בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים: ירושלימ'ער רב שליט"א איז מוריד!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/4/2010 16:13 לינק ישיר 
אהרונים: ירושלימ'ער רב שליט"א איז מוריד!!!

א מעסעדזש פון די אהרונים צו וואשן די מוחות הקטנים:
 
איך ווייס דעם אמת איבער די שטרי בירורין פונעם גאב"ד עדה"ח.

איז אזוי, בעצם איז דאס לגמרי נישט נוגע ווען מ'רעדט פונעם מכשול הנורא פון הליכה לבג"ץ, וואס דאס איז געווען א בגידה בתורת רבינו פון די ערשטע מינוט אן. אפגעזעהן צו זיי ווילן יא די"ת 'באיזה אופן' צו נישט.

און לגבי די שט"ב, וואס איך ווייס איז אזוי: דער גאב"ד האט געגעבן א לעצטע דעדליין פאר די זאליס אונטערצושרייבן אויף שטרי בירורין, דאס איז געווען א נוסח וואס דער גאב"ד אליין האט אויסגעארבייט.
די זאליס זענען צום לעצן טאג אנגעקומען מיט "פארטיג- גע'חתמ'טע" שטרי בירורין, אבער... מיט אן אייגענעם נוסח.
אין זייער אייגענעם נוסח האבן זיי אריינגעלייגט אייגענע פרישע תנאים, מיט נייע תירוצים און אויסריידן פארוואס זיי ווילן נישט אונטערשרייבן נאר אויב דער נוסח גייט אזוי און אזוי מיט תנאים משונים.

די הסבר פון זייער זייט פארשטייט יעדער זייער גוט, זיי ווילן די"ת אין בני ברק גענוי ווי זיי ווילן עס אין וומסב"ג.. דעריבער וועלן זיי שטענדיג אנקומען מיט פרישע דריידלעך, אזוי אז די זאך זאל קיינמאל נישט צושטאנד קומען.

און דא האלטן מיר יעצט.

נאר וואס יא, מענטשן פרעגן צו דער גאב"ד איז מעלה אדער מוריד דא.
די תירוץ איז אז ער איז מוריד. און נישט ווייל ער איז גענויגט צו זיי, אדרבה, ער איז זיייער ברוגז אויף זיי צוליבן פאקט אז זיי זענען אריין אין בג"ץ און עד היום ווילן זיי נישט גיין צו די"ת כמשמעו, נאר וואס דען, דער גאב"ד לאזט זיך גאנץ גרינג פאר-פירן פון זיי. ער גיט נאך צייט און נאך צייט, ער גיט נאך דעיס און גיט נאך יענץ, מיט'ן כוונה אז כולי האי ואולי, אפשר אזוי וועלן זיי צום סוף מוזן קומען. און אין די צייט וואס די בני ברק'ער רבנים זענען מער אויסגעריבן אין די סארט זאכן, און זיי וואלטן שוין לאנג ארויסגעקומען מיט א גרויסן קול מחאה אין די גאנצע וועלט. אבער אזוי ווי דער גאב"ד האט זיי באפוילן אז ער נעמט די זאך אויף זיך, מוז מען ווארטן (אויב איינער ווארט..) אז דער גאב"ד זאל כאפן דעם ענדגילטיגן כאפ אז זיי טרייבן פון אים בלויזע שפאס.
 
***
 
פונקן פייער און האס הייבן אן שפריצן אין ריכטונג פון ירושלימער רב שליט"א, די אהרונים הייבן אן זעהן אז זיי וועלן מיט דעם רב קיין האניג נישט לעקן, זיי האבן טאקע פארארבעט מעשים אז ער זאל ווערן רב אין ירושלים. און מ'האט אים גענוצט פאר א שטעקן ארויסצוצוען די בני ברק'ער סכסוך פון בג"ץ, מיטן אויסרייד אז זיי ווילן זיך שטעלן צו די"ת, אבער קיין גרויס נחת ברענגט ער זיי נישט, אויב עפעס איז דאס בלויז פרישע קאפוויי.

 

זייער ערשטע בריה מיטן רב שליט"א קען מען זאגן האבן זיי נאך געהאט אזוי פריה ווי אין תשס"ה, ווען דער גאב"ד איז געקומען אויף זיין ערשטע באזוך אויף אמעריקע, און מען האט אריינגעלייגט די גרעסטע כוחות וואס זיי האבן נאר פארמאגט אז ער זאל ח"ו נישט קיין צו די קבלת פנים וואס קהל יטב לב, נאך דאן קהל ויואל משה האט פאר אים צוגעגרייט. מען האט דעם גאב"ד ארומגעשלעפט אין יעדן מוסד און ביהמ"ד וואס זיי פארמאגן און קרית יואל, 24 שעה א טאג איז ער געווען אונטער זייער שמירה, ר' אהרן זעלבסט האט זיך אפגעגעבן מיט אים אז עס זאל אים ח"ו נישט עולה על הדעת זיין ארייצוטרעטן ביי זיינע בלוט שונאים אין שוהל. אבער דער גאב"ד האט מרוב ישרותו באשלאסן אז מ'גייט יא! עס איז אוממעגליך צו באשרייבן דאס שרעקליכע דורכפאל וואס זיי האבן דאן געליטן.
 
אבער מען האט זיך נישט מייאש געווען, מען האט נאך אלץ געלייגט גרויס האפענונג אז דער גאב"ד וועט נאך איין טאג מכיר טובה זיין ר' אהרן פארן פארארבעטן הימל און ערד אז הגה"צ דער ראב"ד ביד"ץ דקהלתינו הק' שליט"א זאל נישט ווערן גאב"ד העדה החרדית, אבער דער גורל'דיגער מינוט איז נישט אנגעקומען.
 
אנשטאט האט דער גאב"ד באשלאסן פאר יעדן פרייז צו שליכטן דעם סאטמארן סכסוך איבער די גארער וועלט פאר א בי"ד כשר בישראל, און האט אפילו געשיקט א בריוו מיט א שליח מיוחד צו ר' אהרן, וואס אויף דעם איז אויך געווען אונטערגעשריבן הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א, אז מען זאל זיך ארויסצוען פון ערכאות און זיך שטעלן צו די"ת. וואס אויף דעם האט ווי פארשטענדליך ר' אהרן זיך אויסגעפיפן.
 
ווען דער פרשה אין בני ברק האט אנגעהויבן קאכן, און ר' אהרן האט זיך דערזעהן אז ער גייט פארלירן דאס גאנצע מלוכה דארט, האט ער דורך פארשידענע אופנים מכריח געווען דעם גאב"ד זאל אפשטעלן דאס בג"ץ און געזאגט אז ער איז גרייט צו גיין צו א דין תורה, דער גאב"ד האט זיך שטארק געפריידט צו די הצעה און אריבערגערופן ביידע צדדים און פארלאנגט אז מ'זאל זיך שטעלן צו דין תורה.
 
די הנהלת מוסדות יטב לב האט ע"פ הוראת כ"ק רבינו שליט"א, זיך גלייך צוגעשטעלט צו די פארלאנגען פונעם ירושלימער רב, און גענומען אויסקלייבן בוררים און שלישים, אויסגעארבעט א נוסח פאר שטרי בירורין א.א.וו.
 
די אהרונים ווידעראום זענען געווען זייער צובראכן אז אנשטאט די זאליס זאלן זיך אויספייפן אויפן גאב"ד, שטעלן זיי זיך אזוי שיין צו, און אזוי ארום איז זייער פלאן דורכגעפאלן אז דער ירושלימער רב וועט אונטערשרייבן א מחאה אנטקעגן די זאליס.

תוקן על ידי באלאנד ב- 19/04/2010 16:29:42




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 16:22 לינק ישיר 

דעם ווינטער העלל"ט האבן זיך זאכן אנגעהויבן רוקן, דער גאב"ד האט זיך מער נישט געלאזט ארומשלעפן פון די אהרונישע צינגלעך, נאר געמאנט אז דער סכסוך זאל ווי שנעלער קומען צו א די"ת. די אהרונים האבן זיך דערזעהן אין א קלעם, האבן זיי ארויסגענומען זייער לעצטע וואפן און פארלאנגט אז כ"ק רבינו שליט"א זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, און געהאפט אז דאס וועט קיינמאל נישט צושטאנד קומען.
 
למעשה האט דער רבי שליט"א אונטערגעשריבן די שטרי בירורין, און זייער פראבלעם איז געווארן גיגאנטיש, ווייל אצינד האט דער גאב"ד פארלאנגט אז ר' אהרן דארף אויך אונטערשרייבן! א זאך וואס וועט לכאורה קיינמאל נישט פארקומען. מען האט זיך גענומען ארומפירן דעם גאב"ד מיט אלע סארט תירוצים וואס מ'האט נאר געקענט אלעס אז ר' אהרן זאל קיין שטרי בירורין נישט דארפן אונטערשרייבן.
 
דער רב שליט"א האט ארויסגעגעבן א דעד-ליין ווען די שטרי בירורין פון ביידע צדדים דארפן ליגן ביי אים אויפן טיש, אבער אנשטאט אונטערשרייבן שטרי בירורין האט מען צוזאמגעזעצט נעכטן אלע פערדס-קעפ פון ניו יארק רבתי, און זיי פארקויפט זאפטיגע געבעקסן, געוואשן זייערע מוחות, אזוי וועט מען קיין קשיות מער נישט פרעגן, און דער ליצנות שפיל מיטן גאב"ד וועט ווייטער זיין אין קראפט.
 
אצינד פארשטייט איר שוין פארוואס דער זעלבער גאב"ד וואס די אהרונים האבן גענוצט ארויסצושלעפן די קלאגע פון בג"ץ איז גאר געווארן דער "מוריד" אין דעם גאנצן קעיס?... און מיט דעם וועט איר אויך פארשטיין פארוואס דער גאב"ד איז פלוצלינג געווארן א שוואכלינג וואס מ'קען "פארפירן" מיט ליגענטס אזוי ווי דער ברך משה נאך תשנ"ו...
 
אהרונים, קיפ איט אפ!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 19:13 לינק ישיר 

באלאנד די שווענקסט די מוחות דא
אזוויפיל שקר אין איין תגובה
צד מהרז''ל זענען אזעכלע קעבעלעך?
לויט ווי איך הער יעצט האט שוין מהר''א אפי' אינטערגעשריבן ש''ב ווייל ער איז אויף די בארד פין שיכון קרית יואל
ירושלימער רב איז גארנישט אזוי פרייליך מיט ענק, 
אין דאס אז די בני ברק'ע רבנים זאגען קלאר אז צד מהרז''ל איז מעכב דאס קען יעדער זעהן

ווי אויך דעם פרעכען שקר
אפילו געשיקט א בריוו מיט א שליח מיוחד צו ר' אהרן, וואס אויף דעם איז אויך געווען אונטערגעשריבן הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א, אז מען זאל זיך ארויסצוען פון ערכאות און זיך שטעלן צו די"ת. וואס אויף דעם האט ווי פארשטענדליך ר' אהרן זיך אויסגעפיפן.
אפשר צייגסטו א קאפי פין דעם בריוו?

באלאנד איך האלט נישט אז צד מהרז''ל זענען אזעלכע קעלבלעך ווי די לייגסט זיי אראפ



תוקן על ידי דיןתורה ב- 19/04/2010 19:17:10




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2010 19:24 לינק ישיר 

דיןתורה, אויב שווענקן מוחות זענט איר די מומחים דערויף.

דערווייל האט די אהרוינישע ווארט זאגער רבי_יונה אונז שוין 10 מאל צוגעזאגט א "שארפע בריוו פונם גאב"ד קעגן המרז"ל" דערווייל ווארטן מיר שוין באלד א יאר דערויף...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 20:52 לינק ישיר 

נפל פארקויף נישט קיין באבקעס, די ארונים זענען נישט מח שווענקערס, דארט איז בכלל נישטא קיין מוח,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2010 23:27 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
לויט ווי איך הער יעצט האט שוין מהר''א אפי' אינטערגעשריבן ש''ב


תוקן על ידי דיןתורה ב- 19/04/2010 19:17:10


ביטע לאז וויסן ווען דו "הערסט" מער פרטים דערוועגן, מיר זענען זייער אומקלאר דערינען... ישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים: ירושלימ'ער רב שליט"א איז מוריד!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext