פריידט זיך נאכנישט צום קעפל, מענדל ו. האט ליידער נאכנישט באקומען קיין הוראה פון זיין רבי'ן ר' זלמן
ארויסצוציען די קלאגע פון די ציוניסטישן קארט, נאר וואס דען האט מען שוין יא אויפגעטהון מיטן עצרת ?
איך וואלט אייך געראטן אלס הוראת שעה אריינצושפאצירן אינעם שכינות'דיגן קינדער-פארום און זעהן ווי זינט
פאריגע וואך דאנערשטאג ווען ס'איז געמאלדן געווארן די עצרת מחאה אנטקעגן די הולכים לבג"ץ זענען זיי
גענצליך ארויספון די גלייזן, מ'האט דארט צוריקגעברענגט די קווינסער שרייבערלעך ארויס פון די ישיבה,
מ'האט אפירגעקראצט אלטע פירקלער'ס וואס געדענקען די אמאליגע קללות, און איבערהויפט האבן זיי
איינגעשפאנט די אלטע בעקער'ס און אלע צוזאמען האבן אנגעהויבן צו באקן שעלטן און שרייען הויעך צו
פארשטעקן די קול מחאה קעגן די בג"ץ
איך וועל נאר מאכן א טיילווייזע ליסטע פון די מערערע תירוצים און געבאקענע שקרים מיט וואס זיי פרואוון זיך
דארט צו פארטיידיגן פונעם הארבן איסור פון הליכה בערכאות הציוני רח"ל
ליינט און לאכט איינס בעסער פון צווייטן:
1. דער רבי שליט"א וויל נישט אונטער'חתמ'ענען אויף די שטרי בירורין
2. דער רבי האט ארויסגעווארפן ר' שלמה פאפנהיים פון זיין הויז ווייל ער געפאדערט די חתימה
3. די ארוינים ווילן צורייסן דעם גאב"ד ירושלים ווייל ער שטיפט צו די בוררות און די ארוינים ווילן דאס נישט
4. די הנהלת המוסדות פון ב"ב זענען צום ערשט געגאנגען אין קארט, ר' זלמן איז זיך נאר געגאנגען פארטיידיגן
5. ר' זלמן איז נישט געגאנען אין די "בג"ץ" (אפעלעט) נאר אינעם "בית משפט אזרחי" (אונטערשטן געריכט)
6. דער רבי ז"ל האט געשריבן יהרג ואל יעבור נאר אויף די געזעץ-געבער, אבער גיין קלאגן אין געריכט מעג מען
איך זאג אייך ס'איז א נחת צוצוזעהן ווי יעדער פראבירט אויף זיין וועג צו אפווישן די פלעק פון די שוידערליכע עבירה
וואס לויפט זיי נאך טאג איין טאג אויס, זיי קוקן דארט אויס ווי פאר'סמ'טע מייז וועלכע זוכן א לעכל צו באהאלטן
דאס גע'גנב'עטע עסן...
נו זאגט איהר אליין האט נישט די עצרת מחאה שוין עפעס אויפגעטהון ?
תוקן על ידי אויששש ב- 19/04/2010 23:49:15
נשלח ב-20/4/2010 00:20
איך האב יעצט באקומען א בקשה אין אישי פון א היימישן ניק איך זאל אפענטפערן די אויבנדערמאנטע שקרים און תירוצים טראץ איך קוק דאס אן איבעריג און נידעריג וועל איך איהם דאס צוליב טהון, ודע מה שתשיב...
1. דער רבי שליט"א וויל נישט אונטער'חתמ'ענען אויף די שטרי בירורין
דער רבי שליט"א האט שוין אונטעגע'חתמ'עט אויף די שטרי בירורין מיט צוויי וואכן צוריק גלייך נאך וואס די בג"צ'ניקעס האבן דאס געוואלט נוצן ביים גאב"ד ירושלים אויף נאך א תירוץ צו שלעפן די בוררות
2. דער רבי האט ארויסגעווארפן ר' שלמה פאפנהיים פון זיין הויז ווייל ער געפאדערט די חתימה
דער רבי האט איך איהם אויך אראפגעשטופט די אלע סטעפס... און ער איז אראפגעפאלן, ס'איז נאר א פלא פארוואס ער איז נאך דערנאך צוריקגעקומען
3. די ארוינים ווילן צורייסן דעם גאב"ד ירושלים ווייל ער שטיפט צו די בוררות און די ארוינים ווילן דאס נישט
4. די הנהלת המוסדות פון ב"ב זענען צום ערשט געגאנגען אין קארט, ר' זלמן איז זיך נאר געגאנגען פארטיידיגן
ס'פרעגט זיך נאר א שאלה אויב אזוי פארוואס זענען די זאליס דאן ארומגעלאפן קרייצן היתרים פון משפט שלום און שערי משפט ? צו האבן זיי געוואלט העלפן פאר די מוסדות אין ב"ב ?
5. ר' זלמן איז נישט געגאנען אין די "בג"ץ" (אפעלעט) נאר אינעם "בית משפט אזרחי" (אונטערשטן געריכט)
וואספארא תירוץ איז דאס אז ס'הייסט נישט "בג"ץ" נאר "בית משפט האזרחי" ? איז זייער ראבינער באגאנגען די שרעקליכע עבירה פון הליכה לערכאות הציוני אדער נישט ?
6. דער רבי ז"ל האט געשריבן יהרג ואל יעבור נאר אויף די געזעץ-געבער, אבער גיין קלאגן אין געריכט מעג מען
אויף דעם איז דא איין תשובה: רביה"ק מי יגלה עפר מעיניך קוק וויאזוי דיינע א,ג, תלמידים לערנען אפ דיינע ספרים
תוקן על ידי אויששש ב- 20/04/2010 00:22:45
נשלח ב-20/4/2010 00:25
עס האט אויפגעטאן פונקט ווי עס הערשט א פארביטערונג ביי די קויפער פון דיס סאטמארער מצות...
פארפאלן. פורים קען אמאל געפאלן אין אייר...
נשלח ב-20/4/2010 00:31
דוד דערמאנסט מיך ווי ר' סענדר האט אמאל געזאגט ביי א דינער, ווען א רעדנער האט גערעדט אינטערסאנטליך אין דער עולם האט געלאכט ''מיר לאכען נישט מיר פרייען זיך'' די זאלי'ס שעלטן נישט, זיי זענען....
עס איז זיס צו זעהן, ווי די 'פרייליכע' זאלי'ס פארקויפן הייסע שטרוי פאר די אייזלען, יעדער פראבירט א צווייטע מעשה צו פארווישען די געוואלדיגע אפקלאנג פין די נעכטיגע כינוס לש''ש
נשלח ב-20/4/2010 00:32
דוד דיין תגובה ווערט גערופן "גענטפערט צו דער זאך" ווייל איך אין דיין פלאץ (ח"ו) וואלט אויך נאר דאס גענטפערט
נשלח ב-20/4/2010 00:34
יראים, דו דערמאנסט מיך פון ר' יונה'ס פייערדיגע הבטחה אז עס קומט א בריוו פון ירישלימער רב, מיר ווארטן נאך אלץ דערויף,
נשלח ב-20/4/2010 00:42
מלך_מלכים כתב:
יראים, דו דערמאנסט מיך פון ר' יונה'ס פייערדיגע הבטחה אז עס קומט א בריוו פון ירישלימער רב, מיר ווארטן נאך אלץ דערויף,
איך ווייס נישט וואס רבי יונה האט דיר געזאגט - ווייל דערווייל שלעפן ארום די זאלי'ס מיט ירולימער
איך קען דיר אבער ווייזען א בריוו פין די בני ברק'ע רבנים וואס ירושלימער רב האט אויך אינטערגעשריבן
וואס רעדט מער ווי אלעם
נשלח ב-20/4/2010 01:12
נעכעטן האב איך געזען א שרייבער טראק מיט א גוטן מעשה פאר די זאלונים, איך וויל דאס ממשיך זיין פאר דוד'ל ווייל איך זע אז ער פרשטייט אויך נישט פשוטע אידיש
דער מנהל און מוסדות יטב לב בני ברק איז מנדעל וואלערשטיין ער האט אלע בנינים און דער שייגעץ משה חיים ווייס האט די זאלן מיט די האטעל און ער שרייט אז ער איז בעה"ב דערפאר רופט ער און קארט (בג"ץ אדער בית משפט) די פינף מענטשען וואס האבן סטאקס פון דעם שיכון, עפעס אזא מעשה ווילסטו מיר פארקויפן דוד'ל.
איך ווייס נישט וואס צו טראכטן אויף דיר די מעשה קען שטימען אז דער רבי וויל נישט אונטער שרייבן (חוץ מזה פארוואס זאל ער דארפן אונטער שרייבן ער האט עפעס א שטאטישע בעלות אויף דעם אזוי ווי רז"ל און ער האלט אז דער רבי איז נישט בעה"ב נאר קהל איז וואס עפעס זאל ער אונטער שרייבן אבער לו יצויר אז יא) ווייסט ער נישט אז נאר ער קען פארלירן פון דעם, און נישט רז"ל, איז וואס איז דיין לאגישע (נישט חלה דעקעל) שכל אז ער זאל נישט וועלן אונטער שרייבן שטרי ברורין.
און פארוואס זאל ער אריין טראגען א קלאגע און געריכט? האט מען אים עפעס צוגענימען פאר פיר יאר צוריק? ווען דאס האט זיך אנגהויבן, דעמאלס האט נאך די מוסדות באקומען געלט פון דעם ספרדישער שכן, און די בנינים אלע האט די מוסדות בראשות ר' משה חיים געפירט, איז על מה זה ולמה האבן זיי אריין געטראגען א געריכט קעגן רז"ל? זיי האבן נישט געוויסט זייער צנסען און געריכט? עפעס אזוי ווי די זאלסט מיר זאגן א די יפאנעזער רעגירונג האט נישט אנגעקלגט די דריי בחורים, נאר זיי האבן אנגעקלאקט די יאפנעזער רעגירונג, על מה ולמה?? אדער ראבשקין האט נישט געהאט וואס צו טאן מיטן טאג איז ער געגאנגען אנקלאגען די רעגירונג און די רעגירונג האט פשוט זיך געמיסט פארטיידיגען קעגן די קלאגעס (נא ווייטער פארשטיי איך נאך נישט וויאזוי די מעשה גייט זיי ממשיך (נישט ווי א חלה דעקעל ח"ו), אבער אזוי רעדסטו, איך ווייס נישט ווי די לעבסט וועמען די ווילסט איינרעדען באבקעס, אבער אזוי רעדסטו, ר' משה חיים ווייס מנהל המוסדות פון בני ברק פעלט אים נישט גארנישט, גייט אנקלאגען רז"ל און קארט, פארוואס?. ווייל אזוי וויל איך אז די מעשה זאל גיין (און ביטע זיי ממשיך די מעשה ווייל איך מיט מיין חלה דעקעל קאפ פארשטיי דאס נישט,
איך הער היינט אז די זאליס פארקויפן כאילו דער רבי האט נעכטען אונטערגעשריבן שטרי ברורין און במילא זענען זיי גרייט צו גיין צו דין תורה ווייסט איינער מער פרטים ביטע
נשלח ב-20/4/2010 20:27
שקר דאס איז נישט קיין שום אישו זיי האבען נאכנישט אינטערגעשריבן די ש''ב אויף די נוסח פין ירושלימער רב
די רבי שליט''א האט נישט קיין פראבלעם אינטער צו שרייבן אין וועט אינטערשרייבן (אויב ער האט נאכנישט, כ'האב נאכנישט קאנפורמד) ווייל ער איז פין די מניות פין שיכון קרית יואל בע''מ
איך זעה נישט פארוואס די ארונים האבען געדארפט האבען א היתר בי''ד צו קלאגען די זאלי'ס תש''ס נאך זייער סירוב לדין, מ'וואלט פשוט געדארפט שרייען ''די זאלי'ס גייען אין קארט'' אין מיר פריזען נאר די קארפ'.......
נשלח ב-21/4/2010 00:25
נשלח ב-23/4/2010 03:54
די זאליס זענען שרעקליך ציווילדערוועט פון די מחאה אדירה קעגן די הולכי לבג"ץ, זיי זענען געלאפען די וואך צו מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, ווי אויך צו די חברי הנהלת העדה, אז די עדה מיז שוין ארויס געבן א בריוו אז מען האלט אין מיטען פארהאנדלען וועגן גיין צו דין תורה, און מען טאר נישט מבזה זיין די זאליס אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה, אז נישט ווילן זיי מער נישט הערן פון קיין דין תורה און זיי האקן אפ מיט די עדה.
מרן גאב"ד שליט"א האט זיי געזאגט דאס איז דער אמת, און יעדן טאג האט עטץ נייע תירוצים, עס איז שוין נישט דא קייין שום פארהאנדלונגס, נאר עטץ דארפט שוין שטרי בירורין אונטער שרייבן, און טאמער די עדה גיט א בריוו וועלן זיי געבן א בריוו וואס דער אמת איז, אז עטץ האלטס נישט ביים גיין צו קיין דין תורה, זיי האבן א גאנצע וואך געלייגט די וועלטס פרעשור אז די עדה זאל א בריוו געבן אז די עדה האט געזאגט בלא.
די זאליס זענען אונטער געפערליכע פרעשור ארויס צו גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ זייט די אסיפה די וואך, אבער דערווייל ווילן זיי ניטש אונטער שרייבן שטרי בירורין, ווי אויך האט רז"ל מודיע געווען די וואך פאר מרן גאב"ד ירושלים, נאכדעם וואס דער גאב"ד האט אים געשיקט א פרעזענדליכע בריוו מיט א שליח איצט פסח, אז ער זאל פון בג"ץ ארויס גיין, און אונטער שרייבן שטרי בירורין, האט רז"ל די וואך גענטפערט אז ער שרייבט נישט אונטער קיין שטרי בירורין און גייט נישט ארויס פונעם בג"ץ, נאר טאמער מען גייט נישט דן זיין די תהלוכי הקהלה.
נאר וואס זאל מען דן זיין?
בקיצור ווייטער בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ, אין נישט קיין צו דין תורה!!
אוי לאותה בושה!
נשלח ב-23/4/2010 20:35
איך הער אז מעכיל איז דארט געווען, אבער ס'איז געווען א שאד אויף די טיקעט
נשלח ב-23/4/2010 20:56
די זאלי'ס האבן זיך אלע געשוואירן אויף מאיר ראטה'ס בארד אז די וואך איז דא א בריוו פין ר' טובי' ווייס אז די זאלי'ס ווילן עכט יא גיין צי דין .