אין בחדרי חרדים האב איך געזען א אינטרעסאנטע זאך, דארט איז א שרייבער יוסף90 וואס האט אנגעטראגן פאר די אהרונים 100$ אויב זיי ווייזן אים א דאקומענט אז די זאליס זענען געגאנגען אין "בעגאץ", נאך טענות ומענות שרייבן די אהרונים אז דאס איז א "טעות אמרקני",
שטעלט זיך די פראגע ווער האט געמאכט דעם "טעות"?
איז דאס נישט רא"ט אליין?
ווי קומט אז ר' אהרן וועלכער האט געוואוינט אין בני ברק און אלס נייגעריגער מענטש קען ער פונקטליך דעם איזראעלישן סיסטעם זאל מאכן אזא "טעות".
אויסערדעם האט ער דאך א ווייב א "בית יעקב" תלמידה וואס קען א גוטן עיווריט, און קען גוט דעם מערכת השולטון פון די ציונים, פארוואס מאכט זיך אים נישט אויפמערקזאם ער זאל נישט מאכן אזעלכע טעותים ברבים???
