים פאר געהאלטען, האט ער געשריגען אז ער איז מוחזק, ממילא טאמער די הנהלה האט א טענה קעגן אים זאל מען שיקן צו דין תורה, און דערווייל וועט ער ווייטער טאן וואס ער וויל, האט הנהלת המוסדות געוויזען ווער דער בעל הבית דערפון איז, און אים געשיקט ליפטערן, און אים געזאגט אז ער האט א טענה, זאל ער שיקן אן הזמנה און מען וועט זיך שטעלען לדין תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 19:36 לינק ישיר 


אבער מע טאר נישט גיין צו דין תורה דאס איז דאך ביהרג ואל יעבור

דארפאר מיזן די זאליס שרייבן וואס זיי שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 19:46 לינק ישיר 

איך הער יעצט (לכאורה: אין ליכט פין דעם קאנפליקט) האט ער רעזיגנירט,
אין מ'דארף נישט אויספויקען קיינעם'ס פריוואטע סוכסיכום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 21:28 לינק ישיר 

*--[endif]*

איך ווייס נישט וואס דארט איז יעצט פארגעגאנגען מיט די רעזיגנאציע, איין זאך ווייס איך אבער גוט, אז די ווערטשאפט וואס דארט איז אנגעגאנגען האט זיך געמוזט ענדיגן. עס איז נישט קיין סוד אז דער סענטער וואס שטייט שוין 20 יאר (כווייס נישט די פונקטליכע נומער) האט נישט כמעט קיין איין נארמאלן דאקטאר, אויב א דאקטאר באקומט שוין עקספיריענס פארלאזט ער דאס פלאץ, מענטשן האבן כסדר פארפירט און די דירעקטאר האט אלעמאל געזאגט אז עס איז זייער גוט וויאזוי עס איז, און ער האט נישט געהאלטן ביים ארבעטן.

מענטשן האבן ווי אלעמאל ארויף געווארפן דעם שולד אויף מאיר הירש און ועד הקרי' און ביי די 'מענדל שווימער וואלן' איז דאס געווען פון די הויפט טעמעס, קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז די הנהלה לעקט גארנישט קיין האניג מיט דעם גאנצן עסק, און זיי קענען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיטן דירעקטאר,

מיט א צייט צוריק האב איך געהערט אז די באארד פון עזרת חולים האט זיך אריינגעלייגט צו פארבעסערן דעם סענטער, און נחום האט נישט געהאלטן ביים קאאפערירן.

יעצט אז די הנהלה האט גענומען דרייסט און אים מסדר געווען (איך גלייב אז אפילו ס'איז געווען א רעזיגנאציע איז עס אויך געווען צוגעפירט...) קומט זיך זיי גרויס קרעדיט, איך האף זיי וועלן יעצט נעמען די זאך און די האנט אריין און אהערשטעלן דעם עזרת חולים פונקט ווי רפואה העלט סענטער אין סקווירא, זיי האבן שוין געוויזן ביים אשת חיל אז זיי טויגן יעצט לאמיר זעהן מיט דעם העלט סענטער.

 

דער גרעסטער באווייז אויף מיינע ווערטער איז אז מיט עטליכע יאר צוריק ווען די הנהלה האט געהאט א סכסוך מיט הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו האבן אסאך מענטשן גע'טענה'ט אז פאקטיש קומט זיך אים קרעדיט ווייל ער האט אויפגעבויעט המספיק אויף די העכסטע שטאפלען, יעצט וועט מען פון קיינעם נישט הערן אז עזרת חולים האט זיך מורא'דיג אויפגעבויעט און עס קומט איינעם קרעדיט.., יעדער וועט עדות זאגן אז עזרת חוילם איז טיף באגראבן, א חלק ניכר פון שטעטל פארט היינט ארויס אין טאון צו זוכן דאקטורים אין דער פרעמד.

 

דעריבער איז מיין ווארט: אשריכם הנהלת קרית יואל!

ומכאן בקשה יוצאת המתחיל במצוה אומרים לו גמור, זעטס אריינצושטעלן דעם פאסיגן מענטש וואס זאל סערווירן תושבי קרית יואל ווי עס דארף צו זיין.



תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 19/04/2010 21:32:19




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/4/2010 21:36 לינק ישיר 

דאס אז עס איז נישטא קיין נארמאלע דאקטוירים זענען שולדיג ענקערע פירער.


פארוואס האט מען זיך נאך מיט יארן צוריק צעאמפערט מיט דעם איבערגעגעבענעם דאקטאר ווערצבערגער???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 21:38 לינק ישיר 

הייסט דאס אז עס איז פאראן "איין" גוטער דאקטאר אויף דער וועלט?.

איך מיין אז דיינע קושיות ברויכן נישט תירוצים, און איך וועל נישט ענטפערן יעדן שטות.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/4/2010 01:02 לינק ישיר 

וויפיל איך ווייס האט ר' וואלף שניצער זיך געדארפט אויפזאגען פון די באורד פון עזרת חולים ווען ער האט געוואלט מאכען די עקסטענשאן ביי זיין הויז. ווייל ער האט פערלאנגט פון די הנהלת הקריה אז מען דארף טוישן געוויסע זאכען וואס זיי האבען נישט געגליכן און ר' מאיר הירש האט אים געהייסן רעזיגנירן אויב וויל ער דעם פערמיט, אלזא מען דארף הערן ביידע זייטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/4/2010 01:25 לינק ישיר 

איך האב מיך היינט אינטער געהערט א שמועס פין יעקב הערש ווייס יושע הענדלער זלמן לייב פעלדמאן
וואס כולם פה אחד האבן געזאגט אז מאיר הירש האט זייער גוט אין אויף ריכטיג געטיען
אז איינער טויג נישט מעג מען אים גראד ווארפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' נחום פריעדמאן אויפגעזאגט/רעזיגנירט פון עזרת חולים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext