| נשלח ב-20/4/2010 03:25 |
|
| |
ענדליך האט מען געווארפן, ניטאמאל צי מילך האט ער פארשטאנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 18:02 |
|
| |
דוד, דר. ווערצבעגער איז געפלויגן ווייל דער אהרוני דירעקטאר פון עזרת חולים נחום פריעדמאן האט זיך צואמפערט מיט אים. יעצט זענען געקומען די רשעים די אהרונים און ארויסגעווארפן נחום פריעדמאן נאר ווייל ער איז א זאלי...
אין וועלכן פארם פראדוצירט מען אזעלכע בהמות ווי דו?...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 20:44 |
|
| |
איך וויל אביסל מסביר זיין די נושא וואס איז דא אנגערירט געווארן, פארוואס האט עזרת חולים נישט אזוינע גיטע דאקטורים ווי רפואה אין סקווירא?
איך האב געטוען אסאך ריסערטש וזה אשר עלה לי!
1) דער סיסטעם אין עזרת חולים איז אזוי, די בנין באלאנגט פאר די ווילעדזש, אין דערנאך איז דא א באורד וואס פאר זיי באלאנגט דער העלטה סענטער, אין זיי צאלן פאר די ווילעדזש רענט, אין אזוי אויך צאלן זיי וועידזשס פאר די דאקטורים, אין זיי איינקאסירן די געלט פון די אונשורענס וכדו'.
2) דער ווילעדזש האט ארויפגעלייגט גאר א גרויסן רענט אויפן בנין, וואס דאס איז גורם אז מען זאל נישט קענען באצאלן פאר די דאקטורים קיין גיטע וועידזשס.
3) דער דאקטער וואס איז אהערגעקומען נישט קענענדיג אין האט זיך דא אויסגעלערנט, ווען זיין ליעס לויפט אפ עפענט ער זיך אן אייגענע אפיס, אין איינקאסירט אליין די געלט (דורך א מעדעקיל בילינג קאמפעני), אין צאלט נאר רענט פאר זיין אפיס, ממילא פארדינט ער אסאך מער.
4) דאס איז דער גורם פארוואס אלע גיטע דאקטורים זענען אוועקגעגאנגען (לדוגמא דר. זאלינקא).
5) דר. ווערצבערגער איז ארויסגעווארפן געווארן ווען ער האט נישט געוואלט חתמ'ענען פאר די סקול דיסטריקט.
6) אין רפואה צאלט מען א גאר קליינע רענט פאר די ווילעדזש, ממילא קען מען צאלן פאר די דאקטורים גרויסע וועידזשס, און ווען א דאקטער וויל זיך אליין עפענען מאכט מען מיט אים א דיעל, אז ער קען אפדינגען אן אפיס אין רפואה, אין זיך מאכן שבת פאר זיך, פארשטייט זיך אז דער בילינג גייט דורך רפואה (אנשטאט א קאמפאני), אבער דער דאקטער באקומט די גאנצע געלט (אראפגערעכנט וויפיל ער וואלט באצאלט פאר א בילינג קאמפאני).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:03 |
|
| |
איך האב היינט גערעדט מיט מיינס א קרוב וואס ער איז פון די לאנגיעריגע באארד מעמבערס אין עזרת חולים, האט ער מיר געזאגט אז מען האט נאך דערווייל נישט אויפגענומען קיין נייעם עקזעקיוטיוו דירעקטאר, און די שמועות איבער דעם מיטעלמאן זענען נישט ריכטיג, מיטעלמאן איז בלויז איינער פון די דריי נייע באארד מיטגלידער וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן פארגאנגענעם יאר (צו אויפארבעטן דעם עזרת חולים),
זיין נאמען איז ארויס אין פאבליק בלויז ווייל ער איז מאיר הירש'נס איידעם דעריבער האט דאס געברענגט אויפמערקזאמקייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:10 |
|
| |
רענט פאר די ווילידזש...
פארוואס נישט רענט פאר די ווייט האוז?...
זאג נאר האסט אליינס אויפגעטראכט די שטותים אדער איינער האקט דיר עס אריין אין קאפ?
די מערסטע אינטערסאנט איז אז דר. ווערצבערגער און דר. זאלינקא זענען הצלה מעמבערס אין קרית יואל און בעסטע פריינט פאר קרית יואל. אויך זענען זיי זייער גוטע פריינט פאר ר' משה אהרן שטיינבערג, ראש חברה הצלה, וואס איז אפשר דער גרעסטער חסיד אין קרית יואל.
די גרעסטע וויץ איז וואס דו שרייבסט אז דר. ווערצבערגער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן פאר'ן סקול דיסטריקט?
פארוואס רופסטו אים דר. ווערצבערגער? רוף אים, הרה"ג פוסק הדור מרן דר. ווערצבערגער שליט"א, אזוי ווי ס'פאסט פאר א דיין וואס פסק'נט אזעלכע הארבע האקעלע שאלות.
בכלל הער איך אז דר. ווערצבערגער האט געזאגט אז נאכדעם וואס ר' ישראל חיים מנשה האט מתיר געווען דעם סקול דיסטריקט פעלט זיך זיין היתר עניוועי נישט אויס.
תוקן על ידי לאגיש ב- 20/04/2010 21:12:38
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:21 |
|
| |
פארוואס עס איז נישטא אזעלכע גוטע דאקטורים ווי אין סקווירא
איז דא איין תירוץ, ווייל אין סקווירא (עכ"פ ווען זיי האבן געפענט) האבן זיי נישט געהאט אזעלכע גוטע פריינט
ר' יעקב ישראל פריינד האט בשעתו דערציילט אז ס'איז געווען גרייט א פראגראם וואס מען האט געקענט אויפבויען א מעדיקל סענטער ממש ווי א שפיטאל נאך בעסער ווי אין סקווירא, און די רשעים ארורים און א בחינה פון גם לי גם לך לא יהי' האבן דאס צושטערט
אדרבה פרעגט אים אליין, איר מוזט מיר נישט גלייבן
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:29 |
|
| |
נוטראלער רעדסט אזוינע געשמאקע שטותים האסט דיך שוין באקאנט געמאכט מיט דיין זיסע געבעקסן
עזרת חולים באלאנגט פאר וועד הקרי', פינטקליך פארוואס אין וויאזוי ווייס איך נישט. ר' נחום פרידמאן האט עס געליעסט פין זיי דארט צאלט מען פאר דאקטורים די זעלבע ווי יעדע ''מעדיקל צענטער'' אין וואס די זאגסט וועגן סקווירא איז ליגענט אין מאכט אפי' נישט קיין סענס.
אין פאקט האט היינט צו טאגס קרית אהער געשטעלט סטעיט אף די ארט, די שענסטע ברחניות אין בגשמיות, אנגעהויבן פין די סקול דיסטריקט, בית השחיטה, וויליזש, אשת חיל, וכו' אין האפענטליך איז די עזרת חולים נעקסט.
די סיבה פארוואס זיי האבען ביז יעצט נישט געהאט אזעלכע גיטע דאקטורים ווי סקווירא וויל איך נישט אריינגיין, איך וויל נישט רעדן פין פריוואטע מענטשן
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:35 |
|
| |
| לאגיש כתב: |  |
איך בעט דיר זיי נישט אזוי "לאגיש"
רענט פאר די ווילידזש...
יא! יא! עס איז א פאקט, פרעג דיר נאך!
פארוואס נישט רענט פאר די ווייט האוז?...
זאג נאר האסט אליינס אויפגעטראכט די שטותים אדער איינער האקט דיר עס אריין אין קאפ?
די מערסטע אינטערסאנט איז אז דר. ווערצבערגער און דר. זאלינקא זענען הצלה מעמבערס אין קרית יואל און בעסטע פריינט פאר קרית יואל. אויך זענען זיי זייער גוטע פריינט פאר ר' משה אהרן שטיינבערג, ראש חברה הצלה, וואס איז אפשר דער גרעסטער חסיד אין קרית יואל.
זיי מיר מסביר וואס די ווילסט דא ארויסברענגען!
די גרעסטע וויץ איז וואס דו שרייבסט אז דר. ווערצבערגער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן פאר'ן סקול דיסטריקט?
פארוואס רופסטו אים דר. ווערצבערגער? רוף אים, הרה"ג פוסק הדור מרן דר. ווערצבערגער שליט"א, אזוי ווי ס'פאסט פאר א דיין וואס פסק'נט אזעלכע הארבע האקעלע שאלות.
בכלל הער איך אז דר. ווערצבערגער האט געזאגט אז נאכדעם וואס ר' ישראל חיים מנשה האט מתיר געווען דעם סקול דיסטריקט פעלט זיך זיין היתר עניוועי נישט אויס.
פאר די סקול דיסטריקט האט מען געדארפט א אינטערשריפט פון א דאקטער!
תוקן על ידי לאגיש ב- 20/04/2010 21:12:38
וואס האסטו מתקן געווען
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 21:36 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | | איך האב היינט גערעדט מיט מיינס א קרוב וואס ער איז פון די לאנגיעריגע באארד מעמבערס אין עזרת חולים. |
|
ביסט אפשר א קרוב מיט נפל, איר האט די זעלבע קרובים, שוואגערס, ברידערס
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 22:07 |
|
| |
פארפאלן, האסט מיך אפגעפרעגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/4/2010 23:01 |
|
| |
סאיז אמת אז די מעדיקעל סענטער צאלט גרויס רענט פאר ועד הקרי', אבער ס'איז נאריש צו זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן נישט קיין גוטע דאקטוירים. יעדע מעדיקעל סענטער צאלט אסאך פאר רענט, אינקלודינג רפואה.
א הויפט סיבה פארוואס זיי קענען זיך נישט פארמעסטן מיט רפואה איז וועגן זייערע קאסטימערס. רפואה האט אסאך קאסטימערס וואס צאלן מיט קעש אדער טייערע אינשורענס, אין קר"י נוצן 80% עולם מעדיקעיד.
אבער דאס אליין איז אויך נישט גענוג, א הויפט שולדיגער איז געווען כבוד מורינו הרב ר' נחום פריעדמאן, וואס איז א ביטערער בחור, כידוע ליודעי חן.
סמוז נישט זיין אז יעצט ווען ווערן סדר, ווענט זיך וועם זיי גייען אויפנעמען, אבער מיט נחום פריעדמאן איז געווען אוממעגליך סזאל מצליח זיין.
סאיז דא א שטארקע פראבלעם אז די ועד הקרי' טרייט צי נוצען יעדע זאך צו מאכן א דאלער פאר די מוסדות וכו'. בית השחיטה איז געווען די ערשטע פלאץ וואו מאיר הירש האט איינגעזען אז שפארן געלט איז א שוואכקייט אין ביזנעס, אויך האט ער דארט נישט געקענט צופיל ציען קיין פינגער מיטן רבין. ער האט זיך טאקע געמוטשעט אפאר יאר אבער עווענטשועלי האט ער איינגעזען אז סצאלט זיך אויס כפל כפליים.
לאמיר האפן אז יעצט וועט איינמאל פאר אלעמאל זיך טוישן די גאנצע סערויס דארט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2010 22:51 |
|
| |
סאיז נעריש צו לייקענען אז דער מצב אין עזרת חולים האט נישט געטויגט מילד גערעדט, דער תירץ וואס ר' נחום פריעדמאן פלעגט צו געבן איז אלץ געוועזן אז דאס קומט ווייל ער צאלט זייער א הויעכע רענט ממילא בלייבט נישט ציפיל געלט פאר גוטע דאקטורים אין סטעף, צו סאיז אמת צו נישט ווייסן מיר נישט, ונזכה ונחיה ונראה, וועלן מיר בעזר ה' געוואר ווערן צו עס פארבעסערט זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 02:22 |
|
| |
דאס האב איך באקומען אין אישי:
| ezrash Choilim 990 vs refuah 990 |
|
| אזוי ווי איך האב ב"ה J-NET קען איך דאס נישט עפענען, אבער איך האב געבעטן איינעם זאל דאס איבערקוקן פאר איך לייג עס ארויף און יא!!!
אריבער א מיליאן דולאר גייט פאר רענט נא! פארשטייט איר שוין פארוואס מען קען נישט האבן קיין גיטע דאקטורים
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 02:26 |
|
| |
די גניבה איז נישט די איינציגסטע!
די נייע סקול דיסטריקט בילדינג וואס מען האט געבויעט, אנשטאט צו נעמען פון טעקס א מיליאן אדער צוויי צו בויען די בילדינג, האט מען עס געבויעט אויף א קאפארעישאן וואס הייסט "דעוויד עקסטיין אין קא." אין די דיסטריקט האט געמאכט א ליעס אויף דרייסיג יאר פון אריבער א מיליאן דולער פער יאר.
יא! יא! אנשטאט צוויי מילאן דולאר אויך אייביג, צאלט מען אריבער דרייסיג מיליאן פאר דרייסיג יאר, אויף וועמנעס חשבון "ציבור"
ווער עס קען ברענגן פונטקליכע דאקומעטן קען מיר עס שיקן אין אישי
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2010 02:36 |
|
| |
נוטרלאר האסט א ברירה פייגער פאר קנאה קרית יואל מאכט מיליאנען א יעדן חודש פאריגען חודש אלייענס האבן זיי צי באקומען 3 ניי פראגראמען.
|
|
|
|
|